ווי עס איז איינגעפירט אלע יארן אז ראש חודש אדר גייט א פורים רב ארום צי די חתונות פין תלמידי הישיבה ער טרייט משמח זיין ביי די חתונה די ציל דערפין איז צי שאפן געלד פאר חתנים פין די ישיבה.
דא קענט איר אביסל מיטהאלטן ווי דאס יאר איז ער גאנץ גוט היינט נאכט למשל האט ער נאכגעמאכט אהרן....
http://m.youtube.com/watch?gl=US&client=mv-google&hl=en&v=rt_P4X7UdPQ
Or at twitter follow PurimKehila71
ווען ער זאל ווען נאכמאכן כאטש די מנהגים וואלט שוין גיט געווען, אבער פרובירן נאכמאכן די ה' מלך און וויינען מיט פאלשע טרערן ביי שלש סעודות אויף דעם דארף מען זיין א גרויסע שוטה
_________________
נשלח ב-3/3/2011 15:09
וואס מאכט ער נאך. חוץ די מנהגים?
נשלח ב-3/3/2011 07:55
דער דזשיגאן עם הארץ ראביי אהרן טייטעלבוים ווייסט אויך נישט אז ער דארף זיך שעמען נאכצומאכן להבדיל אלף אלפי הבדלות דעם הייליגען רבי זי"ע אפילו די הייליגסטע טעג פונעם יאר.
_________________
נשלח ב-1/3/2011 03:20
ער ווייסט ניטעמאל אז ער דארף זיך שעמען
_________________
נשלח ב-1/3/2011 02:57
שעם דיך כאטש דערמיט
ממילא ר' אהרן, אבער וואס האבן דיר די אנדערע רביס געטון?
נשלח ב-1/3/2011 00:13
פון אישי:
"ויאמרו הנה יום הדין"
עס הערשט אין די טעג א תשרי'דיגע שטימונג פון א חשבון הנפש ביי אלע רבי'לעך מכל קצוי תבל. עס ווארפט זיך זיי הענט און פיס פאר שרעק פונעם יום הדין וואס זיי גייען דורך פארן פורים רב פון די סאטמערע ישיבה גדולה, יעדער פארשט זיך נאך זייערע מעשים פון א גאנץ יאר צי מען האט זיך נישט צו שטארק משוגע געמאכט איבערן יאר אויפן חשבון פון כלל ישראל, וואס דאס קען גורם זיין צו פאלן צום גורל פונעם פורים רב, און ער וועט זיך פארשטעלן גענוי ווי דעם דאזיגען רבי'ן וואס האט זיך מיאוס משיגע געמאכט איבערן יאר כדי מען זאל כאפן גענוג פיקטשערס און די גאנצע וועלט זאל זען גדלו וגבורותו, און ער וועט בלייבן ללעג ולקלס וויאזוי דער קווינסער פורים רב וועט אים נאכמאכן.
מאנכע רבי'לעך לייגן זיך נישט שלאפן אויס מורא אז זיי וועלן פארשלאפן ס'מזל און זיי וועלן פאר'משפט ווערן צום נישט גוטן. די גרויסע רבי'ס האבן שוין אנגעאטעמט מיט פרייד, זאגענדיג אז צדיקים ווערן שוין נחתם דעם ערשטן טאג לטובה.
אונז בלייבט נאר איבער זיי צו אנוואונטשן פון טיפן הארץ "א גוט געבענטש יאר און א כתיבה וחתימה טובה"
בעולם הישיבות החסידי נוהגים מידי שנה, במהלך חג-הפורים, "להכתיר" את אחד הבחורים לאדמו"ר. מסביב, נערך "טיש" לכל דבר; אדמו"ר, קהילת החסידים, נגידים, נדבנים וכולי. כך זה נראה לפני שנה בקהילת פרדס פייגא, שם אחד הבחורים חיקה אדמו"ר מפורסם מאוד המתגוררים בארה"ב (בכיכר)