מחנובקא נעמט געלט פון דו מדינה (אינטער א 2טע נאמען)
ווי באקאנט פראבירן דו וואס פארריפן זיך "הולכים בדרך הישן" זיך אויף טיען פאר דו סאטמערע חסידים אז זיי נעמען נישט קיין געלט פון דו מדינה, כדי צו קענען באקימען נדבות פון סאטמערער אידן.
איצט ווערט נתגלה אז דו קבוצה טאנצט אויף ביידע חתונות, זיי נעמען געלט פון ביידע זייטען.
זייער מוסד הייסט "בני אהרן" אבער זיי נעמען דאס געלט אינטער דו נאמען פון "מוסד אמת ואמונה".
געבטס נאר א קיק אויף דו וועבסייט פון "משרד החינוך" און וועט איר זעין אז דו נאמען פון דו מנהלים זענען דו זעלבע ווי אויך דו פאקס נאמער (זעיט אויס אז טעלפון נאמבערס האבן זיי 2, אבער א פקס האבן זיי נאר 1)
כ"ק הגהקוה"ט רבן של כל בני הגולה מרן ר' אהרן מבעלזא זצל,איז געווען בגדר א מלאך, און א בעל רוח הקודש, און מען האט נישט סתם אזוי געקענט ארויס שלעפן פון אים א חתימה. (אזוי ווי דו שרייבסט - דאס איז נוסח סאטמאר וואס אויף יעדען גדול האט עטץ פאבראטצירט א צווייטע עובדה).
כ"ק מרן ר אהרן מבעלזא זצ"ל האט טאקע געחתמט אויפן קול קורא פון חוב קדוש, אבער ער אליינס איז קיין איינמאהל נישט געגאנגן צו דו בחירות.
רוב גדולי ישראל וואס זייערע חסידים גייען צו דו בחירות, זיי אליין גייען נישט.
איך בין נישט געקימען זאגן אז דער מחנובקא'ר רבי האט געטיען א שלעכטע זאך מיטן גיין צו דו בחירות, נאר געוואלט ארויס ברענגן דו ענין אז ער טאנצט אויף ביידע חתונות.
_________________
תוקן על ידי קונצען ב- 15/02/2011 22:48:23
נשלח ב-15/2/2011 21:18
הער קונצן:
די קישא איז נישט פארוואס דער מאכניבקער גייט יא צו די בחירות, די קישא איז פארוואס דער בעלזער גייט נישט,
יעדער ווייסט אז איטשע מאיר דער ( ערשטער משה גבאי) האט ארויס דערווישט א חתימה פון הרה''ק מבעלז זי''ע אז עס איז א חוב קדוש צו גיין צו די בחירות, ממש הצלת התורה והיהודת,
דער מאכניבקער פאלגט אויס די הוראה מיט א תמימות און גייט צו די בחירות
דער בעלזער פייפט אבער אן זיין פעטער און גייט נישט, פארוואס ווייל ער האלט אזוי די גדולי ישראל אז גיין צו די בחירות איז ביהרג ועל יעבור?
דאן פארוואס הייסט ער די חסידים זאלן יא גיין צו די בחירות?
איינער פון דו איינציגסטע חסידישע רביס וואס גייען צו דו בחירות
נשלח ב-15/2/2011 18:31
די בעלזא האבן נעבאך הארץ קלאפענישען אז ישראל אייכלר האט אפגעגעבן א שביעות אמינים און כנסת המינים, מיט א שמחה עילאה, און צו זאם גערעד מינית וכפירה במידה גדושה,
און דער האט ניטאמאל געטרייט צו שפילען אז ער גייט אריין זיצען און כנסת המינים, כאילו כפאו שד, וואו די אמאליגע חרידישע כנסת זיצער פרעגן שפילען,
זענען זיי פארנימען צו זונגען אז בעלז הישן, זענען אויך שקצים, נייס טריי!
בעלז נעמט געלט פון די מדינה: בעלז גייט צו די בחירות: בעלז האט אריין געשיקט א יוד צו זיצן און כנסת המינים: בעלז איז עובר אויף א חרם הקדמונים און לערנט פרעמדע שפראכען און ירושלים עיר הקודש: