בית פורומים אידישע געדאנק

אהרונים ברעכן זיך: ווילן צוריקשטעלן שומרי החומות פושקעס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/3/2011 22:31 לינק ישיר 
אהרונים ברעכן זיך: ווילן צוריקשטעלן שומרי החומות פושקעס

נאכן פירן א לאנגע און דורכגעפאלענע מערכה, הייבן די אהרונים אן צו שיקן סיגנאלן פון גסיסה ארום די מערכה מיט דעם מוסד הקדוש שומרי החומות.
 
ווי באקאנט איז דוד עקשטיין אריין א רוח אין קאפ, אז די איינציגסטע וועג וואס עס איז אים געבליבן צו צוברעכן די זאליס איז מיטן פירן א מערכה מיט די אלע אומפארטייאישע מוסדות וואס עדווערטייזן אין דער איד. דער סוף פון די מערכה איז געקומען בערך א וואך נאך וואס זי האט זיך אנגעהויבן, ווען די אלע מוסדות האבן באשלאסן זיך אריינצופייפן אין דוד עקשטיין און יא עדווערטייזן אין דער איד.
 
דער אנטווארט צו דעם איז געווען א נארישע און זינלאזער מערכה ספעציפיש קעגן שומרי החומות, וואס לשיטת האהרונים זענען זיי געווען די פורצי גדר און אנגעפירט מיט דאס אריינגעפייפעריי אויף דוד עקשטיין'ס תקנה. די מערכה האט געפירט צום ארויסווארפן פושקעס פון שומרי החומות פון די אהרונישע שולן איבער די וועלט, א דרשה פונעם דזשיגאן עם הארץ קעגן שומרי החומות א.א.וו. אבער שומרי החומות האט זיך גאנץ ווייניג דערשראקן. זיי האבן געטענהט אז זיי האבן פון די אהרונים סייווי גארנישט, נאך וואס דער דזשיגאן האט מיט זיי אנגעהויבן א קאלטע קריג ביים אויפנעמען כ"ק מרן רבינו שליט"א אלס סגן נשיא.
 
די אהרונים, זעענדיג כי כלתה עליהם הרע, דער פלאן גייט נישט ווי פארגעשריבן, האבן אנגעהויבן נידערן דעם פראפייל מיט די נארישע מערכה קעגן מוסדות וואס עדווערטייזן אין איד. אין די טעג איז אנגעקומען צו זיי א שמועה אז שומרי החומות פלאנט אויפצונעמען רבינו שליט"א אלס נשיא הכולל, און דאס איז די לעצטע זאך וואס זיי ווילן, האבן זיי באשלאסן אז מ'גייט "נאכגעבן" פאר שומרי החומות, אומגעבעטן, אז זיי וועלן יא מעגן האבן פושקעס אין זייערע שולן.
 
דערווייל האט נאך שומרי החומות נישט אנגענומען דעם אנבאט. עס איז צום ערווארטן אז דער זעלבער מנהל המוסד ר' שלמה מאיער, וואס איז מיט א יאר צוריק, ווען די מערכה האט זיך אנגעהויבן און געענדיגט, געווען דער גרעסטער שייגעץ און מנוול אין שטאט, גייט צוריק ווערן "הרה"ח", און אויסטויש פון אריינשטעלן די שומרי החומות פושקעס אין די אהרונישע שולן...

תוקן על ידי סענעטאר ב- 08/03/2011 22:35:11




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2011 21:27 לינק ישיר 

ברענג אהער דעם צעטיל, און דערנאך וועלן מיר זיך טענה'ן.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2011 20:47 לינק ישיר 

סענעטאר כתב:
איז דער מאיער א רעדאקטער פון "דער איד" אז ער נעמט אויף זיין אחריות אז זיי וועלן מער נישט שרייבן קעגן דעם דזשיגאן עם הארץ? וועם פרובירסטו איינצורעדן?

_________________

 



ניין רב סענעטאר ליין וואס עס שטייט און וואס עס איז די מציאות ער האט אינטערגעשריבן פאר ר' דוד עקשטיין אז אויב גייען זיי נאכאמאל אנהייבן מיט די כתבי פלסטר וועט ער דאן אויפהערן צו אדווערטייזן

 

יעצט לאמיר זען וואס דו וועסט פארשטיין פון מיינע ווערטער



תוקן על ידי סאטמער100 ב- 09/03/2011 20:49:08




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2011 04:10 לינק ישיר 

איז דער מאיער א רעדאקטער פון "דער איד" אז ער נעמט אויף זיין אחריות אז זיי וועלן מער נישט שרייבן קעגן דעם דזשיגאן עם הארץ? וועם פרובירסטו איינצורעדן?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2011 02:57 לינק ישיר 

יא זיכער, א פליק פאר דוד עקשטיין פון וויליאמסבורגער קהל, איי אין קרית יואל האט מען שוין צוריק געלייגט די פושקעס 6 וואכן צוריר, נאכדעם ווי מייער איז געקומען וויינען צו דוד עקשטיין און האט אינטערגעשריבן אז אויב דער איד וועט נאכאמאל צו ווילדעוועט ווערן הערט ער אויף דארט צו אדווערטייזן, און דוד עקשטיין האט אנגענומען זיין בקשה, און מודיע געווען פאר וויליאמסבורג גרויס קהל, אז אלעס איז ערלעדיגט און מען קען צוריק לייגן די פושקעס, אלזא א זיסער זאלי חלום.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2011 02:26 לינק ישיר 

עס מוז זיין אמת יעדעס ווארט. ווייל סענאטאר אליינס זאגט אזוי... ווארט אפאר וואכן וועלן מיר זעהן ווי שטארק שוה"ח וויל די זאליס (אויפנעמען רז"ל פאר נשיא) און האט פיינט די ארונים (נישט צוריקלייגן די פושקעס)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2011 00:19 לינק ישיר 

אין א מעסעדזש וואס שומרי החומות האט היינט באקומען פון די אהרונים, איז געזאגט געווארן אז אויב פלאנען זיי טאקע אויפצונעמען רבינו שליט"א פאר נשיא, וועלן זיי מער נישט קענען עדווערטייזן אין בלאט...
 
דערווייל האט נאך שומרי החומות אפילו נישט געענטפערט אויף זייער ערשטן אנבאט פון צוריקשטעלן די פושקעס, שומרי החומות זאגט אז לויט זייער אינפארמאציע וויל נאר וויליאמסבורג אהרונים צוריקשטעלן די פושקעס כדי צו געבן א רוק פאר דוד עקשטיין, ווייל וויליאמסבורג האט אויפגעהערט באקומען זייער חלק געהאלט פונעם בית החיים אין מאנרא, דעריבער וועלן זיי קודם לאזן די אהרונישע קהילות זיך אויסשלאגן צווישן זיך, און דערנאך נעמען אין באטראכט זייערע אנבאטן.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אהרונים ברעכן זיך: ווילן צוריקשטעלן שומרי החומות פושקעס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext