די ווידיא פין די קעמרע וואס איז געווען אינסטאלירט אין הייליגען קוויטל שטוב בביתו נאוה קודש פין רבינו בעל ברך משה ז''ל
ווי די אינשי דלא מעלי אינאיינעם מיט די שני בני רבינו האבען מיטגעהאלטן יעדן וואס קומט זיך אויסגיסן דאס הארץ אדער דורךשמיעסן פריוואטע ענינים מיט רבי'ן דער ברך משה ז''ל
ווען איינער פלעגט זיך נעמען רעדן פין ''קרית יואלע'' רב פלעגט דער משתב''ק קומען צו לויפן צו יאגען אדער פארדרייען א קאפ
די קליפ איז ערשינען צום ערשטן מאל ביים היסטארישן מעמד מאחורי הפרגד להצלת קהלתינו הק' מידי מחריבה
די קליפ האט בשעתו געמאכט א שטורם אין די חרדישע וועלט נישט יעדער האט געקענט גלייבן די אימפארשעמטע מידות פין די צוויי ברודער וועלכע האבען געהאט די חוצפה פין אינטערהערן די פריוואטע שמיעסן די קליפ אין ק''י איז פין שנת תשנ''ט די לעצטע זומער פין רבינו בעל ברך משה אין ק''י נאכדעם פלעגן האחים זשיגאן טראגען דעם טאטען אויף פלארידא אויף די ברענעדיגע זון ווייל אין קרית יואל איז דאך צרות.... אין די קינדער מיט די חסידים האבען זיך ציפיהל געדרייט אינטער די פיס מען קען זעהן ווי דער דעמאלטסטיגער הויז בחור שטעלט אן די איי אין ספרים שענק אין רופט אן אז מ'קען אריינלאזען דעם עולם יא, דאס איז נאר א טיפה מן הים וויפיל רשעות אין אכזריות קעגן זייער אייגענעם טאטען ז''ל
נשלח ב-7/3/2011 01:51
סתם עס ארויפצוריקן און טרייען דיין לאק נאכאמאל, אולי וועט מען עס דאס מאל גיבן אטענשען.... קענסטעך סתם דריקן א-ב-ג
נשלח ב-7/3/2011 12:57
סוף כל סוף איז מאחורי הפרגוד געוועהן א "קענסעלעשען"....