ס'גייט ארום שמועות אז בוני עולם האט געקענסלט הרה"ג ר'יעקב יודא ברוין שליט"א ס'דרשה ביים דינער קומענדיגן מוצש"ק, צוליב וואס ער דינט אלס דיין ביי די זאליס, זיי דארפן פארשטיין אז די סטראשונקעס זענען בלויז פון עטליכע פלאטשיגע רודערערס, זיי האבן נאך בכלל נישט אביוזט די ארונים מיטן מכבד זיין ר' יעקב יודא וואס יעדער ווייסט אז ער איז פון די אקטיווע דיינים אין בוני עולם און קיינער וועט זיי נישט חושד זיין אז די סיבה וואס זיי האבן אים מכבד געווען איז צוליב זיין חשיבות אלץ זאלי דיין, זיין דרשה וועט בכלל נישט אויסגעטייטשט ווערן אלס פאליטישע מאוומענט ביי א נארמאלע ארוני און וועט נישט אפהאלטן זיין נדבה צוליב דעם.
די טענה איז צו די ארונים, פארוואס מיזן זיי אנשטינקען יעדע מוסד מיט פאליטיק, פארוואס מוז מען אזוי וויכטיג טשעפענען די זאליס אויף בוני עולם'ס פיקעל?
נשלח ב-14/3/2011 07:28
רעביענקל גיסט אויס א טוץ מיט קללות אין בויך וויי נאך זיין איינרעדעניש אז דער דיין שליט"א וועט נישט רעדן (גרוש פארגעס האט דאך אים אליינס געזאגט...)
ער ווייסט שוין פונקטליך וויפיל רעסיטס עס איז פון די זאליס און וויפיל פון די ארונים, ער ווייסט אויך אז די ארונישע קהל האט שוין געפלאנט אויפצונעמען הרה"ג יעקב יודא שליט"א אלץ א דיין אין זייער שלשה רועה בקר בי"ד, יא ר' אהרן האט מען אויך אמאל געפלאנט אויפצונעמען אלץ א מנהיג איבער א חשוב'ע עדה. גיי ווייטער אן מיט דיינע דמיונות און פלענער אין מיר וועלן בעז"ה ווייטער אנגיין אויף אונזער דרך.
נשלח ב-13/3/2011 21:11
איך וויל דא ארויסברענגען א קליינע נקודה איך וואלט געוואלט וויסן פשט פונעם אשכול און ווי לעכערליך מקען דא שרייבן זאכן וואס איז אזוי רחוק מין המציאות
די נאמען פונעם אשכול איז " ארונים סטראשענען צו בויקאטירן בוני עולם "
הרב הכל בסדר דיין נאמען איז בלשון סגי נהור ווייל איר זענט בכלל נישט בסדר זאג נאר
ווער האט ארענזשירט די מסיבה ?
ווער האט אנגעגרייט די פראראם פארן מסיבה ?
ווער געט שוין אוועק חדשים פאר די מסיבה ?
צו וועם ווענדט זיך בוני עולם ווען זיי ווילן א מסיבה אין קרית יואל ?
די תירוץ איז איין ווארט """"""ארונים"""""""
פארשטטיט זיך זיי וואקן נישט אריין און גרויסן ביהמ"ד און נעמען סיי וועמן (וואס אגב וואלטן זיי נאך אנגעקומען עני טיים אזוי גוט ווי ביי די בעסטע זאלי / בני יואל גרויסע עסקנים) זיי ווייסן אז מקאלט אן העסקן ר' שמעון עוזר לעווי נ"י און א פאר טאג דערויף איז דא א דאטום צום מסיבה וואס גראדע באלאנגט דער עסקן מיט אלע זיינע מיטארבעטערס צו די ארונים אנגעהויבן פון הרב נפתלי צבי שנעבאלג שליט"א חתן פונעם בעל אגלי דבש שליט"א און אזוי ווייטער במיילה וואלט איך געוואלט וויסן ווי די ארונים טראכטען פון בויאקאטן בוני עולם זיי וואלטן פשוט נישט געדארפט (שיקן ר' שלמה באכנער) איינלאדענען ר' יעקב יודא
וואס ס'האט יא געשטערט פאר א גרויסע ציבור, אז ער האט זיך נישט געהאלטן צו די זמנים, און גערעדט זייער לאנג, און איך ווייס באמת נישט וואס בוני עולם'ס חשבון איז געווען, זיי דארפן וויסן אז די מענטאליטי פון קרית יואל'ע אידן (פון אלע לאגערן) איז אנדערש ווי וומסב"ג ב"פ, אין וומסב"ג קענסטו ציען ביז אין די נאכט אריין, קרית יואל'ע אידן האבן בטבע ליב זיך צו לייגן פרי און אויפשטיין פרי, איך אליין בין נישט געווען ביים דינער פאר איין סיבה, איך האב געזען דא די ליסטע פון רעדנערס וואס גייען רעדן האב איך געוואוסט דאס איז נישט פאר מיר. (געלט האב איך געגעבן אסאך ביי פאר-מסיבה)
די גאנצע ליסטע פון דיינים וואס האבן דארט גערעדט איז גענצליך איבריג
איין דרשה פון ר' שלמה באכנער איז מער ווערט ווי אלע דרשות
זאל דער אייבערשטער העלפן אז דער מוסד זאל זיך קענען צושפארן פאר גוטע סיבות, אז ס'זאל מער נישט אויספעלן
תוקן על ידי וואלןסח ב- 13/03/2011 19:31:31
נשלח ב-13/3/2011 19:21
ער האט גערעדט
_________________
נשלח ב-13/3/2011 19:13
ווייסט איינער אויב איז אמת אז ער האט נישט גערעדט?
נשלח ב-13/3/2011 19:08
Tweet from @AnashSatmar
------------------------
@AnashSatmar: Y is Yakov Yida Braun ashamed where he's Dom"tz? Btw his Drusha 2nit @ Boinei Oilem KY is CANCELED! http://twitpic.com/48zgxz
נשלח ב-11/3/2011 07:34
די קלארע פאקטן בנוגע די בוני עולם דרשות
איך האב געהערט גר קראנטע אינפארמאציע פון אן אינסיידער אין בוני עולם א פאפא'נער אינגערמאן וואס ארבעט אין אפיס אין בארא פארק און האט נישט קיין שום נגיעה צו סיי וועלכע צד
מתחילה איז געווען א פלאן עס זאל אפגעהאלטן ווערן דרשות דורך עטליכע רעדנערס, א איד פון ארץ ישראל, הרה"ג ר' מיכל שטיינמעטץ שליט"א, הרה"ג ר' יעקב יודא ברוין שליט"א, און הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערג שליט"א, און דורך ר' שלמה באכנער שליט"א, און דורכן יושב ראש ר' אהרן ארי' אייזענבערג שליט"א.
למעשה ווען מען האט זיך אראפגעזעצט מאכן די פונטקליכע פראגראם האט מען זיך דערזעהן אז עס איז נישט מעגליך, וויבאלד דער דינער איז מוצאי שבת (נישט ווי זייערע דינער'ס ערגעץ אנדערש ווי מען מאכט עס אינמיטן די וואך און מען קען אנהייבן פריער), און אזוי אויך רוקט מען דעם זייגער דעם מוצ"ש, און וויבאלד דער פראגראם איז צו לאנג, צופיל דרשות, און ביי בוני עולם דינער גייט אויך אוועק אסאך צייט פאר טיילן פלעקס, און עס אנגעגרייט געווארן שיינע בעלי מנגנים, ע"כ האט מען געקלערט צו שניידן די דרשות דורך מבטל זיין די דריי דרשות פון די דיינים, דהיינו הרה"ג ר' מיכל שטיינמעטץ שליט"א, הרה"ג ר' יעקב יודא ברוין שליט"א, און הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערג שליט"א, און אזוי האט מען געטוען מען האט אנגערופן אלע דריי צו קענסלען זייערע דרשות.
דערנאך האט זיך אנגעהויבן טענות פון די זאליס היתכן מען האט געקענסעלט ר' יעקב יודא, און די ארונים האבן געטענה'ט היתכן מען האט געקענסלט ר' שמחה שלום, און אזוי אויך האבן מאנכע געטענה'ט אז אין קרית יואל מיז אויך זיין א דרשה פון א מורה הוראה און עס קען נישט זיין סתם א פראגראם פון פלעגס און ניגונים.
אשר ע"כ איז באשלאסן געווארן אז מען וועט יא מכבד זיין צו רעדן אלע דריי דיינים, און עס איז צום האפן אז יעדער וועט פארשטיין און ארויסווייזן געדולד אפי' דער מעמד וועט זיך פארשלעפן.
איך וועל מסיים זיין מיטן סלאגאן פון בוני עולם, אז דער דינער איז
א דינער וואס קיינער וויל נישט פארפאסן!!!
נשלח ב-11/3/2011 03:33
סענאטער אמעסארי האסט מיך נישט גוט פארשטאנען כ'וועל עס נעקסטיים טרייען ארויסצוברענגן מער באריכות, מיין כוונה איז נישט געווען דיך צו איבערצייגן אז די סיבה פונעם קענסעלעישן האט נישט קיין שייכות מיט ארוינישע טעראר ווייל בוני עולם האט אליינס געזאגט פאר ר' יעקב יודא אז די סיבה איז ווייל ס'נישטא קיין צייט.. מיין כוונה איז פשוט דאס וואס דו שרייבסט הינטער די קוליסן אז ר' יעקב יודא גייט למעשה יא רעדן אבער אן קיין מודעה, האב איך געענפערט אז איך ווייס קראנט אז בוני עולם האט אים געבעטן נישט צו רעדן.
נשלח ב-11/3/2011 03:29
ביידען כתב:
נאכעמאל איך זאג נישט מען זאל בויקאטירן, איך ווייס נישט ווער עס גייט רעדן אין ווער נישט, אבער בוני עולם דארף אין אכט נעמען, אז טאמער זיי האבן געקענסלט הרה''ג ר' יעקב יודא צוליב ארונישע דרוק זאלן זיי וויסן אז דעס האט קאנסעקווענצן. (נאכדערצו ר' יעקב יודא וואס איך גלייב האט בוני עולם גאר אסאך ניצן פון אים צוליב זיינע גרויסע קשרים אין די מעדעצינישע וועלט ואכמ''ל.)
_________________
רעדסט ווי א אהרוני. מיר בויקאטירן נישט קיין מסיבות ווייל דער מוסד באקומט טעראר פון די אהרונים און קענען איר נישט ביישטיין. דער מוסד וועט אי"ה אויך נישט ליידן פון קיין שום קאנסיקווענצן. עס איז בלויז לידיעה בעלמא מ'זאל וואוסן וואס די אהרונים זענען אלס אומשטאנד צו טון פאר זייער גלויבן.
_________________
נשלח ב-11/3/2011 02:04
אוי האסטו גיט געזאגט הא לן והא להו
נשלח ב-11/3/2011 01:57
בקיצור נמרץ: הא לן והא להו
rebyankel כתב:
א מיניט צירוק שרייט ער אז די ארונים שפילן מיט בלוט ווייל זיי סטראשען בוני עולם אין דא שרייט ער שומרי החומות
אין פאר שומרי החומות זאג מיר וואס די חילוק איז געווען צווישן שומרי החומות אין די בויקאט קעגן זיבענבערגן
תוקן על ידי SatmarNews ב- 11/03/2011 01:57:47
נשלח ב-11/3/2011 01:44
SatmarNews כתב:
רעביאנקעל ביטע געב מיר א הסבר פארוואס אראפנעמען כולל שומרי החומות פושקע הייסט נישט געשפילט מיט בלוט און בוני עולם יאווען זינגט מען הא לן והא להו און ווען נישט?
א מיניט צירוק שרייט ער אז די ארונים שפילן מיט בלוט ווייל זיי סטראשען בוני עולם אין דא שרייט ער שומרי החומות
אין פאר שומרי החומות זאג מיר וואס די חילוק איז געווען צווישן שומרי החומות אין די בויקאט קעגן זיבענבערגן
נשלח ב-11/3/2011 01:36
נאכעמאל איך זאג נישט מען זאל בויקאטירן, איך ווייס נישט ווער עס גייט רעדן אין ווער נישט, אבער בוני עולם דארף אין אכט נעמען, אז טאמער זיי האבן געקענסלט הרה''ג ר' יעקב יודא צוליב ארונישע דרוק זאלן זיי וויסן אז דעס האט קאנסעקווענצן. (נאכדערצו ר' יעקב יודא וואס איך גלייב האט בוני עולם גאר אסאך ניצן פון אים צוליב זיינע גרויסע קשרים אין די מעדעצינישע וועלט ואכמ''ל.)
_________________
נשלח ב-11/3/2011 01:06
רעביאנקעל ביטע געב מיר א הסבר פארוואס אראפנעמען כולל שומרי החומות פושקע הייסט נישט געשפילט מיט בלוט און בוני עולם יא