די באריכט האב איך באקומען אין אישי אין כ'בין עס נישט נאכגעגאנגען
כ'האב עס בלויז איבערגעלייגט מיט מיינע הגהות
כולל שומרי החומות האט לעצטנס אסאך מער פארשטערקער זייער דרוק אויף די ראשי קהילה פין קהל יטב לב
אז מען צירוקלאזען זייערע פישקעס אין די סאטמערע בתי מדרשים
טראץ וואס זיי זענען געווען די איינציגסטע פרעמדע מוסד
וואס האט אנגעהאלטן צו לייגען עדס אין דער איד
אין די צייט וואס דער איד פלעגט זיין גענוי ווי דער פארווערטס אדער אנלגעמיינער קעגן סאטמאר,
טראץ די פארלאנג אין ווארנונג פין קהל אין קרית יואל אז זיי וועלן נישט לאזען האלטן קיין פישקעס אזעלכע מוסדות וואס שטיצן מיט זייער געלט אזא צייטונג
(די זעלבע תקנה וואס מ'האט געמאכט בשנים קדמונית קעגן דער אלגעמיינער)
שומרי החומות טענה'ט אז אין די צייט וואס אלע מוסדות האבען אויפגעהערט צו לייגן עדס אין דער איד,
זענען זיי טאקע געבליבן אדווערטייזן אין ביידע צייטונגען אנדערש ווי אלע מוסדות
אבער זיי זאגען אז זיי האבען געארבעט אויף א אנדערע פראנט אין מסביר געווען אין געפאדערט פאר דער רעדאקטער פין דער איד
אז ביזנעסווייס לוינט זיך עס נישט אין ווען זיי זאלען אפי' צאמרעכנען די פארלוסטן פין בלויז בוני עולם, RCCS, רב טוב, קרן הצלה, חיבת ירושלים, זיבענבירגען, בית לפליטות, חסד לאברהם, אין אלע אנדערע נייטראלע מוסדות
וועלן זיי דערגרייכן צו שווערע פארלוסטן
משה האט לכתחילה נישט געוואלט הערן דערפון, ווי באקאנט וועט ער קיינמאל נישט פעיסן קיין דורכפאל אין מודה זיין דערויף (וועגן דעם קוקט ער אזוי אויס מיט זיין גאנצע פארטיי)
אבער זיין זון יושע הערש האט יא געזעהן די גרויסע שאדעןס אין די קעשענע
אין האט זיך למעשה געבראכען, ספעציעל נאכדעם וואס ער האט געזעהן אז עס בלייבן איבער ווכענטליך מער אין מער קאפיעס פין דער איד
אין זייט דעמאלט אויפגעהערט ארייצולייגן די לאנגע עדיטאריעלס פין מילך שטערן, משה לייב דייטש אין מנשה פילאף קעגן סאטמאר אין בכלל אויפגעהערט צו שרייבן קעגן סאטמאר רבי פריוואט
הגם מען קען טרעפן דא דארט האס אין גיפט צווישן די נייעס אין ארטיקלען דא אין דארט
אבער אזוויפיל האבען זיי געקענט לויפן צו די נייטראלע מוסדות אז זיי האבען געטוישט זייער מהלך
למעשה בין איך נייגעריג צו וויסן וואס קהל וועט מחליט זיין,
עס זענען דא וואס טענה'ן אז שומרי החומות האט אנגעהויבן זעהן אז די לאך ווערט גרעסער קומען זיי צו לויפן ווען אין פאקט זענען זיי געווען די אייציגסטע וואס האט נישט געהאלטן די תקנה,
אנדערע טענה'ן אז מען דארף יא אננעמן זייער טענה,
ווייל נאך אלעם איז די טענה פין קהל שוין נישט אקטועל, אין פארלאנגען עס שוין היינט נישט,
אין פינקט ווי קהל האלט שוין היינט נישט צירוק די אנדערע מוסדות פין לייגן אין דער איד זאל מען שוה''ח אוודאי פארקוקען
אלפאנס אין געוויסע פלעצער האט מען צירוקגעלייגט די פישקעס
און וומ''ס האט אפי' קהל געלייגט א צעטיל אז די פישקעס זענען בהסכמתם
זעה בייגעלייגט