בית פורומים אידישע געדאנק

אכן נודע הדבר • דזשיגאנס טריפ קיין מעקסיקא: טרעטן אויף דין תורה!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/2/2011 07:48 לינק ישיר 
אכן נודע הדבר • דזשיגאנס טריפ קיין מעקסיקא: טרעטן אויף דין תורה!

עס לאזט זיך שווער גלייבן ווי נידריג דער דזשיגאן עם הארץ איז גרייט אראפצוגיין אבי צו טרעטן אויף די הייליגע תורה, און אויסרייסן דעם חלק פון דין תורה פון כלל ישראל.
 
עס איז נישט קיין סוד, עס זענען שוין אריבער צען יאר וואס באי ביתו ואנשי סודו האבן אריינגעשלעפט א קהלה קדושה בישראל אין ערכאות של עכו"ם, און פאראורזאכט דעם גרעסטן חילול השם אין די היסטאריע ווען זייענע אייגענע קינדער האבן גערופן זיין טאטן - דער טאטע וואס האט געבלוטיגט פאר זיין וואוילזיין, און זיך געלאזט שמייסן פאר זיינעט וועגן - אין קאורט אויפן מיאוסטן אופן.
 
יעצט ווערט אבער באוואוסט ווי נידריג דער דזשיגאן עם הארץ גייט מיט דעם ציהל פון אויסרייסן דין תורה ביי כלל ישראל. עס דענקט נאך יעדער ווי פייערליך און זיגרייך דער עם הארץ האט אפגעהאלטן זיין טריפ קיין מעקסיקא, און דערנאך מיטן באקאנטן סטאפ אווער אין וואשינגטאן וואו מ'האט אריינגעריסן אין גאנצע חלות און געמאכט קנאק יאנקל מיט די חב"ד'סקער. אנגעבליך איז דער ציהל פונעם טריפ געווען אז מ'האט דארט געשחטן בהמה פלייש פאר די מאנרא יאטקע לכבוד פורים. ווי עס שטעלט זיך אבער ארויס איז די מעשה גארנישט אזוי פשוט, דער דזשיגאן האט זיך נישט סתם אזוי ארויסגעלאזט קיין מעקסיקא, אלעס האט א ציהל.
 
וגופא דעובדא הכי הווה: דער בית השחיטה אין מעקסיקא וואו מיעל מארט שחט זייער פלייש באלאנגט צו צוויי אידישע בעלי בתים אין מעקסיקא, די צוויי האבן געהאט א סוכסוך צווישן זיך בנוגע דאס בעלות אויפן פלענט, און זענען געגאנגען אין דין תורה ביי א בית דין צדק אין מעקסיקא. דער בית דין האט גלייך ארויפגעשטעלט א עיקול אויפן פלענט אז מ'טאר נישט דארט שחט'ן. די בעלי בתים פון מיעל מארט האבן זיך דערזען אין א ערנסטן פלאנטער, און האבן געשיקט א בריוו פארן בי"ד אין מעקסיקא אז זיי זענען גרייט לפנים משורת הדין צו גיין צו א דין תורה אין מאנסי איבער דעם סכסוך.
 
דער בית דין אין מעקסיקא האט געענטפערט פאר די בעלי בתים פון מיעל מארט אז זיי זענען בכלל נישט קיין בעלי דין דא, דער סכסוך איז צווישן די צוויי בעלי בתים אויפן פלענט און זיי זענען בסך הכל קאסטומערס, און דער עיקול איז פונקט אזוי חל אויף זיי.
 
דא זענען די מיעל מארט בעלי בתים אריין אין היסטעריע וויבאלד זיי דארפן וויכטיג האבן דעם פלענט פאר די ימים טובים ווען עס זענען דא גרעסערע קוואנטום ארדערס, האבן זיי באשלאסן זיך צו ווענדן צום דזשיגאן עם הארץ, וואוסענדיג אז ער האט עקספיריעס וויאזוי מ'פייפט זיך אריין אויף דין תורה, און נאכדעם שרייט מען בראש כל חוצות אז יענער צד וויל נישט גיין צו דין תורה. דער עם הארץ האט זיי אויפגענומען מיט ביידע הענט, און זיי געמאלדן אז דער בית דין אין מעקסיקא זענען בלויזע רועי בקר, און ער זעלבסט איז גרייט אראפצופארן קיין מעקסיקא בשעת ווען מ'גייט דארט שחט'ן, און ווייזן פאר יענעם בית דין אז זייער מיינונג איז קיין מיינונג, און זייער עיקול איז קיין עיקול.
 
די בעלי בתים פון מיעל מארט האבן אים אבער געווארענט אז ער זאל נישט מאכן קיין פרסום אז ער פארט, ווייל אויב יא וועלן זיי האבן אויסצושטיין גרויס לחץ פונעם בית דין אין מעקסיקא פארוואס זיי זענען עובר אויפן עיקול. וכך הווה, דער דזשיגאן האט זיך איין שיינעם פארטאגס (כידוע האט דער דזשיגאן גרויס מזל אין די פארטאגס שטונדען..), ארויסגעלאזט קיין מעקסיקא, און הערשט מפרסם געווען זיין נסיעה שוין זייענדיג אין מעקסיקא. דער עם הארץ האט זיך ארומגעדרייט אין מעקסיקא מיט א שמייכל אז ער האט די זכי' אונטערצוברענגן און זיך אריינצופייפן אין נאך א בית דין בישראל.
 
אויב האט נאך איינער געהאט א ספק ווי שטארק ר' אהרן טייטלבוים וויל גיין צו דין תורה האט איר דא דעם תירוץ! שומו שמים!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2011 17:43 לינק ישיר 

אכן נודע הדבר דאסמאל מיינט אז ער איז נישט געפארן פאר פיקטשערס נאר טאקע צו טרעטן אויפן תורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2011 23:00 לינק ישיר 

ס'געפעלט מיר ווי דער שרייבער צולאזט זיך אזוי "אכן נודע הדבר", כאילו עס איז געווען א סוד ביזן היינטיגן טאג אז דער דזשיגאן עם הארץ טרעט אויף דין תורה. עס איז בסך הכל נאך א רינגעלע אינעם קייט פון אויסרייסן דין תורה, גארנישט קיין חדשות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2011 15:23 לינק ישיר 

סקאטמאלען אייכה? מ'דארף האבן דא איינער זאל מסביר זיין אז ר' אהרן טייטלבוים דארף דא אויך נישט פאלגן א דין תורה מאיזה סיבה שהוא, און אז דער עיקול פון יענער בית דין איז קיין עיקול.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אכן נודע הדבר • דזשיגאנס טריפ קיין מעקסיקא: טרעטן אויף דין תורה!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext