בית פורומים כל העולם כולו

זאליס פראבירן איינציצוימען חתנות אין פרדס/ברכה סימא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/2/2011 22:23 לינק ישיר 
זאליס פראבירן איינציצוימען חתנות אין פרדס/ברכה סימא

ווי באקאנט איז אין די לעצטע פאר יאר די גאנצע חרדישע וועלט אין א גייסט פין איינצוימען הוצאות ביי חתונות אין שמחות
טראץ וואס צימצום הוצאות איז א טעמע וואס איז גאר אן אלטער
דאך האט מען קיינמאל נישט געהאט קיין געהעריגע לעזונג דערצו
מ'האט דא געמאכט א תקנה חשובה אין דארט א תקנה אבער די מאדעס פלעגן אסאך שנעלער לויפן ווי די תקנות
מ'האט געפענט די מנוחת הנפש מאלל וואס האט נאכגעפאלט מיט נאך עטליכע חתונה מאללס
אבער ווי א גיטע לעזונג עס זאל נאר נישט זיין
איז עס נישט געווען די ענגילטיגע לעזונג אין די סטאנדארט איז געלויפן אסאך שנעלער ווי מ'האט געקלערט

אבער זינט דער היסטארישער דורכבראך פין די סאטמערע חתונה תקנות
האט זיך ב''ה אלעס געטוישט
 ווען מ'האט ב''ה אראפגעשטעלט שטארקע יסודות מיט קאפ אין שכל אינאיינעם מיטן ציבור
אין די הצלחה איז ב''ה למעלה מן המשוער
דאס האט בשעתו ארייגעברענגט די גאנצע חדרישע גאס אין א רעוולוציע קעגן לוקסוס
אין א ווינט פין איינפירן תקנות אויף צימצום הוצאות
ווי כמעט אלע ק''ק האבען שוין אייגעפירט ביי זייערע מיטגלידער חתונה תקנות

אין מ'גייט טאקע מחיל אל חיל ווען מ'האלט יעצט אינמיטן מסדר זיין די נעקסטע פאזע
אין היינט צו טאגס שעמען זיך מענטשן ע''פ רוב צו זיין אויפרייסעריש אין ספענדעריש

ביי איין פארטיי איז אבער נישט געווארען גארנישט
נישט ווייל די מענטשן האבען עס נישט פארלאנגט אין נישט ווייל זיי האבען נישט דעם קנאת סופרים
נאר די שנאה האט זיי צירוקגעהאלטן פין ווייזן אז זיי זענען נשפע פין די גאס וועלכע איז אינטער די ווינט פין די סאטמארע חתונה תקנות
עס האט גענומען א לאנגע צייט ביז ווען די למה נגרע'ס זענען געקומען צו א קלימאקס
וואס דעמאלטס האט זייער מוסד מסכים געווען צו נעמען די ברכה סימא זאל
וואס פלעגט כמעט נישט האען קיין שמחות אין איז געווען אין א 'דירעקטע' נאכגעלאזטע צושטאנד
אין מ'האט עס אביסל איבערגעבויט, גלייך געמאכט די פלאר, געטוישט אריינגענג, נייע טשילארס אין איבערגעפעינט די דאך
אין מ'האט כמעט די 'געדאפעלט די ביז דעמאלטסטיגע פרייז' אין זיי האבען געמאכט די וועלטס פראפאגאנדע אז זיי האבען אויך חתונה תקנות...
מ'האט אפי' גערופן דער בני ברק'ן מעיאר זיך פיקטשער אינאיינעם מיט זשיגאן'ס גבאי אינעם נייעם זאל
צו ווייזן אז זיי האבען שוין אויך תקנות, אין זיי זענען נישט אויסגעשלאסען פין כלל ישראל

עס איז שווער ארויסצוברענגן אין 1 אשכול וויפיל אינערליכע רייבערייען עס האט אפגעקאסט
ווייל די מוסד האט דאך געוואלט אז רוב חתונות זאלען בלייבן ביי די זאלען ווי זיי מאכען מער געלט
אין דארט האבען זיי פארשטייט זיך נישט געוואלט צושטעלן פאר עפארדעבל פרייזן (אזווי בית מרדכי/אולם עקשטיין, כו') 
אין אפי' נישט מיט א פעקעזש (אזווי , בית רחל פאראדייס, ביידע ראוז קעסיל זאלען, עטרת חי' שרה וכו')

למעשה האבען אלע אלטע ויוא''מ קאסטומערס אנגעהויבן בוקען די נייע פרדס זאל
אין זייער אנדערע זאלען ווי ויואל משה וועלכע פלעגט נישט האבען קיין ליידיגע דעיטס האט אנגעהויבן זיין פול מיט ליידיגע דעיטס
 (נ''ב אנדערע טייערע זאלען האבען אויך געהאט היבשע פארלוסטן אין ליכט פין די ראוז קעסיל זאלען וכו')
די מוסד האט זיך געזעהן מיט א שטיקל לאך,
נאך אלעם מאכען זיי פין פרדס אסאך ווייניגער ווי פין ויואל משה
האבען זיי באשלאסען אז מ'וועט איינפירן פרישע איינצומינגען
וואס וועט נישט זיין אין א שטייגער פין חתונה תקנות וואס זאל אפעקטירן זייער גאנצע קהילה ווי אלע קהילות טוהן
נאר בלויז פאר די וואס מאכען חתונה אין פרדס...
מ'וועט איינפירן איינצוימינגן וואס די פרדס מחותנים וועלן זיין פארפליכטעד א חוץ די געווענליכע חתונה נאכט תקנות
אזוי וועלן מענטשן ענדערש גיין צו די אנדערע זאלען

די לעצטע תקנה וואס זיי האבען איינגפירט איז מיט די חתונה בריוולעך
אז איינער וואס מאכט דארט חתונה מעגט נאר שיקען א באגרעניצטע צאל אינוויטעישאן'ס
אין מעג עס בלויז באשטעלן דורך 82
אזוי ארום וועלן האפענטליך די מער בעל בתי'שע צירוקגייין צו די טייערע זאלען
עס איז זעלבספארשטענדליך אז די תקנה האט גארנישט מיט די חתונה נאכט
אין אוודאי וועט עס נישט טוישן די סטאנדארט ביי קיינעם חוץ די פרדס מחותנים

אזא פנים האט זייערע תקנות
...... שאין טובתן שלימה


תוקן על ידי rebyankel ב- 17/02/2011 22:32:32





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאליס פראבירן איינציצוימען חתנות אין פרדס/ברכה סימא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext