| נשלח ב-21/2/2011 18:55 |
|
| |
וועלט געשפאנט! רומערס קאדאפי אנטלויפט!
איצט מעלדן אלע נייעס סטאנציעס מיט פאטאס, אז עס איז שטארק מעגליך אז דער מאסן מערדער קאדאפי, איז איצט אויפען וועג צו ווענעזוועלע, ווי ער איז אנטלאפען פון זיין לאנד ליביע, נאכדעם וואס ער האט אין די לעצטע טעג ברוטאל געהרגט 100'דערטער פראטעסטירערס.
אויב דאס איז אמת איז דאס א מורא'דיגע זיג פאר אמעריקא, און פאר די וועלט.
און דאס מיינט די גאנצע מיטל מזרח איז א חורבן, דאס איז די דריטע מדינה וואס פאלט נאך טוניזע, מצרים, איצט ליביע, דאס מיינט עס איז שאלה פון טעג ביז כמעט אלע מלוכות אין מיטל מזרח וועלן פאלן איבערהויפט איראן.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 21/02/2011 19:05:36
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2011 09:30 |
|
| |
גראדע ווי יעדער האט געקענט באמערקן וואס א צעמישעניש עס האט באנומען ביי די קעפ פון מדינת ישראל די ערשטע פאר טאג פון די מובאראק רעוואלוציע, ביי זיך ווייסן זיי זייער גוט ווי זיי שטייען רחמנא לצלן!!!!!
די זדשיהאדן זענען ארויס פון קעיזדש!!!
אחוץ וואס מדינת ישראל האט זיך נישט געזיכט אקעגן צושטעלן דעם שווארצן אמעריקאנער שוטה וואס האט זיך געפענט דאס מויל אומגעפרעגט איז נישט פארהאן קיין שום אנדערע שכלדיגע סברה צו זאגן אז זיי זענען העפי מיט דאס האט פאסירט אין מצרים, איך ווייס נישט אויב זיי וואלטן געדארפט רעדן, קען גאר זיין אז זייערע שונאים וואלטן זיך ארויפגעכאפט אויף יעדעס איבעריגע ווארט כדי צו טייטלן מיט די פינגער אז די מדינה איז שולדיג אין די רעוואלוציע, אבער צו צופרידן זיין מיט אבאמעס שיטה איז זיכער נישט פאר זיי..........
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2011 03:17 |
|
| |
זכר באנדעל,,,,,,אוי ביסטו נעבעך גערעכט!
השם ירחם זיי זענען אלע בלוט דורשטיגע מענשען עס איז נישטא איין אראבישע מדינה, אדער א מוסלמענישע מדינה וואס איז נארמאל און שטיל אן א דיקטאטורישע רעגירונג.
זיי דארפן פרייהייט פונקט ווי 5 יעריגע קינדער דארף אויף פיפטע עוועניו!
אנשטייט פרייען זיך, דארפען די פינסטערע אמעריקאנער בהמות זיך גוט אונטערגארטלען.
מאן יימר לן אז די היזיגע באפעלקערונג וועט נישט באקומען א אפעטיט צו פראטעסטירען, דעמאנסטרירען און מאכן איבערקערענישען איבער יעדע קליניגקייט וואס געפעלט זיי נישט! ומעשה מעדיסאן וויסקאנסאן יוכיח!
אונזערע חכז"ל האבען געווארענט אילמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו. דאס ווארט "מוראה" טראגט אין יעדע מדינה א אנדערען טייטש, ווי שטרענג די רעגירונג דארף פירען עס זאל זיין א מוראה!
מיר האבען נאך נישט געזען די אמעריקאנער מוראה. ביז דערווייל זייט אמעריקעס פרייהאט, זיצען די מענשען רואיג ווייל זיי ווילען און נישט צוליעב קיין שום מוראה. די פאר מענשען וואס זיצען אין תפיסות זיינען א מיעוטא דמיעוטא.
חלילה וחלילה דער טאג זאל נישט קומען דא און רוב רובם פון די באפעלקערונג זאל פארלירען די מוראה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2011 22:53 |
|
| |
איך ווייס נישט ווי גוט דאס איז באמת פאר די וועלט אדער פאר אמעריקע, לויט ווי מענטשען זאגן קען דאס זיין א גרויסע סכנה פאר י וועלט וויבאלד די ישמעלים זענען ארויס פון קעיזדש.. ה"י וואס קען אלץ פאסירן!!!!!
לויט ווי מ'שאצט איז מובאראק געווען די איינציגסטע וואס האט באמת געהאלטן די רוצחים אין די ראמען, ווער ווייסט וואס א שלעכט אויג סיריע האלט אויף מדינות ישראל! (נישט די רעגירונג, איך רעד פון ציווילע מענטשן וואס טוען ווילדע אקטן אפגערעדט צו עס מאכט סענטס פאליטיש!) דער אייבישטער זאל האלטן די רעכטע האנט!!!!
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|