בית פורומים כל העולם כולו

קליפ: הגה''צ ר' יושע ראזענבערגער שליט''א באזוכט סאטמאר רבי שליט''א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/3/2011 00:11 לינק ישיר 
קליפ: הגה''צ ר' יושע ראזענבערגער שליט''א באזוכט סאטמאר רבי שליט''א

קליפ

 

הגה"צ רבי יושע ראזענבערגער שליט"א אבדק"ק קרית רמ"א בית שמש וחבר הבד"ץ העדה החרדית באזוכט ביי מרן רבינו שליט"א

 

צו עפענען/דאונלאודן דעם קליפ דרוקט אויפ'ן בילד אדער לינק

 

 

http://www.bechatsrossatmar.com/Videos/138-VisitRShiaRosenberger-Uder1-5771.wmv




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2011 20:35 לינק ישיר 

פאר די וואס ווילן וויסן די טרוקענע פאקטן
דער חשובער חבר בית דין צדק איז נישט נאר א שטארק נאנטער פריינט מיט רבינו מהר''א שוין נישט פין היינט נאר איז אויך היבש אנגעווייטוגט אויף ר' זלמן לייב, אלע יודן אין ירושלים געדענקן נאך די פטירה פין ר' משה ארי פריינד זי''ע גאב''ד ירושלים וועלכע האט געדינט אויך אלס רב אין די סאטמאר קהילה, נאך זיין פטירה איז יעדער געווען זיכער בפשטות אז ר' יושע וועט איבערנעמען די רבנות אין סאטמאר ירושלים, האבען אבער די אינשי דלא מעלי דעמאלטס אפגעמאכט צו מאכען פין רבינו שליטא א חי רוזל'ע אין געבן גאנץ סאטמאר פאר דעם פויער ר' זלמן לייב, פארשייט זיך אז יעדער אין אמעריקא האט געקענט ר' זלמן לייב אלס נער אין ליצן אין מען האט געדארפט בויען זיין רעספעקט אין הרוצה לשקר ירחיק עדתו האט מען אים געשיקט ער זאל ווערן קודם א פאר יאר רב אין ירושלים ווי די אינשי דלא מעלי האבען געהאט אסאך שלוחים אין נאכדעם וועט מען אים קענען ציריקשיקן אויף אמעריקא איבערצונעמן אלעס אין מאכען די חרבנות, אין מיט די פטירה פין ר' משה ארי' איז דאך די רבנות בענקל אין געווארען ליידיג איז דאך נישטו דא קיין בעסערע טשאנס פאר אזא זאך, די פלאן איז אויך דעמאלטס געווען אים צו מאכען פאר א חבר ביד''ץ וואס איז פארשטייט זיך קיינמאל נישט צושטאנד געקומען, אין ער איז טאקע געפארען אויף ירושלים (געהערט האב איך אז ער האט אויך דעמאלטס פארשיקט ר' חיים הערש מייזליש), פאר ר' יושע איז דאס פארשטייט זיך געווען א שטארקע קלאפ אין פחיתת הכבוד, אבער ער האט עס פארשטאנען אין געשלינגען, די תירוץ האט געזאלט זיין אז דעמאלטס האט דער ברך משה אפגעמאכט אז ער וויל עס געבן פאר זיין זון ענדערש, אזוווי ער האט שוין געהאט געגבן פאר אלע קינדער אין איידימער פאזיציעס אין נאר ר' זלמן לייב אין ר' ליפא האבען נישט באקומען, (פארוואס זיי האבען נישט באקומען קיין פאזיציע ווי יעדן אין די געזינטע יארען ווייסן מיר אלע) האט מען אים יעצט געגבן ירושלים, אין פאר ר' ליפא האט מען געגבן די שול אין רבין'ס הויז וואס ער האלט נאך היינט אן,  עטליכע יאר שפעטער ווען ר' זלמן לייב איז געקומען קיין אמעריקא האט זיך טאקע ווידער אנגעהויבן ערעסטע געשפרעכן פין אויפנעמן ר' יושע אלס רב אין די סאטמארע קהילה, פאר די זאלונים איז ער געווען א שטארקע קאנדידאט ציליב ר' יושע'ס חשיבות נאכדערצו אז ער איז א מחותן, אבער דא האט ר' יושע געכאפט א דאפעלטע פראסק ווען ר' זלמן לייב האט געהייסן מען זאל אויפנעמען זיין עלטסטע זון אלס רב, נאך אלעם איז ער דאך נאר א אייניקל פין ברך משה א יונגערמאנטשיק אן קיין שום ערפארנוג אין משא''כ ר' יושע איז געווען פין די מערסט אנגעזענע מענטשן אין די קהילה, די חשוב'סטע תלמיד פין ר' משה ארי' זי''ע, אבער ר' יושע האט זיך געמוזט האלטן שטוהל ציליב אביגדור יאקאבוויטש, אין למעשה האט א שטוק צייט אנגעהאלטן די רוגזה עפענטליך אפי' מיט זיין זון ר' יצחק ראזענבערגער פין ב''פ,  ער האט זיך גערישט צו ווערן די רב פין די זאלונישע קהילה אין ב''פ, אין ווען ר' חיים דוד כ''ץ האט געטענהט אז ער איז א מציל מזיטו של ים וויל ר' זלמן לייב איז דארט געבליבן אן גארנישט טראץ די העפטיגע קאמפן אין אים קומט אים די גאנצע רבנות, איז די רוגזה ארויף זייער גרויס, (ער איז דאן אויך געווען  איינגעשטעלט אין סאטמאר ב''פ ביי די ארונים, וועלכע האבען זיך שענער באנומען מיט אים ווי זיין שווער), אבער פארשטייט זיך אז ער גארנישט געקענט טוהן, ביז ווען מ'האט געמאכט א שלום פלאן צו געבן פאר ר' יצחק די רבנות אין די יאקבאוויטש שול ביי לי גארדענס, ווי ער איז געווארען געצליך בעה''ב אין אפילו ווען זיין פאטער ר' יושע קומט אויף אמעריקא דאווענט ער בעיקר ביי זיין זון אין כמעט נישט ביי זיין מחותן, דעמאלטס האט עס געהייסן אז ר' זלמן לייב איז זיך דורכגעקומען מיט זיין איידעם, עס איז כדי צו באמערקן אז ר' זלמן לייב האט נישט געגבן קיין שום רבנות פאסטען פאר קיין איינס פין זיינע קינדער אין איידימער חוץ זיינע 2 עלסטע זון אין די אויסנאם פין ר' יצחק ראזענבערגער צייגט גענוג אז האט נישט געהאט ציפיהל ברירות
יעצט צום ענין פין מוצ''ש, ר' יושע איז געקומען דא נאך געלט קיין אמעריקא פאר זיינע מוסדות אין בית שמש, ער גייט נאך געלט ביי ביידע צדדים אין זיכט מיט קיינעם נישט זיך אנצוטשעפענען, ער האט דא עטליכע עסקנים וואס העלפן אים, צווישען אנדערע, דער חשובער דיין ר' בנציון לאוב, מיכל שלעזינגער, זיין זון דער איש המעש מנחם יודא, אברהם יושע גראס אין נאך, ער האט קלאר נישט געוואלט גיין צו די מלוה מלכה אין פרדס וויסענדיג אז דא איז אינוואלווד א גרויסע מחלוקה, די גאנצע בג''ץ היסטארי אין די עצם מוסד האט נישט קיין פאזטיווע ציהל, נאר וויבאלד מיכל שלעזינגער האט עס שטארק פארלאנגט פין אים (ווער עס קען מיכל ווייסט וואס מיינט ווען ער פארלאנגט וד''ל) אין פין די ארונים האט קיינער אים נישט געבעטן נישט צו גיין פארשטייט זיך, האט ער דעמאלטס אפגעמאכט צו שיקן זיין גבאי (כ'מיין ער היייסט פויגל) פרעגן פין די ארונישע עסקנים אויב מצידם שטערט ער איינעם אז ער גייט, די ארונים האבען אים גענטפרט אז זיי קענען אים נישט צירוקהאלטן אין נאך אלעם איז דאס בלויז א דינער אין איז נישט קיין כינוס פין העצעריי אין יעדער וועט פארשטיין אז אלס מחותן גייט ער אהין, אויף אלע צעטלעך איז געשטאנען אז א מסיבה פאר התייסדות פון  די זאלונישע מוסדות אין ב''ב, מען האט אין ערגעץ נישט געזען די ווערטער "מסיבות מחאה אדירה", אדער עפעס ענלעכס, למעשה איז ער אהינגעגאנגען אין געזעהן אז דאס איז שוין גארנישט קיין דינער נאר אפאר שמיציגע מענטשן העצן זייער געמיין די פארזאמעלטע, אבער דא האט ער שוין געהאט א פראבלעם ווייל אויב וואקט ער ארויס מאכט ער א שרעקליכע סענזאציע אין דאס איז א געפערליכע מרידה קעגן זיין מחותן אין ער דארף האבען שטיקל מסירת נפש דערפאר, האט ער אפגעמאכט אז שב ואל תעשה עדיף, אין וועגן דעם האט ער אויסגעווארט אז נפתלי בלומענפעלד זאל ענדיגן אין איז געגאנגען, אין אמת'ן איז עס א טובה פאר די ארונים ווייל ר' יושע האט געזעהן וואס פאר שפראך מ'רעדט ברבים אין די אנוועזעהייט פין ר' זלמן לייב אין אלעס שמייכעלט זיך אינטער, אבער אויף ר' יושע אליינס קען מען קיין טענות נישט האבען,  אז די ווילסט קענסטו פארלאנגען פין אים א שטיקל איבערבעטונג איבער וואס מ'קען דן זיין, אדער אז די ווילסט געב אים נישט קיין געלט, אבער גיין עפענטליך העצן קעגן אים ציליב דעם איז שוין אביסל איבערגעטריבן אין דארף אויפגעהערט ווערן, נאך אלעם ווייסט יעדער אז ער איז נאנטער ידיד אין מעריץ פאר ר' אהרן עס פעלט נישט אויס אויפצוויזן אין מציאות וואס יעדער זעהט, כ'וועל בלויז אנכאפען די משלים וואס אייניגע האבען ציגעברענגט, די הוראה וועגן די ספרי ברך משה, צו דאס ארויספארען ביז ק''י באזוכן אין זיך באטייליגן ביי די שבע ברכות בשמחת בית רבינו ביי ר' העניך, צו זיין הוראה לגבי סיד''ק.
די אלע פאקטן קען זיך יעדער נאכפרעגן צו באשטעטיגן די ווארהייט, והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועכ''י



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2011 19:25 לינק ישיר 

האנדא כתב:
חז"ל זאגן אין מס' סנהדרין דף צ"ט ע"ב
היכי דמי אפיקורוס, רבי יוחנן ורבי יהושע בן לוי אמרי זה המבזה חבירו בפני תלמיד חכם.
ווען א ת"ח זיצט דארט און מ'איז מבזה א איד, איז דאס אנגערופען אפיקורס

לאמיר איבערטייטשן שיין:
היכי דמי אפיקורוס - ווער ווערט גערעכנט ווי אן אפיקורוס
רבי יוחנן ורבי יהושע בן לוי אמרי - רבי יוחנן און רבי יהושע ב"ל זאגן
זה - דאס איז איינער
המבזה חבירו - וואס איז מבזה זיין חבר
בפני ת"ח - פארנט פון א ת"ח

איז ווער דער אפיקורוס? דער מבזה אדער דער ת"ח?

וועל איך יעצט בלייבן אומגערעכט וויבאלד איך האב נישט אונטערגעשטראכן מיינע ווערטער און שווארץ געמאכט?

מען טאר נישט מסלף זיין דברי חז"ל!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2011 19:23 לינק ישיר 

הער מלח!

וואו האסטו דער חוצפה אנצוריפן אזא צדיק וגאון וואו רבי יושע שליט''א אפיקורס????

דע זאליס זענען געפערליך מיט זייער ביזיון ת'''ח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2011 19:20 לינק ישיר 

ווי קומט דאס צו א חסיד מהר"א צו ווערן אן אפיקורות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2011 19:19 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:

איך בין מלמד זכות אז ס'איז גאנץ מעגליך ער האט ניטאמאל געוואוסט פון וועם מען רעדט, ער האט דאך נישט געזאגט דעם רבינ'ס נאמען



וואלן די לייגסט אריין און א שטיקל ספאט!

ער האט לכוארה געוויסט פון וועם מען רעד, ער האט נישט געמיינט אז מען רעד פון דעם מינטקאשטער אדער פון רבי זלמן הגדול!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2011 19:15 לינק ישיר 

חז"ל זאגן אין מס' סנהדרין דף צ"ט ע"ב
היכי דמי אפיקורוס, רבי יוחנן ורבי יהושע בן לוי אמרי זה המבזה חבירו בפני תלמיד חכם.
ווען א ת"ח זיצט דארט און מ'איז מבזה א איד, איז דאס אנגערופען אפיקורס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2011 18:55 לינק ישיר 

איך בין מלמד זכות אז ס'איז גאנץ מעגליך ער האט ניטאמאל געוואוסט פון וועם מען רעדט, ער האט דאך נישט געזאגט דעם רבינ'ס נאמען




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2011 18:54 לינק ישיר 

האנדא כתב:
און אז ער האט עס נישט געטאן, האבן מיר די אויבן דערמאנטע בפירש'ע גמרא,


איך פארשטיי נישט וואס איהר מיינט מיט די ווערטער. האט איהר נישט פריערד געזאגט אז פון די גמ' קומט אויס אז דער בעל דרשן איז דער אפיקורוס.
פארשטיי מיך גוט, איך זאג נישט אז ער האט נישט געדארפט מוחה זיין, אבער וואס האט זיין נישט מוחה זיין מיט דיין מאמר חז"ל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2011 17:21 לינק ישיר 


חז"ל זאגן אין מס' סנהדרין דף צ"ט ע"ב
היכי דמי אפיקורוס, רבי יוחנן ורבי יהושע בן לוי אמרי זה המבזה חבירו בפני תלמיד חכם.
ווען א ת"ח זיצט דארט און מ'איז מבזה א איד, איז דאס אנגערופען אפיקורס

לאמיר לייגן אלע הרגישים און דער זייט, עס איז נישט דא קיין זאך וואס קען רירן א בפירושע גמרא, אפי' יהא כגבהי הארזי,

דאס מציאות:

עס האבן זיך אויף געשטעלט 4בר נש'ן איינער ארגער פונעם צווייטען,

דער אפיקורס: דוד מאיר טאהלער שר''י
דער אפיקורס: אלעזר אלימלך שטערן שר''י
דער אפיקורס: וואלף פריעדמאן שר''י
ער אפיקורס: נפתלי בלומענפעלד שר''י
(אין מקדום ומאחר)

 און זיי האבן מבזה געווען נישט נאר א פשוטער יוד, זיי האבן מבזה געווען, א צדיק וקדוש, א גאון וואס כל רז לא אנוס ליה, א מרביץ תורה שוין אריבער 30 יאר, שוין מעמיד געווען תלמידים לאלפים ולרבבות,  א רועה נאמן פאר רבבות אלפי ישראל, א מנהיג וואס טויזענטער יודן קלאמערן זיך אויף די קלאמקע פון זיין טיר, נאך ישיעות ורפיאות,

זאגט אויף דעם די הייליגע גמרא אז מען הייסט אן אפיקורס, וואס זענען מורידן ולא מעלין,

אזא גאון און צדיק וואו ר' יושע שליט''א וואלט זיך ווען געדארפט אויף שטעלן דארט אויפן פלאטץ, און זיך צו רייסן די קליידער, און ארויף לייגן אש אויף קאפ, און שרייען געוואלד,

און אז ער האט עס נישט געטאן, האבן מיר די אויבן דערמאנטע בפירש'ע גמרא,

אדרבה לאמיר פראבירן צו פארשטיין, דעם גאון און צדיק ר' יושע שליט''א, ווער עס קען מלמד זכות זיין אויף אים, למצוה גדולה יחשב










דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2011 16:20 לינק ישיר 

אנטשולדיגט מיר, איך פארשטיי נישט. וואס פשט פון קומען באזוכן א מענטש און דערנאך גיין אויסהערן א דרשה אז ער איז א היטלער?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2011 04:21 לינק ישיר 





תוקן על ידי SatmarBum ב- 02/03/2011 04:22:43




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קליפ: הגה''צ ר' יושע ראזענבערגער שליט''א באזוכט סאטמאר רבי שליט''א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext