בית פורומים כל העולם כולו

בילדער פין דער פיקטשער רבי אין לעקאוואד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/3/2011 19:29 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט פינקליך די טיפזינגע  רייד פון קאלאגע האורח אבער לאמיר קלאר שטעלן:

 מען האט געמאכט א פאמפע דראמפע און לעקוואד, אז דער מן הארץ קימט צו גיין, און ער גייט מאכן א מאסיווע פארטי פאר אתרא קדושה, אונאיינעם מיטן ראש הישיבה ר' מלכיאל,

די פראפעגאנדער איז געווען אויף א ריכטיגע גויאישע סטייל, דירוך א טייערע מארקעטונג קאמפאני,

 און דער מן הארץ איז טאקע געקימען פון קריכען פון וויליאמסבורג,

 די מציאות:

 ער איז געגאנגען באזיכען די רבנים, און די סוקסוס פון די באזיכען איז געווען לויט וואו די זאליבאנער שרייבען, איז געווען אז קיינער פון די רבנים האבן דעם מן הארץ נישט ארויסגטראסקעט, און זיי האבן מבטל תורה געווען צו זיצען מיטן מן הארץ, וואס האט זיך געפיקשערט כדרכו בקודש, און געטיילט טרויבעלעך פאר די קינדער, און זיך איידעל צו געהערט וואו די רבנים פארפירן א שמיעס מיט שמואל קאמפאט, און מיט בדחן געלבמאן,

 דערנאך איז געווען די פארטי וואס עס איז איבריג יעדעס ווארט, די בילדער רעדן פון זיך אליינס,

 און איין ווארט: דער חוזק פונעם שטאט, 150 יודען אריין גערעכענט די אלע מאלפעס וואס ר' זלמניו האט זיך מיטגעשלעפט פון וויליאמסבורג, וואו, קעכער, בדחנים, היסטאריקער, קאמיקער, פאטאגראפירער, שלעגער, לייצים, גוט זאגער'ס, טילעפ שלעפער, ווייסע בערד, עס זאל גוט אויס נעמען ביי די ליטאים,

 וואו אזוי וואלט עס ווען געדארפט צו זיין?

 ווען סאטמאר רבי פארט קיין לעקוואד, פאר אזא מוסד וואו אתרא קדישה, (פון אמאל) און די ראשי הישיבות שטעלן זיך צו,

 וואלט מען אים מכבד געווען מיט א דרשה און בית מדרש גבוה, ( עיין ערך ברך משה תשמ''ג – עיין ערך כ''ק רבינו שליט''א תשס''ו) און ער וואלט געזאגט א פילפול מלא חריפות, וואו עס פאסט פאר א גדול בתורה,

 און די שמיעסן מיט די רבנים וואלטען געווען מיטן רבי'ן נישט מיט די גבאים,

 

ער וואלט אנגעפילט די גרעסטע זאל און לעקוואד מיט טויזענעטער מענטשען, און אתרא קדישא וואלט געמאכט גענוג געלט אויף צום לעבן אויף לכה''פ 10 יאר, און וואלט נישט געדארף ניצען קיין פסולע מיטלען צו שלעפן געלט,

 און ווען די זאליס קימען א היים און פארציילען אונז אז די ראשי הישיבון האבן דעם  רבי זלמניו השזיגאני נישט ארויס געשליידערט וואו א בייזער כלב פון זייער שטיבער,  נאר זיי האבן זיך גהעריג געפיקשערט מיט אים, און געשמייכעלט,

 שטייען מיר און די זייט, און האלטען זיך ביי די זייטען, און מיר ווינשען פארן מן הארץ, עוד ינובין בשיבה, לאנגע געזינטע יארן, און ער זאל באזיכען און לעקוואד וואס מער, (נאר נישט און חודש אב)

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2011 21:30 לינק ישיר 

מישמאש האסט עס גיט ארויסגעברענגט
די PR וואס ער האט געמאכט אין לעיקוואד וואלט אים לכאורה געדארפט אנפילן לכה''פ האלב פין דעם זאל
ווער רעדט נאך פין פרעס רעליס וואס ער האט ארומגעשיקט איבער זיין גרויסקייט אין די גרויסקייט פין א''ק
ניטמאל האט דער ראש ישיבה געפילט פאר וויכטיג אים צו רופן באזוכן די ביהמ''ד גבוה

די דורכפאל איז אסאך ערגער

ווען דעם זעלבן זינטוג האט הגאון ר' מלכיאל אויפטגעטרעפן פאר די קנאפע 100 בחורים פין ישיבה מבצר התורה ד'סאטמאר וועלכע האבען זיך געפינען אויף א געהויבענע שבת התוועדות אין לעיקוואד
ווי ער האט אראפגעלייגט די חשיבות פין לימוד התורה
אין די התמדת התורה וואס א סאטמערע בחור דארף האבען אין דארפן זיך אפלערנען
ער האט ברייט ארומגערעדט איבער די התמדה פין רביה''ק ז''ל אין פין רבינו בעל ברך משה ז''ל
אין אויסגעפירט איר האט דאך א לעבעדיגע סעמפל ענקער רבי להבחל''ח פאר התמדת התורה

די טעיפ איז דא צו באקומען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2011 01:24 לינק ישיר 

אבער דאס אז דער ראש ישיבה האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט די סאמע קברים גרעבער אליינס, איז ממש אומפאשטענדליך, מסתמה טעראר איז דער ענפער, דער ראש ישיבה ציטערט מסתמה פון די זאליס טעראריסטן, דאס איז עס,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בילדער פין דער פיקטשער רבי אין לעקאוואד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.