קרית יואל: 3 פארפעלקער מאכן איבער די קידושין ביי ר' געציל
נעכטן מוצש"ק האבן 3 פארפעלקער וואס האבן חתונה געהאט אין עטרת מאיר צבי איבערגעמאכט נאכאמאל זייערע קידושין ביי ר' געציל בערקאוויטש אויף סאטמאר דרייוו.
ס'איז צום גלייבן אז די וועד הפאשקעווילן וועט טאקע האלטן ווארט און נישט לייגן זייערע בילדער אויף די קומענדיגע פאשקעווילן, כדי נישט מאכן א חוזק פון די פארפעלקער וואס האבן זיך באמיעט צו איבערמאכן די קידושין.
זעלבסטפארשטענדליך ס'אויב זיי וועלן נישט האלטן ווארט אז דאס וועט שטארק שאטן די מערכה, ווארום די קומענדיגע קאפלעך וועלן זיי שוין נישט טראסטן און נישט איבערמאכן די קידושין.
|
|