קלונגעדיגע פראסק פאר אהרן וועלץ; אהרוני'שע לגיונות צערינען ווי א זייפן בלאז
ביי א זיצונג וואס עס איז אפגעהאלטן געווארן די וואך זונטאג אין בארא פארק בנוגע דאס בעלות פון מוסדות סאטמאר אין בארא פארק, זענען די ארונים\אהרן וועלץ געכאפט געווארן אין א טיפע שאק נאכדעם וואס זיי האבן זיך איינגערעדט אז משום איזה סיבה שהוא וועט דער בי"ד נישט ארויסקומען מיט אן ענדגילטיגן פסק איבער דעם סכסוך, און זענען געווען זיכער אז מען גייט אהיימגיין פון יענעם זינונג מיט א צעטל אז היות דאס און דאס קען בי"ד נישט פסק'ענן אין דעם סכסוך, ווען דערווייל איז בי"ד ארויסגעקומען אז זיי ווילן קלאר אנגיין און פסק'ענן אן ענדגילטיגער פסק,
לויט ווי מען געט אונז איבער איז דאס מער ווייניגער געווען די דין ודברים הנוגע לענינינו, דער צד פון אהרן וועלץ, האבן בנוסף צו רעדן שטותים רוב צייט פון די די"ת אויך געזאגט זייערע צדדים, זיי האבן פרובירט מיט אלץ און אלעמען, שקרים און האלב ליגנד'ס, זיי האבן פרובירט אריינצוברענגען וואס זיי האבן געקענט, צו סקומט יא אריין צו נישט, צו דאס זאל זיין רבי, קהל, וויליאמסבורג, די גאנצע וועלט וכהנה וכהנה, איינער פון די זאכן וואס זיי האבן פרובירט איז געווען ציבור, מיט די טענה אז היות דא רעדט מען פון נכסי ציבור קומט אויס אז דער גאנצער ציבור איז יעדער עקסטער בעל הבית, און במילא יעדע זאך וואס מען טוט אין די מוסד דארפן עס די בעלי בתים טוהן במילא מוז דא דער גאנצער ציבור זיין די צדדים ביי די די"ת, איי אויב אזוי מיינט עס אז אהרן עס איז איבריג צו זאגן די לעכערליכקייט פון אזא טענה, אוודאי איז יעדע קהל'ישע זאך נכסי ציבור, אבער דאס מיינט נישט אז אויב מען האט א סכסוך למשל מיט גאלדען פלאו און גאלדען פלאו רופט מוסדות סאטמאר צו די"ת, קען די מוסדות ענטפערן, איך בין נישט קיין צד, דו מוזט רופן דעם גאנצען ציבור צו די"ת און די זעלבע זאך פארקערט, אזוי אויך קען קיינער נישט זאגן ווען מען בעט אים שכ"ל אז איך בין בעה"ב אדער דו מוזט פרעגן דעם גאנצען ציבור וואס עס דארף זיין מיין פרייז, עס איז דא א מהלך וויאזוי די זאכן פירן זיך,אין יעדע נכסי ציבור זענען דא גבאי צדקה וואס ווערן נתמנה וואס על פיהם ישק כל דבר און זיי האבן די רעכטן און פליכטן וויאזוי זיך צו פירן מיט די נכסי ציבור, וכו' וכו'.
לגבי דעם ענין פון נכסי ציבור, האט בי"ד געהאלטן אז עס איז אן אקטועלער ענין, און צד האהרונים\אהרן וועלץ האבן זיך איינגערעדט אז דאס מיינט אז בי"ד האט אנגענומען זייער פשט פון נכסי ציבור אז דער גאנצער ציבור מוזן זיין די בעלי דינים און עס איז זיי געלונגען צו צומישן די די"ת, און פארטיג, דא וועט זיך די די"ת ענדיגן און אהרן וועלץ וועט קענען ווייטער אהנגיין פראנק און פריי און טרעטן אויפן ציבור, און מען וועט אים קיינמאל נישט קענען האלטן פאראנווארטליך נאר אויב דער גאנצער ציבור וועט רופן צו די"ת,
למעשה האבן זיי דעם זונטאג אריינגעהויבן א הילכיגן פאטש, און זיי איינגעמאלדן אז דאס וואס בי"ד האלט אז דער ציבור איז אקטועל, מיינט נישט אז דער גאנצער ציבור מוזן זיין די תובעים און ר' מענדל שווימער איז נישט קיין צד, און דער די"ת גייט ווייטער בכל תקפו ביז צו אן ענדגילטיגער פסק צווישן ר' מענדל שווימער און אהרן וועלץ, נאר היות דא רעדט פון נכסי ציבור, וויל בי"ד האבן סמכות פונם ציבור, דאס טייטשט פונקט ווי ביי באבוב ווען עס האט זיך אנגעהויבן די די"ת צווישן צד מהרב"צ און צד מהרמ"ד האט דער בי"ד פארלאנגט אז גאנץ קהילת באבוב זאל אונטערשרייבן א שטר סמכות, דאס האט נישט געמיינט ווייל מהרב"צ אדער מהרמ"ד זענען נישט קיין צדדים... און די זעלבע זאך איז געווען אין אנדערע קהילות קראסנא, וויזניץ, סאטמאר בני ברק, און נאך וואס בי"ד האט פארלאנגט אז די חברי הקהילה זאלן אויך אונטערשרייבן, במילא וויל בי"ד אויך האבן דא א שטר סמכות פון די חברי קהילה, אבער די עצם די"ת גייט אהן אויפן זעלבען אופן ווי פריער, אזוי ווי איר וועט זעהן אינם נוסח וואס בי"ד האט ארויסגעגעבן האט
עס לאזט זיך נישט זאגן ווי שאקירט די צד האהרונים זענען געווען, זיי האבן מיט געוואלדעס פרובירט מיט אלע כוחות עס זאל נישט קומען דערצו, זיי האבן געזעהן ווי אלע זייערע חלומות ווערן צורינען אונטער די הענט, און אלעס וואס זיי האבן זיך איינגערעדט און פרובירט איינצורעדן יענעם ווערט צונישט,
בראותם כי כלתה אליהם הרעה האבן זיי אבער כמנהגם ווייטער אנגעגאנגען מיט זייערע לגיונות און געלאזט הערן אויף זייערע מעסעדזש גרופעס, אז ביי די היינטיגע זיצונג האבן די זאליס פארלוירן און בי"ד האט קלאר געזאגט אז ר' מענדל שווימער איז נישט קיין צד, ווייל דער ציבור איז בעה"ב אזוי ווי זיי האבן גע'טענה'ט, און ווען די זאליס האבן געזעהן אז זיי האבן פארלוירן און דער בי"ד האט אנגענומען טענת האהרונים אז דער ציבור איז בעה"ב האבן די זאליס געזאגט אז זיי גייען ברענגען חתימות פונם ציבור אז זיי גייען טענהן, כדי בי"ד זאל נישט יעצט ארויסגעבן זייער פסק (ובלשונם: כדי צו שלעפן צייט).
וואס זיי האבן געטראכט מיט די לגיונות ווייס איך נישט, ווי נישט ווי וועט מען דאך אנהייבן צו גיין נעמען חתימות, וועט דאך יעדער זעהן וואס עס איז דער נוסח השטר, צו איז דאס א שטר סמכות, אדער מען פארלאנגט פונם עולם צו ווערן א צד, איז דאס א זאך וואס די זאליס האבן געמאכט כדי צו שלעפן צייט, אדער האט דאס בי"ד פארלאנגט און פארגעשריבן,
אבער ווי יעדער ווייסט ביי די חברה איז דאס מציאות נישט קיין זאך וואס מען דארף זיך בכלל רעכענען, חיי שעה איז א סך וויכטיגער, איי וועסט דאך זיין א fool און ווערן צונאר פאר די גאנצע שטאט, נישט געזארגט איך וועל דעמאלטס טרעפן עפעס אנדערש, ואם אינו ענין לגופו און אויב וועל איך נישט טרעפן עפעס צו זאגן איבער דעם ענין, תנהו לענין אחר וועל מיר טרעפן עפעס אנדערש מיט וואס צו פארמישן דעם עולם, מען וועט רעדן וועגן בית החיים, שחיטה, מוסרים\מסרבים לדין\העולמי, בג"ץ און נאך פון זייערע שטותים.
פאלגענד איז דער נוסח השטר וואס בי"ד האט פארגעשריבן פאר די צדדים, וירא הקהל ווער עס האט געוואונען, און ווער עס פרובירט איינצורעדן שקרים וכזבים, שטותים והבלים.
היות דאס איז געשריבן געווארן אין איילעניש און אהן איבערקוקן, און עס איז לא ימלט אז עס זאל נישט אריינפאלן א טעות, בעט איך ווער עס קען זאל מיך אויפמערקזאם מאכן, און איך וועל עס פאררעכטן און אליין איבערקוקן ביי א קומענדיגע געלעגענהייט
(היות די פיקטשער איז א זייער שוואכע רעזעלושען וועל איך עס פרובירן איבער צושרייבן און אויב נישט היינט דעמאלטס מארגן)
_________________
 |
|
|