בית פורומים אידישע געדאנק

רבי יונה'ס אבסעסיע מיט הגה"צ משארמאש: וואס באדערט אים?!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/2/2011 19:21 לינק ישיר 
רבי יונה'ס אבסעסיע מיט הגה"צ משארמאש: וואס באדערט אים?!

איך האב קודם געמיינט אז איך חלום, אבער זעענדיג אז מען האלט שוין דארט ביים פערטען אשכול הייב איך אן זעהן עס איז גארנישט קיין פאנטאזיע, נאך די אלע יארן וואס זיי האבן זיך מתחצף געווען קעגן הגה"צ שארמאשער רב שליט"א, געשלאגן פיזיש, געווארפן פאשקעווילן טאג טעגליך, ארומגעפארן מיט א טראק אויסשרייען קעגן אים ביז העלדישע אינגעלייט האבן זיי אפגעשטעלט און אראפגעריסן די מייקס פונעם דאך דעמאלטס האבן זיי אנגענומען א נייע מיטל פון ספרעין גראפיטי אויף די גאסן און אויף די ווענט פון בתי מדרשים, דאס האט זיי אלעס אבער געהאלפן פונקט ווי איינער דערשרעקט זיך היינט פון די וועכענטליכע אנאנס אין דער בלאט ווי זיי וויינען מיט מכלומרש'טע קראקאדיל טרערן מען זאל זיך שטעלן צו דין תורה.
 
איז מען אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע המצאה עס איז דא איינער וואס נאך פון אלס בחור האט ער זיך שוין אנגעגעסן מיט א מיאוסע שנאה צום שארמאשער רב נאך שרייבענדיג דעם פני הדור ביי דעם דזשיגאן עם הארץ אין אפיס אין די ישיבה בקברו וואס איז אמאל באשטאנען ביי דעם ריזיגע מספר פון קרוב צי 1000 בחורים היינט באשטייט עס פון א קארגע 400, די זעלבע צייט באשטייט די ישיבה גדולה אין קווינס ביי די ריזיגע ציפער פון 850 בליעה"ר.
 
פלעגט דארט דער שרייבער זיצן ביים טיש אין אפיס ווען פונעם אנדערע זייט זיצט דער געוועזענע מרא דאתרא מיטן גרינעם כאלאטל אין לעכעריגע שווארצע זאקען מיט די צובויגענע באלי היט לעקענדיג די ברעקעלעך פון די ראגעלעך, געווען איז ער זיכער אז ער וועט געוועלטיגן איבעראל - ווער רעדט נאך בעיר קרית יואל און אפשר אויך גלילות - ווי ער וועט זיין דער געוועלטיגער איבער אלעמען, דענסמאל האט ער ביי א דרשה קעגן די ניי געגרינדעטע בני יואל מוסדות געלאכט מיט זיין זיסע קוויטשעדיגע שטימע "איך ווייס נישט אויב זיי האבן 14 אינגלעך און דרייצן מיידלעך אדער 14 מיידלעך און דרייצן אינגלעך...".
 
עס איז איבריג צו זאגן אז ברוך השם היינט צוטאגס דארף מען קיינעם נישט זאגן וואס עס איז געווארן דא אין שטעטל והגלילות שוין אפגערעדט איבער די אנדערע פלעצער אין די וועלט ווי אימער עס איז פאראן סאטמארע חסידים, קיינער דערשרעקט זיך מער נישט פון אים, "זיין מיינונג איז קיין מיינונג"!
 
אויף היידפארק און אין דער בלאט קענען זיי טאקע שרייבן וואס זיי ווילען, זיי קענען שטעלן וויפיל בילדער עס גליסט זיי (לייען 'אים') שרייבן אז ער איז דער בעל שם טוב, דאס איינע זאך קענען זיי אבער נישט אראפשלינגען אז טראץ די אלע שמיציגע טעראר גייט דער שארמאשער רב שליט"א אן מיט זייו עבודת הקודש הונדערטער אידן פרעגן אים אן די שווערסטע שאלות טאג טעגליך אפילו אין די שפעטע נאכט שעה'ן ווען דער געוועזענע שטארקע ר' אהרן טייטלבוים ליגט אין בעט און פישער גבאי (לייען 'דאקטער פישער') ליינט אים פאר די פנקס פון די פריש חתונה געהאט פארפעלקער טאקע דארט ווי ער האט געזאלט באהערשן וויינט ער אויף אויף די סידור קידושין וואו דער גאנצע מרא דאתרא'שאפט איז געגאנגען א גאנג, און הגה"צ משארמאש איז געווארן דער קרית יואלער רב.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2011 18:13 לינק ישיר 

גיט ארויסגעברענגט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > רבי יונה'ס אבסעסיע מיט הגה"צ משארמאש: וואס באדערט אים?!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext