דאס וויי געשריי פון די שוכני עפר פון רח' שמעון בן שטח אין יפו איז גרויס
ווען די הולכים לבג"ץ הציוני האבן פאר א מיליון דאלער געמאכט א שתיקה פון די גראבונג
מארגן וועט פארקומען א מאסן פראטעסט פארנט פון די קאנסולאט פון אתרא קדישא הציוני
152 ראנדי סטריט באסעס וועלן פארן פון אלע געגנטער
איש בל יעדר!!!
נשלח ב-17/2/2011 01:19
נאך א חילול קברים מיט די שתיקה פון "אתרא קדישא"
אויב מיינט איר אז נאר אין יפו איז דא געלט, איז יעצט אפיר געקומען בילדער פון גראבונגען אין די שטאט "נשר" נעבען חיפה, וואס זיי האבן אויך געוויסט פון דעם סוד אז מיט אפאר דאלער וועט אלעס זיין גוט
און די נערישע תשובה פון יוסף90 איז אזוי מחוסר חכמה אז אתרא קדישא האט נישט געוויסט פון דעם
פרעג איך אייך ווילאנג נעמט פאר אתרא קדישא צו שיקן מוחה זיין 3 טעג? ווייל ס'איז שוין אריבער 2 טאג און אלעס איז שטיל, וואלט ער געזאגט אז ס'איז מיט א היתר איז איין זאך אבער אתרא קדישא ווייסט נישט דערפון אתמהמה
די גראבונג אין שטאט נשר
האט איינער געהערט פון פראטעסטען דארט??????????
נשלח ב-16/2/2011 23:38
תגובת FiveBoro אין א אנדער אשכול
רבותי, איך מוז אייך זאגן: איך בין סורפרייזט און שאקירט!
איך בין געווען זיכער אז עפעס א שכל'דיגע תשובה וועט נאך ארויפשווימען פון אתרא קדישא אויף די ברענעדיגע נושא, און די זאך וועט טיילווייז פארענטפערט ווערן, טראץ וואס די הויפט קושיא איז כמובן ווייטער אין קראפט, ווייל דער מציאות - אז עטליכע בעלי תאווה פירן כלל ישראל אין באד כאוות נפשם - דאס בלייבט, אבער די דערציטערונג פון די בילדער ווי אידישע קינדער גראבן ארויס קברי ישראל, דאס וועט כאטש טיילווייז פארענטפערט ווערן.
אלזא, ביך איך געזיצן אויף די בחדרי חרדים פורם, דארט ווי עס זענען סטאנציאנירט עטליכע הויפטן פון די מאפיאנערן, און איך האב געווארט צו זעהן ווא דער תשובה גייט זיין. און: איך גלייב נישט וואס איך זעה.
עס איז געגאנגען אזוי: אין אנהייב זענען געקומען תירוצים ווי וואסער, די ערשטע איז געווען אז די קברים זענען פון גויים. איי וועט איר פרעגן זיי שרייען דאך אלעמאל אז קברי עכו"ם איז אויך א פראבלעם משום מה יאמרו הגויים?, והשנית והיא העיקר: פארוואס ברויך מען אידן צו אזא ארבעט?... והשלישית, ווער עס פארשטייט אביסל זעהט אז מרעדט פון קברי ישראל, ווייל עס איז שכוב כדרכו.
ווייטער איז געקומען א תירוץ, אז ס'איז געווען בלית ברירה, ווייל דער בעה"ב האט נישט געוואלט נאכגעבן. אויב אזוי פארוואס איז מען נישט ארויס אין א מערכה? ווייל יענער האט באצאלט?... הייסט דאס אז די אונטערשייד צו אידן זאלן יא גיין בתמימות כאפן קלעפ צו נישט ווענדט זיך אין געלט?!
נאך א תירוץ איז געקומען, עס איז דא א היתר פון הרב וואזנער. אויף וואס איז באזירט דער מכלומרשטער היתר? און אפשר קען איינער זעהן דעם היתר? אזאנע ביליגע שקרנים ווי ענק זאל מען גלייבן אויפן ווארט? די בלעטער דא זענען צו קורץ איך זאל קענען פארציילן אלע בלאפערייען וואס איך האב שוין מיטגעהאלטן מיט וואס זיי באנוצן זיך, אזא בלאף אז עס איז דא א היתר - אין די צייט וואס עס איז נישטא לא מיני' ולא מקצתי' - דאס איז פון די גאר קליינע קלייניקייטן.
אצינד, היינט, איז שוין געקומען א ענדגילטיגער תשובה פון יוסף90 אליינס, דער אפיציעלער ווארטזאגער פון די מאפיאנערן, און אליינס א טייל פון די גרופע, און זיין תשובה איז - דאסמאל מיט דעם ניק.. - אז להד"ם. דהיינו? עס האט גארנישט מיט אתרא קדישא, און אתרא קדישא האט נישט געוויסט דערפון ביז יעצט!
און מיר עולם גולם זאלן אים גלייבן און שווייגן!
דאס הייסט אז איבעראל וואו די ציונים גראבן, ווייסן זיי גלייך, אבער דא - עטליכע גאסן אוועק פון די שטח וואו מען פראטעסטירט אין יפו - וואו אידן גראבן קברים בדחילו ורחימו, שוין גאנצע פיר חדשים, דאס ווייסן זיי נישט?! פאר וועמען ווילן זיי אזאנס איינרעדן?
און דאס איז שוין נאכדעם וואס עס זענען דא עדי ראי' אז חיים טויסיג איז געווען אויפן שטח דעם מאנטאג!
די זאך זעהט אויס צו זיין טונקעלער פון טונקל! מער ווי איך האב אליינס געגלייבט.
נשלח ב-16/2/2011 19:48
רשעים אפי' על פתחו של ........ אינם חוזרים
זיי זענען ממשיך מיט זייער מעשה נבלה אן קיים שום בושה
א באשרייבונג פון בחדרי חרדים נעכטען נעכט
די ארבעט פון די ארגון 'אתרא קדישא' מיטן מפנה זיין קברים ביי קאנסטראקשן אויף רחוב שמעון בן שטח אין יפו, נישט ווייט פון דער באוויסטער פלאץ אין יפו ווי די פראטעסטען זענען געווען ביז יעצט, וואס איז נעכטען (מאנטאג) אנדעקט געווארן דא אויף "בחדרי חרדים" האט געמאכט א ריזיגער שטורעם ביים היימישען ציבור.
-ראשי ארגון 'אתרא קדישא', וואס האבן גקעמפט מיט גרויס פראפגאנדע איבער די חילולי הקברים אין יפו מיט א טענה אז דאס איז אידישע קברים זענען אחראי די לעצטע חדשים אויף א פרויקט 100 מטר ווייטער פון דארט און מחלל געווען קברים אונטער זייער אויפזיכט.
על אף די מחאות אין יפו האט זיך גענדיגט מיט א קול ענות חלושה קען מען אבער נישט פארגעסן די טעגליכע פראטעסטען.
טאג טעגליך האבן זיך הונדערטע אינגעלייט אוועק געשטעל אין יפו שרייען: "קברי ישראל אינם הפקר - גיוואלד".
צווישן די שרייערס איז געווען די פארשטייער פון "אתרא קדישא" וואס זענען געקומען מוחה זיין אויף די חילול קברים וואס איז זייער נאנט צו זייער הארץ.
אויך דער יו"ר הארגון, הרב דוד שמידל, האט נישט פארפאסט די ההפגנות.
פאר 'בחדרי חרדים' איז אנגעקומען שוידערליכע בילדער פון די אזוי גערופענע 'פעילות-הקודש' פון 'אתרא קדישא' און א צווייטער פלאץ בלויז 100 מטר פון דעם פלאץ, אין רחוב שמעון בן שטח.
>
>
וואס האט דארט פאסירט
די מעשים פון "אתרא קדישא" וואס ווערט דא געברענגט צום ערשטען מאל וועט אויסלערנען אביסל די אויפן פון די ארבעט פון "אתרא קדישא" מיט זייערע אלע פראטעסטען איבער קברים גראבעריי.
לויט ווי איינער פון די גאר נאנטע צום פרשה דערציילט (לכאורה האט ער נישט באקומען צום סוף זיין שכר ה.ל.), איז ער געווען דער פארמיטלער צווישן דער בעה"ב מיט אתרא קדישא האבן די ראשי אתרא קדישא גבעטן א סכום פון א מיליון דאלער שתיקה געלט.
זיי האבן קלאר געשטעלט אדער א מליון דאלער אדער קומען דא מארגען די פראטעסטירער מוחה זיין.
די בעלי בתים האבן נישט געוואלט אבער נאכן זען די פראטעסטען פון די אנדערע נאנטע שטח האבן זיי פארשטאנען אז ס'איז נישטא קיין ברירה.
נאכן באקומען דאס געלט האבן "אתרא קדישא" זיך געוואנדען צו "חברה קדישא פון ירושלים" און זיי האבן אלעס ארויס גענומען.
אונז האבן פראבירט צו פרעגן הרב דוד שמידל, יו"ר 'אתרא קדישא', אבער ער וויל נישט ענפערן.
>
>
האט איר באקומען געלט? "נישט דיין ביזנעס!"
"הייתי שם". הרב אלעזר גלבשטיין (מימין) במתחם
אין די בילדער וואס "בחדרי לרדים" האט באקומען זעט מען קלאר הרב אלעזר גלבשטיין, מראשי החברה קדישא בירושלים, וואס איז געקומען מיט זיין זון און געארבעט פלייסיג און שנעל.
ביים ערשטען שמועס מיט 'בחדרי חרדים', האט הרב געלבשטיין געלייקענט אלעס אבער נאכן זען די בילדער האט ער גענפערט "איך האב געמיינט די מיינסט רח' יפו נישט די שטאט יפו" דארט בין איך טאקע געווען.