שבת שבע ברכות בצל הקודש
א שיינער שבת של שמחה איז אפגעראכטן געווארן בחצרות קדשינו אין וויליאמסבורג.
מיט קבלת שבת איז מכובד געווארן האדמו"ר מ'דעעש ירושלים שליט"א – שוואגער פונעם אבי הכלה הגה"צ מ'טשאקאווע שליט"א איידעם פון הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל, נאך קבלת שבת איז דער ציבור אדורך געגאנגען זאגן גוט שבת זאגן פאר מרן רבינו שליט"א.
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום טיש אין היכל ביהמ"ד הגדול ווי עס האבן שוין אפגעווארט אלפי חסידים ואנשי מעשה. מיט כל מקדש איז מכובד געווארן הר"ר חיים הערש דאווידאוויטש שליט"א איידעם פון הגה"צ רבי שמה האלבערשטאם זצ"ל, מיט מנוחה ושמחה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' ישעי' ווייס שליט"א שוואגער'ס פונעם מחותן הגה"צ מ'טשאקאווע שליט"א.
די תוכן דברות קודש פון די תורה וועט אי"ה נאכפאלגן.
מיט קה אכסוף איז מכובד געווארן הר"ר ישראל טווערסקי שליט"א נכד האדמו"ר מ'סקווירא שליט"א, מיט קה רבון עלם איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יצחק אהרן גאלדבערגער שליט"א דומ"ץ בק"ק פאפא.
מיט ברכהמ"ז איז מכובד געווארן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו בארא פארק שליט"א, מיט די ערשטע זעקס ברכות איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומסב"ג שליט"א, און מיט ברכה אחריתה איז מכובד געווארן הגה"צ ר' חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת מהרי"ט בבני ברק.
דאן איז דער בדחנא דמלכא הר"ר מרדכי דוד עסטרייכער שליט"א ארויף אויפ'ן שלחן הטהור ווי ער במתק לשונו האט אויסגערופן מרן רבינו שליט"א צו די ריקודין של מצוה כנהוג, און דערנאך האט מרן רבינו שליט"א אפגעראכטן די לענגערע עבודת הקןדש מיט די געהויבענע מצוה טאנץ, און דערנאך געטאנצן מיט די חתן און מחותנים.
נאכ'ן רבי'ן שליט"א'ס מצוה טאנץ האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א מיט א מצוה טאנץ און דערנאך די צוויי מחותנים שליט"א, און דערנאך האט מען געטאנצן אז ביום השביעי נחת.
שב"ק בייטאג ארום 9:15 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול. צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ ר' העניך שליט"א חדב"ן.
ביי דער סעודת יום שב"ק וועלכער איז געפראוועט געווארן אינייאנעם מיט די חתן און מחותנים וקרובי המשפחה אין ביהמ"ד המפואר דקהלתינו, איז מיט ברוך ה' יום יום מכובד געווארן הרה"ג ר' יעקב דוד האלבערשטאם שליט"א ראה"כ תולדות אלעזר פון ירושלים עיה"ק, און מיט ברוך קל עליון איז מכובד געווארן הר"ר יעקב דייטש שליט"א בן הרה"ג ר' מתתי' שליט"א אבד"ק רמת שלמה.
מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געוואן הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ דקהלתינו 18'טע עוו., מיט די ערשטע זעקס ברכות איז מכובד געווארן הגה"צ ר' חיים צבי שליט"א אבד"ק סיגוט בן מרן רבינו שליט"א, און מיט ברכה אחריתה איז מכובד געווארן הגה"צ ר' חיים יושע באב"ד שליט"א אבד"ק דראהביטש.
נאך שלש סעודות האט מרן רבינו שליט"א געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול אויף הופפער סט. ברב עם הדרת מלך.
•♦•
שפעטער מוצש"ק איז דער רבי שליט"א אריבערגעגאנגען צום שטוב פון הרבני הנגיד מוה"ר זלמן לייב אבערלאנדער הי"ו זוהן פון הרבני הנגיד הרה"ח מוה"ר שמואל הי"ו סגן ראה"ק, לרגל די שמחה במעונו מיט די חתונה פון א קינד וועלכער איז פאהרגעקומען דעם פארגאנגענע וואך העעל"ט וועלכער האט לרגל די שמחה מנדב געוען א סכום הגון לטובת מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג.
•♦•
דאן איז דער רבי שליט"א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו ווי עס איז פאהרגעקומען א ענגע מסיבת שבע ברכות לרגל די שמחה בחצרות קדשינו, און פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער אין אימפעריעל זאל ווי עס איז פאהרגעקומען דער דינער השנתי לטובת כולל עצי חיים לצדקת ר' מאיר בעה"נ אין בני ברק, קאמבאנירט מיט'ן צענטראלן שבע ברכות לרגל השמחה בחצרות קדשינו.
•♦•
א באריכט פונעם מעמד הדינער לטובת כולל עצי חיים אינאיינעם מיט'ן שבע ברכות וועט אי"ה נאכפאלגן.
•♦•