בית פורומים אידישע געדאנק

הכונו: האס און קללות ערווארטעט אין בלאט/אינטערנעט אין די קומענדיגע טעג!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/3/2011 01:57 לינק ישיר 

סוג, ווער מיינסטו דא אז דו לייגסט צו נער נאר דיך אליין נעבעך
1. די ארונים האבן געלייגט לחץ אויף ר' יהושע ער זאל גיין צו די חתונה
2. אביגדור האט איהם פשוט געפרואווט צו איינרעדן ער זאל יא גיין צו די חתונה
3. ר' יהושע האט געזאגט ער האט בעסער וואס צו טהון
דיינע געבקסן זענען זייעהר פריש אבער נישט אויף די ריכטיגע פערזאנען,
מאך נישט ר' יהושע אזא שארפער און אביגדור'ן אזא וואוילער שעפאלע...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2011 02:56 לינק ישיר 

סוג

ווען דו באקסט מאך זיכער ס'זאל זיין אויפן ריכטיגן מענטש

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס ארויסקומען ביז קרית יואל באזוכן דעם רבין געפינט ער פאר וויכטיג, און נאר צו א חתונה האט ער מורא צו גיין, ווען מען זאל וועלן איינעם באסטעמפלען אז ער זוכט זיך נישט איינצורייסן וואס מער עולה געווען על הדעת אז ער גייט צו א חתונה, אבער סתם גיין באזוכן גייט ער נישט

איך פערזענליך ווייס גאנץ גוט וואס ער האלט אין הארץ, און ווי פארשטענדליך ברבים רייסט ער זיך נישט מיט קיינעם, וואס דארפסטו מער פון דעם אז א אינגערמאן האט אים לעצטענס געפרעגט בנוגע די בני יואל חתונה וואס ער זאל טון, האט ער אים געענטפערט "פרעג ר' געציל און וואס ער וועט הייסן דאס זאלסטו טון", ער זאגט נישט קיין אייגענע מיינונג לטובתינו, אבער קעגן שטעלט ער זיך נישט אויך ארויס.

און פארגעס נישט, ער קען רז"ל נאך פאר ער איז נתגלה געווארן וד"ל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2011 03:27 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:
serif"; font-weight:normal;">און פארגעס נישט, ער קען רז"ל נאך פאר ער איז נתגלה געווארן וד"ל


 
פאר וויפיל געלט בוסטו מסביר וואס ליגט אונטער דעם וד"ל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2011 03:42 לינק ישיר 

טאקע א בהמה
פארוואס שרייבסטו וד''ל????

די ווייסט נישט אז מיט דעם ווערט ר' יושע ציריק א זאלי?

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2011 18:41 לינק ישיר 

ב"ה אז מען דערלעבט צו זעהן יודן תלמידי חכמים הייסע ארונים קומען צו ר' זלמן לייב אויך, אוואוי האלטן מיר אויף דער וועלט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2011 19:13 לינק ישיר 

דער וואס האט געלייגט לחץ צו גיין אויף די חתונה זענען געווען צוויי אידן, איינער הייסט ר' אליעזר ווייס הידוע פון קר"י

דער צווייטער הייסט ר' שמואל זאנוויל פאגעל וואס האט אנגעקאלט זיין ברידער ר' אברהם שלמה פאגעל דער גבאי פון ר' יושע און עם אנגעשריגן פארוואס מ'גייט נישט גיין אויף די חתונה.


די מציאות איז געווען אז ר' יושע איז אויף די חתונה נישט געגאנגען.



תוקן על ידי סוג ב- 01/03/2011 19:17:56




תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 02/03/2011 20:04:39




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2011 04:32 לינק ישיר 
הגה"צ ר' יושע ראזענבערג באזוכט מהר"א מ'סאטמאר


סענעטאר כתב:
זייט גרייט. אין די טעג ווערט צוגעגרייט א מאסיווע העץ קאמפיין באגלייט מיט טוצן קללות חרמות וגדפות אויף הגה"צ ר' יושע ראזענבערג שליט"א - אב"ד קרית רמ"א וחבר ביד"ץ העדה החרדית.
 
היינט נאכט איז אבער צוגעקומען נאך א חצוף אויף די ליסטע. הגה"צ ר' יושע ראזענבערג שליט"א אב"ד קרית רמ"א בית שמש, וואס איז געזיצן במשך די גאנצע דרשה פון ר' נפתלי און זיך נישט אויפגעהויבן פון ארט מוחה זיין אדער עכ"פ ארויסוואקן פון זאל אלס אות מחאה, נאר געזיצן און געשלינגן מיט דארשט די פערל רייד פון ר' נפתלי. איז צום ערווארטן אז הגה"צ ר' יושע וועט ארויפגיין אויפן ציהל ברעט און פאלן א קרבן צו זייער הסתה אפאראט.




 


תוקן על ידי SatmarBum ב- 02/03/2011 04:42:56




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2011 22:50 לינק ישיר 

א חידוש אז די אהרונים האבן אריינגעלאזט דעם מחוצף צו דעם דזשיגאן עם הארץ.
 
דער גרעסטער וויץ איז ווי מ'שרייבט אראפ גאנצעטע פרקים ביאגראפיע פון הגה"צ רבי יושע שליט"א, וואס מיט דעם פרובירט מען מסביר צו זיין אז ער איז עכט יא א פייערדיגער אהרוני. איז אויב אזוי איז די פראגע נאך הארבער, פארוואס האט ער זיך נישט אויפגעהויבן פון ארט און ארויסגעוואקט גלייך ווען ער האט אנגעהויבן הערן די דברי הסתה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2011 03:12 לינק ישיר 

קוקטס אויפן קליפ ווי דער עם הארץ צוקעקעצט זיך און מען לויפט אים ברענגען א גמרא

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2011 14:54 לינק ישיר 

נעבעך... אזא ע"ה. ער קען נישט גאנץ ש"ס אויסענווייניג מיטן לשון. ער וואלט געדארפט רופן ספרינטער פון ה"פ. ער קען גאנץ ש"ס ופוסקים. אדער רז"ל מיטן 8.5 X 11 צעטל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2011 18:55 לינק ישיר 

דאס איז נאר וואס מ'האט נישט ארויסגעשניטן פון די אפיציעלע קליפ, א שאד מען האט נישט ארויסגעגעבן די גאנצע אזוי וואלטן נאך אסאך אידן זיך געקענט אונטערהאלטן דערמיט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הכונו: האס און קללות ערווארטעט אין בלאט/אינטערנעט אין די קומענדיגע טעג!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.