בית פורומים כל העולם כולו

די "מחללי קברים" גראבן טאקע קברי ישראל בידים???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/2/2011 00:27 לינק ישיר 
די "מחללי קברים" גראבן טאקע קברי ישראל בידים???

"עס רעש'ט אין הימל, עס טוט זיך א טומל וגו'"...

הימל און ערד און חילול קברים ע"י אתרא קדישא.

אלעס רעדט וועגן די פרישע שוידערליכע בילדער איבער די גראבונגען אין א שטח אין יפו, וואו נישט קיין צווייטער ווי די מצילי הקברים "אתרא קדישא" האט געשטעלט אינגעלייט פון חברה קדישא פרושים, אויסצוגראבן די קברים. נו, קיינער וויל דאך אבער פארט נישט גלייבן, וואס איז פשט? עפעס א הסבר דארף זיכער זיין דא, טראכט יעדער אוודאי. איך האב שוין ערהאלטן פילע מאסן בקשות אין תיבה פרטי אויסצושמועסן וואס איך האב צו זאגן דערוועגן, און יעצט וועל איך פרובירן זיך צו מאכן אביסל צייט דערפאר.

איז צו אלעמען ערשטן, ווער עס האט שוין געליינט מיינע אנאליזן אויף אתרא קדישא ביז אהער, ברויך שוין נישט צופיהל הקדמות. נאר אין קורצן: אתרא קדישא ווערט געפירט דורך א באנדע בעלי זרוע, טעראריסטן בלע"ז, וועלכע טוען באשליסן ככל העולה על רוחם אן קיינעם'ס הסכמה, קיין איין רב וואגט זיך נישט אריינצורעדן א ווארט, ווייל אז יא האט ער מארגן א פראטעסט ביי זיין שטוב פון אומשולדיגע אינגעלייט פון ירושלים וועלכע גייען בתמימות צו די אדרעסן וואו זיי ווערן געשיקט, אויסער איין דעת תורה וואס איז אחראי אויף זיי, וואס דאס איז הרה"ג ר' דוד שמידל שליט"א, וואס אין אמת'ן, טראץ וואס ער איז א איד א עובד ה', איז ער במחילת כבודו א איד א תמים, (און אפשר נישט די גלייכסטע קאפ), און זייענדיג ארומגענומען מיט מאפיאנערן וועלכע פארשטייען נאך אזוי גוט וויאזוי אים צו פירן על מי מנוחות, איז דער סך הכל אז דארט פירט זיך א ווערטשאפט אויף א פארפוילטן פארנעם וואס מיר קענען זיך אפילו נישט פארשטעלן, און יעדער וואס פרובירט נאר דאס צו פארעכטן ווערט אראפגעווישט פון די מאפע.

און בנושא זייערע מערכות אין די פעלד פון קברים, די ערשטע פראבלעם, איז די נושא פון די מחאות, וואס זיי האבן א תאווה אז עס זאל זיין לעבעדיג, צו ווייל אזוי קומט אריין מער געלט ערב יוה"ק, צו ווייל אזוי שפורן זיי אז זיי פירן כלל ישראל, נישט קיין נפק"מ, דאס איז די סך הכל, און דעריבער פרובירן זיי ניטאמאל זיך אדורכצוקומען בדרכי נועם, נאר מען פירט די זאך אזוי אז עס זאל אנקומען צו א געלונגענע מערכה. דאס איז סעיף א'.

די צווייטע טייל, איז א זאך וואס איך האב נאכנישט געהעריג גערעדט דערפון, איז געלט. תאוות הממון.

דאס הייסט אזוי, ווען איינער רופט זיי אריבער אז ער וויל בויען אויף א דטח וואו עס איז דא א חשש פון קברים, פארלאנגען זיי עפ"י רוב א ריזיגן אסטראנאמישן סומע צוצושטעלן א משגיח, וואס די געלט גייט פאר.. אתרא קדישא.

זאל אייך זיין קלאר: אתרא קדישא האט כמעט נישט קיין הוצאות!. שוין אפגערעדט וואס ביז א יאר צוריק פלעגן צוויי מענטשן פון זיי, טויסיג און קאלמאנאוויטש, זיין אויף א געהאלט פון די משרד הדתות, פון די קאסע פונעם רשות העתיקות, אלס איינע פון די איינגעשטעלטע אין די רשות העתיקות (ארכילאגיע), [ביז ווען דער אפמאך איז צושטערט געווארן דורך זייער אייגענע חכמה - ווי שוין אויסגעשמועסט בעבר]. אויסער דעם, מאכן זיי נישט קיינע טעסטס אויף קיין ביינער, און נישט אויף די ערד, אלעס ווערט געטוהן דורך זיי אליינס, און די קבורה חלקות ווערן נתנדב דורך די חברה קדישות. אבער עכ"ז, זיי פארלאנגען פארט ריזיגע סומעס, מער ווי די זאכן קענען אפילו קאסטן אין טטיערסטן פאל, זאגנדיג אז זיי ברויכן די געלט פאר... הצלת קברים. (צו איז קאלמאנאוויטש'עס שטוב א מקום קבורה? גיי ווייס).

נישט לאנג צוריק איז געווען א מעשה, ווען זיי זענען אריינגעקומען אין בילד ביי א שטח אין פרוד, וואו די אייגנטומער האט זיי געלאדנט זיך דורכצוקומען וועגן די קברים, זיי זאלן משגיח זיין דארט. זיי האבן דעם מענטש ארומגעשלעפט וואכן לאנג, און ווען מען האט זיך שוין יא אראפגעזעצט, האבן זיי פארלאנגט א ריזיגן אסטראנאמישן סומע, בלויז פארן שטיין דארט אלס משגיחים. יענער האט זיי פרובירט מסביר צו זיין אז ס'איז אים נישט מעגליך צו צאלן אזא פרייז, אבער זיי האבן אין געווארנט אז די פראטעסטן וועלן זיך אים נישט לוינען און עס וועט אים קאסטן טייערער...

אינדערצווישן האט זיך יענער דערוויסט פון הרב יקטר, און ער האט אין גערופן פאר הילף. זעענדיג וואס דא גייט פאר האט הרב יקטר אים גע'עצה'ט, ער זאל אפדרוקן א בריוו צו די בי"ד פון עדה החרדית, און אריינשרייבן אז אתרא קדישא פארלאנגט אזויפיל און אזויפיל געלט, און אז זיי ציען אים ארום, און ער בעט אז בי"ד זאל אים צושטעלן א שליח אויף תיכף ומיד וועלכער איז גרייט דאס צו טוהן אומזינסט..., און ער זאל רופן קאלמאנאוויטש און אים איינמעלדן אז ער גייט שיקן אט דעם בריוו צו בי"ד.

ער האט אזוי געטאן, און אראפגערופן קאלמאנאוויטש, אבער ער האט געענטפערט אז מען קען נישט יעצט ווייטער האנדלען, ווייל ער פארט קיין חו"ל אויף אפאר וואכן, און ווען ער וועט צוריקקומען וועט מען זעהן ווייטער. (איר פארשטייט וואס מען דארף אלס מיטמאכן זיך דורכצוקומען מיט די משוגעים??? א חידוש אז די חרדישע ירושלימע אידן טראגן אין די גאס א שמוציג פנים דארט???), אלזא, האט ער אים מודיע געווען אויפן טעלעפאן אז ער האט גרייט א בריוו וואס ליינט זיך אזוי און אזוי, און ער גייט דאס יעצט ארויסשיקן צו בי"ד.

"בו ביום" איז הרב קאלמנאוויטש געקומען צו לויפן, און געענדיגט דעם געשעפט פאר א קליינעם איינשטענדיגן פרייז, און די ארבעט האט זיך אנגעהויבן! (א מופת פון הרב יאקטער...).

(במאמר המוסגר, אויף די התאחדות האטליין ע"ה, האט שוין דער רעדנער געהאט טראמפייטערט מיט שמחה אז עס קומט א פרישע מערכה אין פארוד!)

דאס פארצייל איך אלס איין קליינע ביישפיל, אבער דאס איז זייער מהלך בכלל. מען מאכט דעם מענטש גוט צודרייט פון איין זייט, און מען בעט פון אים ריזיגע ריזיגע געלטער פון די צווייטע זייט.

*

אגב איז וויכטיג צו פארציילן, אז די מאנאפאל וואס זיי האבן געהאט אויף קברים איז שוין ב"ה שטארק שטארק געפאלן, נאכדעם וואס די רבני העדה און נאך פילע רבנים האבן זיך געעפנט די אויגן און געוואויר געווארן וואס דא טוט זיך אונטער זיי, און וואסערע פורים מען האט פון זיי געמאכט ביי די יפו מערכה, און ספעצילע איז די מאנאפאל כמעט צושפליטער געווארן יעצט צוליב וואס די בי"ד פון הרב קרליץ האט אין די לעצטע חודש-צוויי אנערקענט וואספארא אויסווארפן און שקרנים די חברה זענען, צוליב א באזונדערע פרשה וואו ער איז געווען פארמישט, וואס די דעטאלן איז א פרשה בפני עצמו פאר א צווייטע געלעגנהייט, און הרב קרליץ (וועמען זיי האבן אלעמאל גענוצט לטובתם) וויל זיי מער נישט קענען, און דאס האט געברענגט אז די "ועד להגנת קברי ישראל" האט געקענט ברענגען פילע פראיעקטן צום טיש פון הרב קרליץ, אויסער וואס די ועד האט מיט זיך רבנים פון די עדה און פון די שטוב פון הרב וואזנער, און זאכן ווערן ב"ה מסודר באופן הראוי, אן קיינע געשלעגן. ב"ה אז מען האלט דא, השי"ת זאל העלפן ווייטער.
ליינט דא איבער איין אזא פאל

*

אצינד לאמיר צוקומען צום ענין.

יא, די בילדער וואס זענען פארשפרייט געווארן, האבן געשאקלט וועלטן.

אבער, צו מיינט איר אז דער אפטייטש איז פשוט אזוי ווי בחדרי חרדים האט דאס אראפגעלייגט אז זיי גראבן אויס אידישע קברים פשוט פאר די מיליאן שקל וואס זיי האבן באקומען?, ניין, איך זאג נישט ממש אזוי, זיי זענען פארט אידישע קינדער, מיט א שטיקל הארץ, טאקע א קליינע קליינע שטיקל, אבער פארט א שטיקל.

דער אמת איז, אז עס זענען דא פעלער ווען מען מעג "מפנה זיין" קברים. למשל, אויב זענען דא צוויי קברים אין א רשות הרבים, נישט מער ווי צוויי, מעג מען עס להלכה מפנה זיין. אין דעם פאל איז דא אסאך מער, אבער ווארשיינליך איז די היתר צוליב וואס עס איז נישט געווען קיין אנדערע ברירה, דער בעה"ב האט זיך גע'עקשנ'ט וכדומה, האט מען באשלאסן אז מען גייט בעטן א מיליאן שקל, און יענער איז גרייט געווען דערויף, און מען האט געמאכט א שווייג, און פארטיג. פיין און וואויל. דאס איז זייער מעגליך די מציאות דא.

אבער די קשיא איז אינגאנצן עפעס אנדערשט:

1) ווער איז דער אחראי אויף די האקעלע זאכן? וועלכע בי"ד אדער וועלכע רב - אויסער איין הרב שמידל וועלכע איז כרוך במשוגעים אלף פעמים - האט א מיינונג אין זייערע באשלוסן ווען מען מעג מפנה זיין?? צו קען דאס טאקע ליגן אין די הענט פון אפאר שפלים וועלכע מאכן דערפון גרויס-געלט???!!!

2) ווער איז מחליט ווען מען זאל יא גיין אין א מערכה "לטובת המערכה" און ווען נישט?
פארוואס ביים פאריגן יפו פראיעקט האט מען נישט געטארט אפילו גיין זעהן צו ס'איז קברי יהודים, נאר מען האט געמוזט שיקן אינגעלייט און רבנים כאפן קלעפ פארן כבוד פון עצמות חזירים, אין די צייט וואס מען וואלט דארט פונקט אזוי געקענט שיין מפנה זיין בדרך כבוד?! ווער באשליסט די זאכן?

די מציאות איז, אז קיין איין איינציגער רב, אריינגערעכנט די רבני העדה, האבן נישט קיין שום מושג וואס אתרא קדישא טוט. נאר ווען עס קומען צו א מערכה, ברענגען זיי די יעצטיגע פאקטן, כלומר אז "מען גראבט יעצט קברי ישראל", ומי יבא אחריהם, און עס גייט ארויס א מערכה. איז דא איין רב וועלכע האלט מיט וואו מען איז יא מפנה און וואו נישט, וואו מען מאכט יא א ליקוט עצמות און וואו נישט, וויפיל געלט אנבאט מען נעמט יא אן און וויפיל נישט....????

דאס איז דער שערורי', און אויף דעם ווארטן מיר אויף א תשובה!

די וועלט וועט זיך בכלל נישט בארואיגן ווען די וואך אין די העדה וועט אתרא קדישא אריינשיקן א שיינע קאווער-אפ מיט תירוצים פארוואס דא האט מען יא געמעגט גראבן, ווייל די הויפט קושיא בלייבט א קושיא, און וועט קיינמאל נישט פארענטפערט ווערן!

(פארשטייט זיך אז אלעס וואס איך שרייב וועגן יפו, איז שוין נאכן פארקוקן אויף די טרוקענע פאקט אז אלקטרה האט זיך געוואלט אראפזעצן מיט אתרא קדישא, נאר זיי האבן ארומגעשלעפט 5 יאר ביזן מאכן פארגיין די אפעטיט פון האנדלען מיט די חרדים). 



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2011 21:42 לינק ישיר 

עס איז אינטערסאנט צו זעהן ווי זייער ווארטזאגער זאגט יעדן טאג עפעס אנדעש
האפענדיג אז מ'וועט פארגעסן זייער נעכטיגע מעשיות
נוסח אברהם לויפער
יעדע תירוץ איז סותר די פריעדיגע תירוצים
והצד השוא שבהן אז קיין איינס פארענטפרט נישט וואס דא גייט פאר
אין וואס איז פשט פין די חפירות...

והעיקר אז צום ביד''ץ האבען זיי מורא צו קומען....

כ'בין נאך אנפאנג געווען מסופק וואס די אמת איז דא
אבער פין זייערע תגובות קוקט אויס ווי ס'איז גרויסע צרות דא ה''י



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2011 01:51 לינק ישיר 

סטראבערי,
מיר וועלן גיין ווען דער רבי וועט הייסן.
דערווייל האט ער נישט געהייסן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2011 01:40 לינק ישיר 

די עיקר מילליאן דאלער Question אדרעסירסטו בכלל נישט:

לו יצויר ביזט גערעכט, און דיר - דער היידפארק שרייבערל - גלייב איך,
און אתרא קדישא  - וואס זענען מיוסד אויף דעם - גלייב איך נישט,
קומט דאך אויס א שרעקליכע זאך געשעהט, און מ'גראבט קברי ישרא-ל!!!
פארוואס זענען נישט די ארונים - די עכטע קנאים (וועם מ'קען נישט אזוי, איינס צוויי 'אויספאָפּן....) - מוחה אויפ'ן חילול פארוואס ביזטו נאר ביזי יענעם אונטערצורייסן,
אדרבה, גייטס ארויס ברחובה
של עיר, און וויינט בקול שופר!!??
אתמהה! 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-20/2/2011 22:12 לינק ישיר 

אפדעיט:

פארגאנגענעם דאנערשטאג אום 6:00 אווענט איז פארגעקומען א זיצונג אין בי"ד אין ירושלים, וואו עס זענען גערופן געווארן די חברה קדישא פון ירושלים וועלכע גראבן אויס רח"ל בידים די קברי ישראל אין יפו ברחוב שמעון בן שטח, און אזוי אויך די פארשטייער פון אתרא קדישא, וועלכע זענען עומדים על גביהם, לשמוע מה זה ועל מה זה.

און: זיי זענען נישט געקומען!

פינטל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/2/2011 00:40 לינק ישיר 

דער מלומד בשקרנות יוסף90 האט היינט ווידעראמאל קלארגעשטעלט מיט קלארע ווערטרע - פאר ווער עס קען ליינען צווישן די שורות - אז עס איז נישט פאראן קיין שום תשובה אויף די שרעקליכע פאסירונג, ווען די מחללי קברים "אתרא קדישא" האבן פאר א געלט-אויסטויש געלאזט - און צוגעהאלפן - אויסגראבן קברי ישראל בידים.

די הלכה איז, אז אויב איינער זאגט פארן תובע "לא לוויתי", כהאב נישט געבארגט, און א טאג שפעטער זאגט ער "לויתי ופרעתי", איך האב יא געבארגט אבער אויך שוין באצאלט, "אינו נאמן", איז ער נישט באגלייבט!.

נאכדעם וואס יוסף90,
דער ווארטזאגער פון אתרא קדישא אויף די אינטערנעט, האט שוין נעכטן געענטפערט - נאך צוויי טעג שווייגן און אויסטראכטן וואס מען ענטפערט דא - אז אתרא קדישא האט נישט אנגעהויבן וויסן פון דעם גאנצן פראיעקט, ביז די וואך ווען עס איז נתפרסם געווארן אויף די אינטערנעט, איז ער היינט ווידער געקומען מיט א פרישקייט, געעפנט א פרישן אשכול אין בחדרי חרדים, און דאסמאל שוין אויך אינעם דערנעבנדיגן קללות-פארום, מיט א נייעם מודה-במקצת-שקר, אז מתחילה האט אתרא קדישא יא געהאט שייכות מיטן פראיעקט, און זיי האבן גאר "מציל געווען" די קברים, נאר שפעטער האבן די חברה קדישא אן זייער וויסן געמאכט א יד אחת מיט די ארכילאגן, און אויסגעגראבן די קברים.

איז צו אלעמען ערשט, איז ער שוין א מודה במקצת, און אן א שבועה איז ער מער נישט באגלייבט...

און במציאות, זאגן די חברה קדישא קלאר אז זיי זענען געשיקט געווארן דורך אתרא קדישא, וואס ווען זיי זוכן סתם צו בלאפן טרעפן זיי בעסערע לגיונות, און עס זענען דא עדים נאמנים וועלכע האבן געזעהן דארט סיי יחזקאל קאלמאנאוויטש און סיי חיים טויסיג, האפנטליך וועט אפירקומען דערפון בילדער, און אויך איז קלאר אז ווען אתרא קדישא שטייט נישט בראש דערפון, וואלט שוין געווען ריזיגע פראטעסטן מיט א פלאקערדיגע מערכה מטעם אתרא קדישא.

צווייטנס, זאגט ער דארט א שקר גס, אז די מעשה האט פאסירט מיט עטליכע יאר צוריק, און בחדרי חרדים האט פשוט געזאגט א ליגנט אז זיי זענען דארט געווען די וואך.

פאר דעם שקר קומט אים א ציפ און בעקל, אבער ס'איז נישט צופיל מעלה ומוריד, אויסער וואס אים איז דאס בעסער צוליבן "הרוצה לשקר ירחיק עדותו", אבער לידיעתכם: צענדליגער אידן זענען דעם דינסטאג דארט געווען, און צוגעזעהן די סצענע במו עיניהם! און דער אומפארשעמטער מאפיאנער האט ניטאמאל א פראבלעם צו זאגן אזא שקר.

און דערנאך ברענגט ער נאך פון די חברה קדישא פרושים, מיט וועמען אתרא קדישא איז לפי דבריו צוקריגט... (לץ שבלצים - זיי זענען צוקריגט, אבער ער נעמט פון זיי סטעיטמענטס זיי צו פארענטפערן אויף די אינטערנעט, און ער ברענגט עס נאך ווי א וואוילע אינגל, און פרובירט עס צו פארענטפערן...) און די תשובה איז אז עס זענען געווען נאר צוויי קברים, און עס זענען דא סימנים אז דאס איז פון גויים.

איז אזוי, די אמתע פונקטליכע נומער פון די קברים, איז 16. זעכצן קברים זענען אויסגעגראבן געווארן, און ווער עס קוקט גוט אויף די בילדער קען זייער גרינג זעהן אז עס זענען דא מערערע פלעצער אינעם שטח וואו מען גראבט, מיט אנדערע סארט קברים און אנדערע סארט צעמענט.

אבער לאמיר נאר פארשטיין, וואס האלט יוסל90? ער האלט טאקע אז ס'איז געווען נאר צוויי קברים? אויב אזוי פארוואס האט אתרא קדישא דאס געהאט "מציל געווען" (כדבריו) ? ס'איז דאך להלכה מותר מפנה צו זיין? (און אתרא קדישא טוט דאס טאג-טעגליך).

ווי זאגט די וועלט? א ליגענער ברויך האבן א גוטן זכרון... דא איז ער דורכגעפאלן.

און צו די קברים זענען אידן, ערשטנס, אתרא קדישא האט שוין אין זייער היסטאריע ארגאניזירט צענדליגער פראטעסטן ביי "קלארע" קברי עכו"ם. עס איז נישטא די צייט דאס איבערצוגיין, אבער 15 יאר צוריק האבן זיי געפירט א שווערע מערכה מיט זייער'ס א קאמפאטישן, הרב מיכא רוטשילד (לרפו"ש), פארן לאזן אויסגראבן קברי עכו"ם, און די סיקירקים זענען טעגליך געקומען דארט פראטעסטירן! (דארט איז נישט געוען קיין שום פלוגתא צו דאס איז געווען קברי עכו"ם צו נישט, מען האט דאס געהאט קלאר בודק געווען לאין חולק).

צווייטנס, אלע מבינים וועלכע זעען די בילדער, און אפילו די ארכילאגן (ימ"ש) אליינס זאגן דאס, אז אלע סימנים ווייזן אז די קברים זענען פון אידן!.

דריטנס האב איך שוין געשריבן, אז זייט ווען דארפן אידישע חברה קדישא מפנה זיין גויים?... א געלעכטער.


סך הכל: עס שטעלט זיך ארויס גאר א טונקעלע בילד אויף די פרשה, וואס אויב האט איינער געמיינט אז עס זענען דא גוטע הסברים מטעם אתרא קדישא, שטעלט זיך ארויס אז נאך עטליכע טעג הערשט קומען זיי ארויס מיט אזאנע גאר גאר לעכערליכע אויסריידן וועלכע שטעלן דעם בילד קלאר: "אתרא קדישא" האט "געגראבן קברים" פאר "גוט באצאלט"!!!

אומגלויבליך אבער א פאקט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/2/2011 22:49 לינק ישיר 

עס לאזט זיך נישט גלייבן וואס מ'הערט אלס
עס וואלט זיך אויסגעפעלט איינער זאל באשרייבן אויך די אלע מערכות אין השמצות די לעצטערע יארען קעגן רבנים אין עסקנים
ווי אויך די מערכה קעגן קדמונינו ביי די ביה''ח אין צפת
וואס די גאנצע ביד''ץ מיט אלע רבנים זענען ארויס קעגן א''ק אין שטיצע פין קדמונינו

מ'קען אפשר נישט באשילדיגן הרב שמידל מיט די אלע שמוץ
מ'זאגט אז מ'קען מיט אים גרינג ארומדרייען
אבער די נאמען א''ק האט שוין גאנץ א אנדערע בליק
ספעציעל ביי די פרשה אין טאלעדא-שפאניע
ווי מ'האט געזעהן ווי נידריג זיי האבען געפירט א מערכה קעגן די גדולי אירופה  
אין  האבען געארבעט אויף קעס אין כלים צו מפנה זיין די קברים 
אין שטערן די רבנים פין וועד להצלת בתי עלמין וועלכע האבען מצליח געווען צו פארהאנדלען מיט די רעגירונג מ'זאל קענען צירוקשטעלן די עצמות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2011 23:43 לינק ישיר 

Could someone explain why there is not even a single word about this on the Zali forum??? Not even from the niks playing aroni, or maybe there was an ashkol and the zali menahel erased it



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2011 21:58 לינק ישיר 

רבותי, איך מוז אייך זאגן: איך בין סורפרייזט און שאקירט!

איך בין געווען זיכער אז עפעס א שכל'דיגע תשובה וועט נאך ארויפשווימען פון אתרא קדישא אויף די ברענעדיגע נושא, און די זאך וועט טיילווייז פארענטפערט ווערן, טראץ וואס די הויפט קושיא איז כמובן ווייטער אין קראפט, ווייל דער מציאות - אז עטליכע בעלי תאווה פירן כלל ישראל אין באד כאוות נפשם - דאס בלייבט, אבער די דערציטערונג פון די בילדער ווי אידישע קינדער גראבן ארויס קברי ישראל, דאס וועט כאטש טיילווייז פארענטפערט ווערן.

אלזא, ביך איך געזיצן אויף די בחדרי חרדים פורם, דארט ווי עס זענען סטאנציאנירט עטליכע הויפטן פון די מאפיאנערן, און איך האב געווארט צו זעהן ווא דער תשובה גייט זיין. און: איך גלייב נישט וואס איך זעה.

עס איז געגאנגען אזוי: אין אנהייב זענען געקומען תירוצים ווי וואסער, די ערשטע איז געווען אז די קברים זענען פון גויים. איי וועט איר פרעגן זיי שרייען דאך אלעמאל אז קברי עכו"ם איז אויך א פראבלעם משום מה יאמרו הגויים?, והשנית והיא העיקר: פארוואס ברויך מען אידן צו אזא ארבעט?... והשלישית, ווער עס פארשטייט אביסל זעהט אז מרעדט פון קברי ישראל, ווייל עס איז שכוב כדרכו.

ווייטער איז געקומען א תירוץ, אז ס'איז געווען בלית ברירה, ווייל דער בעה"ב האט נישט געוואלט נאכגעבן. אויב אזוי פארוואס איז מען נישט ארויס אין א מערכה? ווייל יענער האט באצאלט?... הייסט דאס אז די אונטערשייד צו אידן זאלן יא גיין בתמימות כאפן קלעפ צו נישט ווענדט זיך אין געלט?!

נאך א תירוץ איז געקומען, עס איז דא א היתר פון הרב וואזנער. אויף וואס איז באזירט דער מכלומרשטער היתר? און אפשר קען איינער זעהן דעם היתר? אזאנע ביליגע שקרנים ווי ענק זאל מען גלייבן אויפן ווארט? די בלעטער דא זענען צו קורץ איך זאל קענען פארציילן אלע בלאפערייען וואס איך האב שוין מיטגעהאלטן מיט וואס זיי באנוצן זיך, אזא בלאף אז עס איז דא א היתר - אין די צייט וואס עס איז נישטא לא מיני' ולא מקצתי' - דאס איז פון די גאר קליינע קלייניקייטן.

אצינד, היינט, איז שוין געקומען א ענדגילטיגער תשובה פון יוסף90 אליינס, דער אפיציעלער ווארטזאגער פון די מאפיאנערן, און אליינס א טייל פון די גרופע, און זיין תשובה איז - דאסמאל מיט דעם ניק.. - אז להד"ם. דהיינו? עס האט גארנישט מיט אתרא קדישא, און אתרא קדישא האט נישט געוויסט דערפון ביז יעצט!

און מיר עולם גולם זאלן אים גלייבן און שווייגן!

דאס הייסט אז איבעראל וואו די ציונים גראבן, ווייסן זיי גלייך, אבער דא - עטליכע גאסן אוועק פון די שטח וואו מען פראטעסטירט אין יפו - וואו אידן גראבן קברים בדחילו ורחימו, שוין גאנצע פיר חדשים, דאס ווייסן זיי נישט?! פאר וועמען ווילן זיי אזאנס איינרעדן?

און יעצט אז זיי זענען "שוין דערגאנגען דעם סוד"(...) ווואס גייט מען יעצט טוהן? עס קומט א מערכה? גייט מען פראטעסטירן?
געווענטליך נעמט עס נישט מער ווי 2 שעה פון ווען עס קומט די ידיעה ביז ווען זיי זענען דארט אויפן פלאץ מיט א מחאה. וואס נעמט דא אזוי לאנג?...

און דאס איז שוין נאכדעם וואס עס זענען דא עדי ראי' אז חיים טויסיג איז געווען אויפן שטח דעם מאנטאג!

די זאך זעהט אויס צו זיין טונקעלער פון טונקל! מער ווי איך האב אליינס געגלייבט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די "מחללי קברים" גראבן טאקע קברי ישראל בידים???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext