בית פורומים כל העולם כולו

שחיטת בית יוסף מאי הוא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/3/2011 05:49 לינק ישיר 
שחיטת בית יוסף מאי הוא

דורכקוקענדיג הלכות שחיטה זעהט מען גאהר פילע זאכען וואס זיינען אלס פארבינדען דערינען. אלזא, ווילען מיר דא מאכען א פארום, און אויסשמועסען די חומרות און קולות וואס זיינען אלס פארבונדען ווען מען רעדט דערפון.

אנהייבען וועלן מיר מיט די זאך וואס רופט זיך אן סירכות, וואס דאס זיינען אזוינע בלאטערלעך (בליסטערס) אין די לונגען וואס לויט'ן בית יוסף דארף דאס זיין גענצליך גלאט, און פון דארט נעמט זיך די ווארט גלאט (חלק) בית יוסף. און לויט'ן רמ"א איז אנגערופען גלאט, אויב זיינען די בלאטערלעך גאר קליין, אזוי ווי צו גלייכען ווען א בליסטער הייבט אן ארויסצושפראצען.

איצט איז אזוי, אויסער סירכות וואו דער בית יוסף איז מחמיר, זיינען דא פיל אנדערע זאכען וואס מ'נעמט אין אכט ביים בודק זיין. וואס דער בית יוסף האלט איין שיטה און דער רמ"א איז גאר מחמיר דערביי.

די סיבה פארוואס מיר ברענגען דאס צום אויבערפלאך. איז צוליב וואס עס זיינען פארהאן מענטשן וואס האבען איצט אנגעהויבען מחמיר צו זיין אויף גלאט בית יוסף און ווען זיי גייען אויף פרעמדע פלעצער און זיי פרעגן זיך נאך וואספארא סארט שחיטה מען סערווירט, און דער אנטווארט איז גלאט בית יוסף, דאן דארף מען וויסען אז דאס איז נאר אויף סירכות און נישט אויף אנדערע זאכען וואו מען ברויך ליבערשט מחמיר זיין אזוי ווי דער רמ"א זאגט. די גלאט בית יוסף וואס מען האט ביי קרית יואל'ע שחיטה איז א צוגאב צו אנדערע חומרות וואס איז איינגעפירט ביי חסידישע שחיטה.

ויהי רצון אז מען זאל שוין פונעם שור הבר און לוויתן עסן און אלע שאלות און ספיקות זאלען פארענטפערט ווערן במהרה בימינו אמן



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/3/2011 16:48 לינק ישיר 
להסר מכשול. ידע הציבור ויזהר


איך וויל אויפמערקזאם מאכען דעם ציבור אויף א מכשול בנוגע פלייש, וואס איך בין לעצטענס געוואר געווארען

יעדער ווייסט, אז ווען דער ברך משה זצ"ל איז געווארען רבי האט מען דעמלאטס געמאכט תקנות בנוגע ניקור
ביז וועלכע צלע מען נעמט פלייש, און פון וועלכע צלע  מען נעמט נישט, און מען איז מער נישט מנקר, , אלפאנס די חלק וואס מיר נעמען נישט, יענטץ איז ממש די בעסטע חלקין פון די בהמה, ווייעך, פעט. ווי די גמרא דערמאנט שוין און פסחים תני לי מהאליה וכו'

די מער מאדערענע גאס, ווי למשל און טינעק נוי דשערזי, פלארדיע, מאדערענע און מאנסי וכד' זיי האבן נישט אנגענימען די
סאטמערע חומרא'ס בנוגע ניקור, און זיי נעמען נאך פלייש נאך ווייטער ווי מיר נעמען, און דאס איז גאר די בעסטע דארט, ווייל עס איז זייער גיטע פעטע ווייכע פלייש

עס איז דא א גרויס חלק היימישע אינגעלייט, וואס גייען ארויסן עסן אינדרויסען און צווייפיל האפטיגע רעסטעראנטען
מיט די סברה, אז עס איז מיעל מארט פלייש, און מיעל מארט איז איבעראל די זעלבע כשר {כאטש אז זייט רבינו שליט"א
האט אנגעהויבן מיט זיין שחיטה, איז  היבש ווייניגער געווארען די אינגעלייט וואס ניצען נאך די היתר,} זייט וויסען!
אז די חומרא פון ניקור איז נישט איבעראל די זעלבע!!!  איר קענט נכשל ווערן מיט עסן פלייש, וואס און אייערע שוואכסטע
מאמענטען וואלט איר נישט געוואלט עסן!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 16:59 לינק ישיר 
להסר מכשול, בנוגע פירום


ווי געשריבען און די פאריגע תגובה דארף מען זייער נזהר זיין ווי מען קויפט פלייש, אפילו אז עס איז "מיעל מארט" פלייש
צוליב די חשש פון ניקור אז מען זאל נישט נכשל ווערן פון עסן פלייש וואס איז או די חלקים פון די בהמה, וואס סאטמער האט
מחמיר געווען נישט צו עסן

רבותי!!!
און  בני יואל בוטשער און קר"י, קען מען קויפן פון די פלייש וואס מען פארקויפט נאר און טינעק נוי דשערזי!!
איינער האט זיך אויפגעטיען פאר איינע פון אונזערע עסקנים, אז ער באקומט פלייש, וואס מיר קענענן נישט באקומען!!
עס האט נישט געוויסט וואס פארא שוואכע פלייש עס איז, ווען מען האט עס אים מסביר געווען, האט ער געזיכט א לאך
ווי זיך צו פאשטעקן פאר בושה, זיי האבן עס טאקע נישט אלץ א שעלף אייטעם, אבער מען קען עס פארלאנגען
איך שרייב נישט קיין נאמען אלץ לשה"ר, אבער פאר די וואס ווילען עס מברר זיין, און ווייסען וועם צו פרעגן, קענענן עס מברר זיין, פאר די וואס ווייסען, ביטע נישט שרייבען דא קיין שום פרעזענליכע פרטים, לשה"ר ורכילות איז זייער הארב

ווען איר עסט  ביי איינעם וואס קויפט און בני יואל בוטשער, זייט וויסען!! עס הערשט א הפקירות דארט
ווען אזא מעשה זאל ווען פארקומען ביי אונז , וואלט מען שוין געשטומערט און די גאסען קעגן אונז,



תוקן על ידי have_hope ב- 16/03/2011 17:02:30




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/4/2011 19:43 לינק ישיר 

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2887952&forum_id=16386



דא רעדט מען פון די זעלבע פראבלעם לגבי וומסב"ג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שחיטת בית יוסף מאי הוא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext