| נשלח ב-24/2/2011 04:22 |
|
| |
נאך א אומשילדיג נשמה פארמסער'ט רח"ל
ווי באקאנט האבן זיך די שונאים אין קרית יואל לעצטענס צעלאזט און גענומען ארעסטירן אומשילדיגע מצוינים פון ישיבה, ווער געדענקט נישט ווען א אומשילדיגער מתמיד האט פרייטאג צונאכטס נאכן סבלן'ס טיש איידעלערהייט געשטויסן א פרוי און געווארפן אויף איר א ליידיגע פלעשל ביר, איז געגאנגען דער מסור סרוגא אין קארט מיט דעם ווידיאו פילם וואס דער שבת גוי האט רעקארדעט און דער זשאדש האט געגעבן פענעלטיס מיט קרימינעל רעקארד וואס קומט זיך פאר אזא מתמיד,
איצט איז די חוצפה שוין געגאנגען א שטאפל ווייטער, א יונגערמאן אויף ליפא פריעדמאן האט איין נאכט באמערקט א גרופע צוגאנערס באמיסטיגן די קרית יואלער גאסן מיט זייערע עקלדיגע פאשקעווילן, און האט גענומען פון זיי א פיקטשער מיט זיין סעלפאן אינמיטן די עבודת הקודש איז צוגעגאנגען עטליכע מציונים און אים צוגעכאפט דעם סעלפאון אבער אים נישט פריי געלאזט איידער זיי האבן אים צעשלאגן און צעביילט און צעמזיקט די גלעזער דער יונגערמאן קוים ארויס מיטן לעבן און האט תיכף גערופן פאליס אבער ס'נישט געווען וועם צו ארעסטירן ווייל ביני לביני זענען די חברה צוריקגעלאפן צו די גמרא'ס.. איצט האט דער יונגערמאן געטון די זעלבע וואס דער מסור סרוגא האט געטון, און מיטן אייבערשטן'ס הילף וועט דער זשאדש געבן דעם אומשילדיגן בחור זיין פארדינטן מתן שכרו בצידו למען ישמעו.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2011 23:40 |
|
| |
?any updates
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2011 01:20 |
|
| |
יעצט זעסטו מיר אויס אסאך ראיגער, ווייל די הערסט שוין אז עס איז דא א היתר, וויל איך דיר פרעגן, צי די ביסט יא אדער נישט באקאנט מיט די פרטי המעשה, אבער הייבן הענט אויף א צווייטע יוד, אפילו ווען עס קומט אים, איז פין די חמורות שבחמורות, (עיין פרשת שמות רשע למה תכה רעיך, ועובר בזה על כמה לאווין ) עס איז זעכער נישט דא קיין שום אופן ווי עס איז מותר יענם צי שלאגן , נישט קיין חילוק צי יענער איז פיקטשער מאכער אדער א ביר ווארפער, פארשטייט זיך אליין אז אזא דבר חמור וועט זיך זיכער א בחור נישט אליין ערלויבן, עס דארף האבן די הכרעה פון די הויכע פענסטערס. פארגעס נישט, לא תרצח און לא תגנוב שטייט און די זעלבע תורה, מיט איין בלעטל געריקט פון די רש"י און פרשת משפטים. אויב ווילסטו סלעקטן פון די תורה נאר פארטס וואס דינט דיין אינטערעסן, פארשטייסטו אליין אז דיינע תם'עוואטע שאלות פארדינט נישט קיין ענטפער, שפיל דיך ווייטער ארום מיט די תורה לויט דיין גיסטע,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2011 01:07 |
|
| |
I know this yengerman he told me the he have a היתר
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2011 22:32 |
|
| |
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 24/02/2011 22:32:34
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2011 22:07 |
|
| |
הער קעניג, ס'קומט מיר נישט אזא טאץ זלזולים נאר פאר'ן פרעגן די לעגיטימע פראגע ''ווער האט מתיר געווען?", דו זאגסט אז עס איז דא א היתר? גוט. איך הער. אין עס איז קעיס קלאוזד. אבער בכל אופן איז די פראגע זייער אין פלאץ, און דארף בפירוש יא געפרעגט ווערן יעדעס מאל ווען איינער גיבט איבער א יוד פאר די אוטאריטעטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2011 19:24 |
|
| |
אויטענטיש טייערער, קיינער האט נישט מתיר געוועהן דא קיין מסירה, אין אזוי אויך איז קיינער נישט מחיוב אויסצולייגן זיינע זאכן אויף היידפארק פאר אפאר ליידיגייערס וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן טאג, איין זאך קען איך דיר גארענטירן, (איך האב מורה אז דו וועסט נישט שלאפן ביינאכט אן דעם) אז מען טוט גארנישט אן קיין קלארע פסק פון אויסגערופענע מורה הוראה, דאס איז גענוג פאר דיר דיר? אדער דו מוזט נאך וויסן ווער אויך כדי די ביליגע יונגאטשעס אויף כל העולם זאלן קענען פון זיי ליצנות מאכן?
גיב א קוק ואס איינער דארט שרייבט נאך פאר ער וייסט וואס ווער ווען.

איר כאפט וואס דא גייט פאר? די דיינים וואס פאסקענען פאר א יונגערמאן וואס צו טון ווען ער קומט אונטער רציחה, באקומט אזא פארציע, ווילסט נאך אלץ מיר זאלן ענק אפגעבן דין וחשבון וואס מיר טוען? מיר האבן מורה הוראה גדולי התורה וואס האבן שוין געקענט ש"ס ופוסקים ווען ענקער רבי האט נאך געגעסן בלעק אין ווייטס אגאנצן טאג, גיי זוך דיר אנדערע מצוות צדיקל, אין ברעטשע נישט אזוי אז עס טוט דיר ווי מסירה, אויס טוט דיר עס טאקע אזוי וויי, גיי וואש אפ ענקער ראש הקהל עקשטיין וואס ער איז די רבי פון די מוסרים בדורינו.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2011 19:05 |
|
| |
דאכט זיך אז עס ווערט געפאסקנ'ט אז מען מעג מסר'ן איינעם וואס איז עלול אויף רציחה
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2011 19:00 |
|
| |
קינדערלעך זיסע, מסירה איז נישט קיין קינדער שפיל, אויב ווילט עטץ בארעכטיגן ענקער מסר'ן, דארפט איר נאר זאגן אז א רב מובהק האט אייך מתיר געווען, און דאס איז גענוג. איר דארפט נישט וועגן דעם אינטערמינעווען די הארבקייט פין מסירה, אדער זיך פארהערן מיט די אהרונים איבער ווער עס מסר'ט מער.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2011 18:52 |
|
| |
די ארונים האבן עקסקלוסיוו רייטס אויף מסירה, קיינער טאר נישט נאר זיי
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2011 16:57 |
|
| |
סאיז אינטרסאנט ווי אזוי די קעפ ביי די ארונים ארבייטן דער בחור וואס מהאט אויף די באפעל פין עטליכע רבנים דיינים ארייגעבען די קלאגע דער בחור האט נאך תיכף יענע פאר טאג אריין געבען א פאלטשע מסירה אקעגן א אימשלדיגע יונגערמאן דעס מעג מען אבער ווען מ'קלאגט ברשות אן דעם שלעגער אין אויך שוין ליידער א מסור דעמאלטץ הייבט מען אן צי שרייען מסור מסור נאר וואס דען "הא לן והא להו"
תוקן על ידי דער_אקס ב- 24/02/2011 17:02:43
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2011 06:14 |
|
| |
איך האב יעצט געזען יואלי לאנדא מיט די מאלפע נאז אין גריל אן ליע זייענדיג פארטיפט אונעם בילד ער געט א שריי אויס "א קרעציגע קאפ"...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2011 06:09 |
|
| |
אויטענטיש האסט שוין איינער אמאל געזען אז א מסור זאל מודה זיין אז עס איז א הארבע זאך צו מסרן ????
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2011 05:40 |
|
| |
סאטמאר נאמבער איינס. דאס אז איך וואלט זיך פארלוירן בשעת נסיון איז נאך נישט קיין היתר צו מסר'ן, און ניין! עס איז בכלל נישט קיין נארישע פראגע צו פרעגן אויב מען מעג רופן פאליציי, ביי אי יוד הייסט נישט נאריש ווען מען פרעגט וואס די הלכה איז, אפילו אויב דער תירוץ איז אז יא. נאכאמאל איך ווייס נישט וואס די מעשה דא איז געווען, איך האב נאר אזויפיל מעורר געווען אז ווען מען שרייבט מען האט גע'מסר'ט ברויך עס זיין געבויעט אויף א פסק הלכה פין א מורה הוראה מובהק.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2011 05:38 |
|
| |
די ארוינישע אכזריותדיגע אטאקע אויף דעם טייערן אימשילדיגן אינגערמאן
משום כבודו לייגן מיר נישט די אנדערע בילדער פון זיין פאבליטיגטע פנים וואס ער האט שרעקליך געליטן און איז געווען אין שרעקליכע סכנה ר"ל
און די ארעסט האט טאקע נאר געווארט ביז אהער ווייל עס האט געדארפט ווערן אויסגעארבעט
ע"פ תורה ע"פ פסק ההלכה מגדולי הוראות שליט"א
תוקן על ידי 1satmar ב- 24/02/2011 05:51:51
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2011 05:32 |
|
| |
| אויטענטיש כתב: |  | | איך בין נישט באקאנט מיט די פרטי המעשה, אבער מסר'ן א יוד, אפילו ווען עס קומט אים, איז פין די חמורות שבחמורות, עס איז זעכער דא אופנים ווי מען מעג מסר'ן, אבער פארשטייט זיך אליין אז אזא דבר חמור קען זיך נישט יעדער אליין פסק'נען פאר זיך, עס דארף האבן די הכרעה פין א מורה הוראה מובהק. און עס איז בכלל נישט מעלה ומוריד צו ער איז א מצוין אדער א ביר ווארפער. |
|
עס איז א דבר פשוט אויב וואלט איר געווען דער אימשילגער קרבן פון די ברוטאלישע ארוינישע חיות וואלט איר אוודאי נישט געפרעגט די נארישע פראגע אויב מען מעג ריפן די פאליציי????
און אויך דער ענטפער צי אייער פראגע איז טאקע "יא יא -- די רבנים האבן דא טאקע אויך געפסקנט אז עס איז א מצווה איבערגעבן די חיות צו די פאליציי וואס מען זאל די רוצחישע הענט אריין זעצן למען ישמעו ויראו ולא יזידין עוד"!!!
|
|
|
|
|