ווען דאס פערדל פאראיינט זיך מיטן לויפער...
לכבוד פורים!
שטייט דאס פערדל און טראכט,
פארוואס האט מען פאר מיר נישט קיין שום רעספעקט,
איך בין גארנישט מער פונעם פויערל,
דער קעניג און די שעכן זענען געשעצט ביי יעדן,
יעדער רעדט פון זיי, קיינער וואגט זיך נישט צו טשעפן מיט זיי,
זיי קענען גיין ווי זיי ווילן, און יעדער איז מלא דרך ארץ פאר זיי,
און איך דריי מיך ווי א פערד,
איין סטעפ פאראויס און א לינקס...
אדער איין סטעפ לינקס און ווייטער א דריי,
איך דריי מיך ארום אן א ציל, ממש ווי א פערד...
אפילו דער טארעם וואס רוהט אזוי אין ווינקל,
איז היבש רעספעקטעד, ער גייט "גראד" ווי זיין הארץ באגערט,
האט דאס פערדל מחליט געווען זיך צוזאמען שטעלן מיטן "לויפער"
-דער לויפער וואס קען נאר גיין "קרום", ער האט נאך קיין
גראדן טריט אין זיין לעבן נישט געגאנגען-, און צוזאמען אויס ארבייטן
א סטראטעגיע, וויאזוי צו הייבן זייער פרעסטיטש, און זיי זאלן
ערייכן אביסל רעספעקט און נישט זיין ווי א פשוט פערדל אדער פויערל,
איז דער "לויפער" געפאלן אויף א המצאה,
מען וועט זיך נעמען וואויווען און רידערן,
שפרינגען און שטויסן, אולי ואולי וועלן זיך דער קעניג און מלכה
וויסענדיג מאכן פון אונז, און מיר וועלן ווערן א זאך,
אומר ועושה, דער לויפער (דער וואס קען נאר גיין קרום) הייבט אן מיט
זיינע קראוואניעס, שרייט זאלץ, וואסער, גלאטין, עציץ, ספק חמץ וכו'
אבער קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג, קומט צו גיין דאס פערדל און
הייבט אן צו העלפן דעם לויפער, ער שרייט און שרייט, ספק חמץ? ניין!!!
ודאי חמץ, און נישט סתם חמץ, נאר חמץ גמור, זיי שרייען און שרייען,
און ווארטן אומגעדילדיג אז דער מלך (מאן מלכי רבנן) זאל זיך וויסענדיג
פון זיי, ער זאל עפעס ענטפערן, און אז נישט דער מלך אליין, זאל זיין
די מלכה (דיין), אבער ענטפערטס עפעס, מאכטס ענק וויסענדיג, מיר ווילן
האבן עפעס א אנערקענונג, אבער, ווי ווען וואס, ס'איז א קול קורא במדבר,
צעקו ואין מושיע, זייערע נאנטע חברים די וואלדמאן'ס סארי, די "פויערלעך"
שרייען מיט, און העלפן זייערע באליבטע ידידים, אבער עס העלפט נישט
גארנישט, א פערד בלייבט א פערד, און ווען די ביסט ארום גענומען מיט
פויערלעך, בלייבסטו א פויערל, כאפט א שמייכל...
 |
|
|