הכונו: האס און קללות ערווארטעט אין בלאט/אינטערנעט אין די קומענדיגע טעג!
זייט גרייט. אין די טעג ווערט צוגעגרייט א מאסיווע העץ קאמפיין באגלייט מיט טוצן קללות חרמות וגדפות אויף הגה"צ ר' יושע ראזענבערג שליט"א - אב"ד קרית רמ"א וחבר ביד"ץ העדה החרדית, הרה"ג ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א - מנהל הישיבה און הרה"ח ר' דוד מאיר טאהלער הי"ו - עמוד התווך דמוסדותינו וקהלתינו בבני ברק.
היינט נאכט ביים גרויסארטיגן מעמד קידוש השם ומסיבת יסוד פאר די הייליגע מוסדות אין בני ברק, וועלכע איז פארגעקומען אין פרדס פיגא (באתרא דמר, אנגעבליך האט דאך דאס שמואל ווידער געבויעט..) האבן אויפגעטרעטן מיט גאר פייערליכע רעדעס הרה"ג ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א מנהל הישיבה און הרה"ח ר' דוד מאיר טאהלער הי"ו. ר' נפתלי שליט"א וואס איז באוואוסט אלס פה מפיק מרגליות האט אין גאר א ברייטן און רייכן שמועס ארויסגעברענגט למי החותמת ולמי הפסולים, ביידע צדדים אין סאטמאר שרייען אז ביי זיי געפינט זיך דער אמת, האט ער מיט זיין זיסן שפראך געהאלטן געשפאנט די טויזענטער פארזאמעלטע און ערקלערט וויאזוי דער מידת האמת ארבעט, און אויף וואספארא באזיסן דער אמת מוז זיך געפינען, און דער באזיס צום אמת איז נישט טעראר, א מיטל וואס ווערט גענוצט דורכן צד שכנגד נאך ביזן היינטיגן טאג ביי סידור קידושין וכו'.
ער האט שארף פארדאמט דאס פרעכהייט פון יענעם מנהיג וואס קומט ארויס מיט זיין לויז פיסקל קעגן כל הקדוש לנו, און וויל משנה זיין פון אלעם וואס דער רבי ז"ל האט איינגעשטעלט, די ווייץ און די שחיטה, און געגעבן א ווארף צו "איך קען שוין נישט טראכטן וואס וועט זיין ווען זייער מקוה טהרה וועט פארטיג ווערן..."
ער האט ציטירט א מכתב קודש פון הרה"ק ר' אלחנן וואסערמאן הי"ד וואס רעדט שארף ארום בגנות פון טעראר, ווי ר' אלחנן איז דארט מסביר אז דאס נוצן טעראר פאר די וואוילזיין פון די מענטשהייט איז מיסודו פונעם צורר היהודים היטלער ימש"ו.
אזוי אויך האט ער ארויסגעברענגט אפאר פעסטע נקודות וויאזוי זייער שקר און דמיון ארבעט, א שטייגער ווי דער באגאץ צערמאניע פאריאר ה' אייר, ווען מ'האט פרובירט איינרעדן די גאס אז די קעיס איז נאך אין בג"ץ נאך וואס פאקטיש איז דער קעיס שוין פיר יאר נישט געווען ביי קיין שום בית משפט.
איז צום ערווארטן אז דער בלאט וועט זיך, ווי זייער שטייגער, נוקם זיין אין דעם אלטן מחוצף ר' נפתלי און שרייבן גאנצעטע מאמרים אפצופרעגן זיין דרשה.
היינט נאכט איז אבער צוגעקומען נאך א חצוף אויף די ליסטע. הגה"צ ר' יושע ראזענבערג שליט"א אב"ד קרית רמ"א בית שמש, וואס איז געזיצן במשך די גאנצע דרשה פון ר' נפתלי און זיך נישט אויפגעהויבן פון ארט מוחה זיין אדער עכ"פ ארויסוואקן פון זאל אלס אות מחאה, נאר געזיצן און געשלינגן מיט דארשט די פערל רייד פון ר' נפתלי. איז צום ערווארטן אז הגה"צ ר' יושע וועט ארויפגיין אויפן ציהל ברעט און פאלן א קרבן צו זייער הסתה אפאראט.
צום לעצט האט זיך נאך א אלטער חצוף אויפגעשטעלט רעדן, דאס איז הרה"ח ר' דוד מאיר טאהלער הי"ו, דער עמוד התווך פון די הייליגע מוסדות אין בני ברק, וועלכער האט בטטו"ד אפגעענטפערט די ברעטשעדיגע דרשה פון שלשה רועי בקר, די פאריאריגע ה' אייר צערמאניע, די גאלאנען שומף אין בלאט וואך איין וואך אויס און ער האט אפילו איידל ארויסגענומען דעם מעסער וואס די אהרונים האבן אזוי שיין גראפיסטיש אריינגעשטעקט אין א מזויף'דיג שטיקל ויואל משה. ר' דוד מאיר האט איבערגעגעבן א פונקטליכן רעפעראט פון די ענינים במשך פון די לעצטע פינעף יאר. די אלע השתמטות מדין תורה במשך די יארן. דאס אפהאלטן די חתימה פון ר' אהרן טייטלבוים אויף די שטרי בירורין פאר א לאנגע צייט, ווען אין די זעלבע צייט האט מען געוויינט באגאץ באגאץ. דעם זיוף וואס די אהרונים האבן געמאכט אין ספה"ק ויואל משה, וואו זיי האבן פשוט און פראסט אויסגעדרייט די הייליגע ווערטער פאר זייערע פאליטישע ציהלן און מאטיוון.
איז צום ערווארטן אז ר' דוד מאיר וועט פריש באוואשן ווערן פון זייערע מוח וואשער און באגאסן ווערן מיט א קיתון של שופכין אויף זיין חוצפה פון פארציילן דעם אמת.
הכונו הכונו!...
תוקן על ידי סענעטאר ב- 27/02/2011 09:49:41
נשלח ב-3/3/2011 18:55
דאס איז נאר וואס מ'האט נישט ארויסגעשניטן פון די אפיציעלע קליפ, א שאד מען האט נישט ארויסגעגעבן די גאנצע אזוי וואלטן נאך אסאך אידן זיך געקענט אונטערהאלטן דערמיט.
קוקטס אויפן קליפ ווי דער עם הארץ צוקעקעצט זיך און מען לויפט אים ברענגען א גמרא
_________________
נשלח ב-2/3/2011 22:50
א חידוש אז די אהרונים האבן אריינגעלאזט דעם מחוצף צו דעם דזשיגאן עם הארץ.
דער גרעסטער וויץ איז ווי מ'שרייבט אראפ גאנצעטע פרקים ביאגראפיע פון הגה"צ רבי יושע שליט"א, וואס מיט דעם פרובירט מען מסביר צו זיין אז ער איז עכט יא א פייערדיגער אהרוני. איז אויב אזוי איז די פראגע נאך הארבער, פארוואס האט ער זיך נישט אויפגעהויבן פון ארט און ארויסגעוואקט גלייך ווען ער האט אנגעהויבן הערן די דברי הסתה?
נשלח ב-2/3/2011 04:32
הגה"צ ר' יושע ראזענבערג באזוכט מהר"א מ'סאטמאר
סענעטאר כתב:
זייט גרייט. אין די טעג ווערט צוגעגרייט א מאסיווע העץ קאמפיין באגלייט מיט טוצן קללות חרמות וגדפות אויף הגה"צ ר' יושע ראזענבערג שליט"א - אב"ד קרית רמ"א וחבר ביד"ץ העדה החרדית.
היינט נאכט איז אבער צוגעקומען נאך א חצוף אויף די ליסטע. הגה"צ ר' יושע ראזענבערג שליט"א אב"ד קרית רמ"א בית שמש, וואס איז געזיצן במשך די גאנצע דרשה פון ר' נפתלי און זיך נישט אויפגעהויבן פון ארט מוחה זיין אדער עכ"פ ארויסוואקן פון זאל אלס אות מחאה, נאר געזיצן און געשלינגן מיט דארשט די פערל רייד פון ר' נפתלי. איז צום ערווארטן אז הגה"צ ר' יושע וועט ארויפגיין אויפן ציהל ברעט און פאלן א קרבן צו זייער הסתה אפאראט.
דער וואס האט געלייגט לחץ צו גיין אויף די חתונה זענען געווען צוויי אידן, איינער הייסט ר' אליעזר ווייס הידוע פון קר"י
דער צווייטער הייסט ר' שמואל זאנוויל פאגעל וואס האט אנגעקאלט זיין ברידער ר' אברהם שלמה פאגעל דער גבאי פון ר' יושע און עם אנגעשריגן פארוואס מ'גייט נישט גיין אויף די חתונה.
די מציאות איז געווען אז ר' יושע איז אויף די חתונה נישט געגאנגען.
תוקן על ידי סוג ב- 01/03/2011 19:17:56
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 02/03/2011 20:04:39
נשלח ב-1/3/2011 18:41
ב"ה אז מען דערלעבט צו זעהן יודן תלמידי חכמים הייסע ארונים קומען צו ר' זלמן לייב אויך, אוואוי האלטן מיר אויף דער וועלט?
נשלח ב-1/3/2011 03:42
טאקע א בהמה פארוואס שרייבסטו וד''ל????
די ווייסט נישט אז מיט דעם ווערט ר' יושע ציריק א זאלי?
סוג, ווער מיינסטו דא אז דו לייגסט צו נער נאר דיך אליין נעבעך
1. די ארונים האבן געלייגט לחץ אויף ר' יהושע ער זאל גיין צו די חתונה
2. אביגדור האט איהם פשוט געפרואווט צו איינרעדן ער זאל יא גיין צו די חתונה
3. ר' יהושע האט געזאגט ער האט בעסער וואס צו טהון
דיינע געבקסן זענען זייעהר פריש אבער נישט אויף די ריכטיגע פערזאנען,
מאך נישט ר' יהושע אזא שארפער און אביגדור'ן אזא וואוילער שעפאלע...
נשלח ב-1/3/2011 01:22
אמת'דיג האלט איך אז ר' יהושע מאכט שבת פאר זיך און וואס ער טוט מיינט ער קודם זיך און דערנאך יענעם.
אבער לגבי זיין מיינונג אויף ר' אהרן, האב איך געהערט פון אים - און עס זענען עדות פילע יונגעלייט וואס האבן עס געהערט - ווי ער האט געזאגט תשנ"ה אינמיטן די פובליק סקול מערכה ווען ר' אהרן האט גערעדט זיינע דרשות, אז ר' אהרן פירט זיך אויף ווי א ירבעם בן נבט.
אויך האב איך אליין געהערט פון עם ב' חשון תשס"ז בביתו נאוה פון הרבני הנגיד ר' אביגדור יאקאבאוויטש ע"ה ווי ער האט זיך געפונען צוגאסט דעמאלץ, און די אהרונים האבן דעמאלץ געלייגט גרויס לחץ אז ער זאל גיין צו די חתונה פון ר' אהרן (דער רבי האט חתונה געמאכט צווי טעג בעפאר) האט ער דעמאלץ געזאגט פאר ר' אביגדור אז ער האלט נישט ביים גיין אויף די חתונה ער האט וויכטיגער'ס וואס צו טאן ווי צו גיין צו די חתונה, האט עם דעמאלץ ר' אביגדור געפרעגט אדער ער איז דאך אויכעט סאטמאר, האט ר' יושע גענטפערט וואס האט ער מיט סאטמאר, ער איז סאטמאר?, ער איז וויזניץ, מיט סאטמאר האט ער גארנישט.
תוקן על ידי סוג ב- 01/03/2011 01:26:21
נשלח ב-1/3/2011 00:29
אז עס גייט נישט מיט איין ניק, פראבירט מען אין א צווייטע, נייס טריי.
נשלח ב-28/2/2011 22:37
שחמט כתב:
מורי ורבותי, אוי לי אם אומר ואוי לי אם לא אומר, איך האב לכתחילה נישט געוואלט שרייבן דא פין דעם ענין, איך בין נאר ארום פרעגן מפה לאוזן און יעדער מיט וועם איך האב גירעדט האלט אזוי ווי איך, האב איך מחליט גיווען ארויס צי ברענגן מיין געדאנק דא אויף היידפארק, און אויב די הנהלה האלט אז סאיז נישט דאס פלאץ זאל מען עס אוסמעקן.
רבותי איך האלט אז מען דארף דעם נפתלי בלומענפעלד צו מאכן דאס פיסק, דער מענטש איז אינז מבזה איינמאל אין נאכאמאל, מיט זיינע פערדערישע שטותים, ער מיינט אז ווען ער זאגט אז מען זאל עם נישט אפכאפן וועט מען עם תיכף פאלגן, איך וואלט דעם אייזל ארובער גישיקט צו דע אהרונים, לא איכפת ליה לא שמיכפת ליה די נקידה הפנימית, נפתלי פארשפאר דיין פרעסער, יעדעס ווארט פאטשט אינז צירוק אין פנים, ווי שעמט זיך נישט א מנהל רוחני פין די גרעסטע ישיבה אין די וועלט צי רעדן ווי א גאסן יונג, יעדער לאכט פין אינז, די זאגסט אויס וואס עס טיט דיר וויי, די זאגסט אויס אלע אינזערע שוואכקייטן, איך גיי צי שלש סעודות ביים רבי אין איך זעי א שיינעם עולם, זאגט נפתלי אז ניין, קיינער וויל נישט קימען, איך בין חושד דעם נפתלי אז ער איז א באהאלטענער אהרוני, אין זיכט אינז נאר צי באשמיצן. אין ער מאכט זייער א גיטן דזאב, מיר זענען ללעג ולקלס ביי יעדן. איך האלט אז דער רבי שליט''א זאל עם אסערן צי רעדן בכלל אין כל שכן פאר די בחורים, ער פארדארפט מער ווי ער טיט אויף.
דו שייגעץ, די פראבירסט אנצוקלעבן אויף הרב הצדיק רבי נפתלי בלומענפעלד שליט''א דעם פלעק "אהרוני" בו בזמן וואס דו ביסט א פארשטינקענער אהרוני, נישט ממש א אהרוני, אבער קיין זאלי ביסטו זיכער נישט, א זאלי שרייבט קיינמאל נישט דעם אמת, א זאלי שרייבט קיינמאל נישט מיט שכל, א זאלי גייט בלינדערהייט אין די וואנט, און מיט שרייבן אויפריכטיגע שכל'דיגע דיבורים, צייגסטו קלאר אז קיין זאלי ביסטו נישט, אז דו ביסט נישט קיין פארשטינקענער אהרוני, אפשר ביסטו א גע'זאלצ'ענער אהרוני, נכנס יין יצא סוד(יום) גיי דיר פון דאנעט!!! שייגעץ ארויס!!!
נשלח ב-28/2/2011 21:21
יא יא, דאס זאג איך אויך, זייער גוט געזאגט
רב קוטלור האט קיין שום פארצוג אין די סאטמארע מחלוקה, ער איז הארצן גערן א ידיד מיטן יעדן וואס וויל זיין זיין ידיד, צו יענער איז א סאטמאר רבי צו א פאפא רבי, און זיין ידידות צו סיי וועם איז לגמרי נישט קיין גלוי דעת זיין אז ער קרוינט יענעם פארשוין אלס א רבי, פון זיין זייט אויס זאלן זיין 100 סאטמארע רבי'ס, און ער איז א ידיד מיט אלע 100 רבי'ס, ער וואלט פונקט אזוי הארצן גערן געווען א ידיד מיט ר' זלמן לייב אפי' אויב ער איז ווען בלויז סיגעטע רב, און מיט ר' אהרן ווען ער איז בלויז קרי'ער רב