בית פורומים כל העולם כולו

זאת התורה לא תהא מוחלפת: רופן 311 איז פרעך מסירה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/3/2011 01:44 לינק ישיר 
זאת התורה לא תהא מוחלפת: רופן 311 איז פרעך מסירה

אזווי מאנכע ווילן דא לעצטענס אריינלערנען פרישע הלכות אין מסירה איז פאסיג צו ברענגן די פסק פין בית דרכי נועם איבער רופן 311 מיט די מ''מ, נישט קיין חילוק צו די בילדינג דעפארטמענט אדער א פאליציי

http://www.balboos.com/content/2011/03/%d7%a8%d7%95%d7%a4%d7%a2%d7%9f-311-%d7%a6%d7%95-%d7%90-%d7%90%d7%99%d7%93/


ווער עס האט רשות כתיבה אינעם פארום פין צד מהרז''ל זאל עס ביטע אריינפאוסטען,



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2011 19:50 לינק ישיר 

יש''כ פאר'ן ניק טראכטן פאר'ן אריינשטעלן מיין תגובה אין מהרז''ל'ס פארום, טראץ וואס מ'האט אפגעמעקט א חלק פין די תגובה, אויב וועט עס צירוקהאלטן איין יוד עובר זיין אויפן איסור מסירה וואס איז דארט ליידער אזוי נפרץ והי' זה שכרי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2011 20:12 לינק ישיר 

קיינער זאל זיך נישט לאזען אריינפירן אין קיין טענה'ריי ווער עס האט גערופן 311, דער אמת ווייסט יעדער סיי ווי, (מ'דארף נישט צוקימען צו קיין דיוק פין א טעקסט מעסעזשעס וואס א געוויסע יחיד שיקט ארום וואס שרייבט אז וויבאלד יענער האט גערופן מעגסטו אויך רופן,)  זאל נאר יעדער טראכטן פאר איר רופט 311 קעגן א איד, אז איר זענט א פשוט'ע מסור אין מען טאר אייך נישט מצרף זיין צו מנין אין א דיין וואס איז מחפה אויף אייך האט די זעלבע דין ווי אייך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2011 21:24 לינק ישיר 

עס וואלט יא געווען וויכטיג צו ברענגן די לינקס פין די בילדינג דעפארטמענט ביי ''יעדע'' בילדינג וואס סאטמער האט געבויט אדער איבערגעבויט די לעצטע 10-15 יאר

זאל עס בלייבן לדראון עולם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2011 02:01 לינק ישיר 

ווען מ'רעדט פין מסירה זענען די זאליס די הויפט מחותנים אין כדי צו פארווישן פאקטן
שטעלן זיי צאם די ווילעישאן'ס אויף ראדני אין ראסס סט' פין די ''לעצטע 12 יאר''
אין גיי ענפטר אים אז במשך פין 12 יאר קומען רוטין אינספיקטארס ספעציעל צו א קאנסטראקשען סייטס
ספעציעל ווען ער רעדט פין די סוכה
(וואס זאל האבען אפי' געבארדעט פאר די ארונים ווען ער מוז ב''ה מאכען זיין סוכה אין גאס....)

אבער לו יהא, אז יא די ארונים האבען גערופן 311
פאר בנינים וואס איז נכסי קהלתינו, (אגב, ער זיצט אין די בנינים בגניבה, קיינער הייסט אים עס נישט צאלען אז ער וויל זאל ער מקיים זיין והשיב את הגזילה אין אויב האט ער טענות זאל ער ענפרן די הזמנה פין קהל אין זיך שטעלן צו די''ת, שטעלט אייך פאר א גנב ברעכט זיך איין אין מיין דירה אין איך מאך אפ אויפצוברעכן א וואנט אין דער גנב שרייט ''גזלן'' אבער צו די'ת וויל ער נישט קומען)


עס וואלט כדאי געווען איינער זאל ברענגן די לינק צו די קאללס פין ''1'' טאג בשעת מ'האט געבויט די נייע ביהמ''ד אויף הופער סט' אדער די אנדערע בנינים וואס ער האט נישט קיין שום טענות בעלות וכדומה
נו, ווען מ'שרייבט אים אז יעדע מאל וואס ער האט גערופן 311 האט ער עובר געווען אויף מסירה אוודאי ווערט ער ווילד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאת התורה לא תהא מוחלפת: רופן 311 איז פרעך מסירה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext