בית פורומים אידישע געדאנק

המשכת הקשר אפגעראכטן מוצאי שב"ק מיט געהויבנקייט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/2/2011 20:21 לינק ישיר 
המשכת הקשר אפגעראכטן מוצאי שב"ק מיט געהויבנקייט

א זעלטן הערליכע מלוה מלכה מעמד 'המשכת הקשר' איז נעכטן מוצאי שבת קודש אפגעראכטן געווארן אינעם ריזיגען בית המדרש היכל דברי יואל וואס געפינט זיך אין די גיגאנטישע בנין פון ישיבה גדולה ד'סאטמאר אין קווינס.
 
אייגענטליך איז דאס שוין דאס צווייטע מאל וואס עס קומט פאר אזא מלוה מלכה, א צייט ווען מען טרעפט זיך מיט אלטע חבירים אזוי אויך ברענגט עס אויף נאסטאלאגישע זכרונות נאך פון די צייטן וואס מען האט דארט געלערנט, וואס היינט צוטאגס האלט דאס שוין ביי אריבער צוויי טויזענט יוצאי הישיבה, אסאך אסאך בליעה"ר וכן ירבו האבן שוין קינדער וואס גייען שוין אין חדר / סקול.
 
די מעמד נעכטן איז אפגעראכטן געווארן מיט די באטייליגונג פון א ריזן ציבור, עס איז געווען א מעמד הוד צי זעהן אז די סייעתא דשמיא באגלייט ברוך השם כ"ק רבינו אויף טריט און שריט, אין האט זוכה געווען אויפצוציען אזא הערליכע ישיבה, וואס די פירות דערפון שניידט מען טאג טעגליך.
 
ווער עס האט בילדער פון דעם הערליכע מעמד ווערט געבעטן עס מיר שיקן אויף [email protected]



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2011 03:34 לינק ישיר 

רבי שלמה יענקעל געלבמאן האט פיין געזאגט דארט.
 א יוד פון בארא פארק האט אים געזאגט צוויי חדשים צוריק ער האט באקומען 3 בריווען אויף די פאסט.
איינס: מעמבערשיפ ביל פון קהל.
צוויי: ביל פון ארץ החיים קאמפיין.
דריי: פון ישיבה אפיס א לא נתקבל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2011 23:22 לינק ישיר 

דער ארונישע אפיציעלע ווארטזאגער האט דערשמעקט מיט זיין מאלפע נאז אז זיין חבר רבי יונה וועט נישט האבן וואס צו ענטפערן איז ער אויפגעקומען מיט א פרישע חידוש עס זאל הייסן אז ישראל ואורייתא האט ספעציעל געמאכט די סיום די זעלבע צייט פון די המשכת הקשר, שטעלטס ענק פאר ווען ישראל ואורייתא זאל עס ווען אפשטיפן מיט א וואך דאן וואלט רבי יונה געשריגן אז די זאליס האבן נישט געוואלט ארויסגעבן די זאל אלץ מורא אז אויב וועט זיין צוויי מלוה מלכה'ס אין די זעלבע צייט וועט מען נישט האבן קיין מענטשן, אבער ברוך השם מיר האבן א נארמאלע רבי וואס נישט אלעס מיינט ביי אים פיקטשערס אזוי ווי ביי דעם עם הארץ, אןן עס שטערט אים נישט ווען מען מאכט נאך א מלוה מלכה די זעלבע צייט.
 
אז די ארונים שפירן זיך אזוי געטראפן ווען זיי זעהן ווי מיר קענען ב"ה אנפילען 2 מלוה מלכה'ס אין די צייט וואס דזשיגאן זיצט איבערגעבויגן איבער די בארשט עד כדי כך אז מען מיז שוין שרייבן אז ביי אונז גאר פארטראגט מען זיך נישט - א שטייגער ווי דוד עקשטיין מיט די כולל אין קרית יואל, - האב איך פאר זיי נאר איין עצה; שטעלטס אויף די כ"א כסלו טייטלבוים אין צענטער פון הופפער סטריט.
 
נ.ב. איך נעם נישט קיין אחריות אויב פישמאן וועט העכערן די רענט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2011 16:24 לינק ישיר 

רבי יונה שפרינגט ביזן דאך הלמאי דער רבי שליט"א איז נישט ערשינען צום מעמד וואס ישראל ואורייתא האט געמאכט פארגאנגענעם מוצש"ק. גייט זייט אים מסביר אז ביי אונז איז תורה נישט קיין פארטיי חינגא, אין בעלזא און וויזניץ און ביי ר' אהרן טייטלבוים איז תורה א חלק פון די פראפעגאנדע. אבער ביי אונז דארף מען ב"ה נישט צוקומען צו דעם. רבינו שליט"א האט זיך דאן געפינען אין די ישיבה הקדושה אין קווינס ארומגענומען מיט זיין געטרייע תלמידים הקרואים בנים, טאקע אין אט די ישיבה וואס האט געזאלט פארמאכט ווערן מיטוואך ווען ר' זלמן לייב וועט צוריקפליען קיין ירושלים, האט געמאכט א היסטארישע מסיבה פאר די טויזענטער (בלי עין הרע!) תלמידים וואס האבן דארט געלערנט. מיר איז נאר א חידוש פארוואס רבי יונה זאגט נישט אז ישראל ואורייתא באלאנגט גאר פאר זיין דזשיגאן עם הארץ, פארוואס זאגט ער אז דאס האט בכלל מיט די זאליס?...

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 21/02/2011 18:20:53




תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 21/02/2011 18:21:32




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2011 02:49 לינק ישיר 

טעות


תוקן על ידי אייזנער ב- 21/02/2011 02:50:07




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > המשכת הקשר אפגעראכטן מוצאי שב"ק מיט געהויבנקייט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext