שארמאשער לכ' פורים קטן: אריזאנא ווייץ חמץ גמור
דער באקאנטער שארמאשער האט ווידעראמאל נישט מונע געווען טוב מבעליו, און געלאזט מעלדן אז מען זאל חלילה נישט איבערלאזן דעם פורים קטן אן קיין שמייכל אויפן געזיכט.
ער האט געשיקט א מכתב קודש פאר דעם בקי נפלא בחדרי תורה דער באקאנטער דאראגער, און מקיים געווען משלוח מנות איש לרעהו, און געמאלדן אז אריזאנא ווייץ איז "חמוץ גמור" און "מ'טאר עס נישט האלטן אין שטוב", און אז מ'ברויך דאס פארברענען ביי שריפת חמץ(...)
ער זאגט אז ער האט געקאסט די אריזאנא ווייץ (לכאור' צווישן די געזאלצענע ניס ביים פורים סעודה), און ער האט געפילט אז ס'איז א שטוק זאלץ(...) דעריבער ווער עס עסט די געזאלצענע מצות, איז נישט נאר ער איז נישט מקיים די מצוה פון עסן מצות, נאר מען איז עובר אויף א דאורייתא פון עסן חמץ בפסח!
די אלע אידן וועלכע האבן די פארגאנגענע יארן געגעסן די געזאלצענע חמץ'דיגע אריזאנא קרעקערס זענען שנעל געלאפן צום גרויסן רב פאר א תשובת המשקל, און דער תשובה איז געווען אז דער גרויסער חרון אף קען בלויז ארפגענומען ווערן אויב מען נעמט זיך אונטער צו חתונה יעדן איינציג קינד אין דעם גע'אסר'טן חתונה זאל.
ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר. עס קוקט אויס אז הגה"צ שלמה לייב וויינבערגער שליט"א וועט היי יאר שוין נישט ברויכן ארויסגעבן זיין מפורסם'דיגע תשובות...
דער דראמאטישער מכתב קודש וועט זיין ביז געציילטע מינוטן.
 |
|
|