פלייש געשעפט דקהל יטב לב דסאטמאר קרית יואל
תושבי קרית יואל האבן אויפגענומען מיט פרייד די בשורה אז אי"ה דעם קומענדיגע וואך וועט די נייע פלייש געשעפט אונטער די שטרענגע השגחה פון דייני דקהל יטב לב עפענען די טויערן בשעה טובה ומצלחת.
רבינו שליט"א האט טאקע געבעטן פאריגע וואך ביים דינער לטובת מוסדות ויואל משה אז דער ציבור זאל שטיצן די נייע פלייש געשעפט וואס פון איין זייט איז מען פארזיכערט אז מען נעמט אריין כשר פלייש, פונעם צווייטען זייט וועט דאס אויך אריינברעגען א הכנסה פאר די הייליגע מוסדות וואס ציילן זיך שוין היינט צוטאגס ביי אריבער צוויי טויזענט קינדערלעך בליעה"ר וכ"י.
עס איז טאקע צום האפן אז דער עולם וועט ארויסווייזען די מאקסימאלסטע שטיצע.
|
|