בית פורומים אידישע געדאנק

ארונים סטראשענען צו בויקאטירן בוני עולם

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/3/2011 19:21 לינק ישיר 

ער האט גערעדט

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2011 19:28 לינק ישיר 

ער האט גערעדט, און נאך ווי גערעדט, ער רעדט נאך יעצט!

מיר פערזענליך איז נישט אנגעגאנגען אז ער האט גערעדט, ס"ה האט ער זיך דאכט זיך קיינמאל נישט ארויסגעשטעלט בפומבי קעגן רבינו שליט"א (מהר"א), און אז ער האלט אנדערש ווי מיר, גייט מיר נישט אן, ער מוז נישט האלטן ווי מיר ווי לאנג ער טשעפעט נישט א צווייטן

וואס ס'האט יא געשטערט פאר א גרויסע ציבור, אז ער האט זיך נישט געהאלטן צו די זמנים, און גערעדט זייער לאנג, און איך ווייס באמת נישט וואס בוני עולם'ס חשבון איז געווען, זיי דארפן וויסן אז די מענטאליטי פון קרית יואל'ע אידן (פון אלע לאגערן) איז אנדערש ווי וומסב"ג ב"פ, אין וומסב"ג קענסטו ציען ביז אין די נאכט אריין, קרית יואל'ע אידן האבן בטבע ליב זיך צו לייגן פרי און אויפשטיין פרי, איך אליין בין נישט געווען ביים דינער פאר איין סיבה, איך האב געזען דא די ליסטע פון רעדנערס וואס גייען רעדן האב איך געוואוסט דאס איז נישט פאר מיר. (געלט האב איך געגעבן אסאך ביי פאר-מסיבה)

די גאנצע ליסטע פון דיינים וואס האבן דארט גערעדט איז גענצליך איבריג

איין דרשה פון ר' שלמה באכנער איז מער ווערט ווי אלע דרשות


זאל דער אייבערשטער העלפן אז דער מוסד זאל זיך קענען צושפארן פאר גוטע סיבות, אז ס'זאל מער נישט אויספעלן



תוקן על ידי וואלןסח ב- 13/03/2011 19:31:31




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2011 20:13 לינק ישיר 

די זאליס זענען שוין לאנג באוואוסט אלס אוממענטשן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2011 21:11 לינק ישיר 

איך וויל דא ארויסברענגען א קליינע נקודה איך וואלט געוואלט וויסן פשט פונעם אשכול און ווי לעכערליך מקען דא שרייבן זאכן וואס איז אזוי רחוק מין המציאות

די נאמען פונעם אשכול איז " ארונים סטראשענען צו בויקאטירן בוני עולם "

הרב הכל בסדר דיין נאמען איז בלשון סגי נהור ווייל איר זענט בכלל נישט בסדר זאג נאר

ווער האט ארענזשירט די מסיבה ?

ווער האט אנגעגרייט די פראראם פארן מסיבה ?

ווער געט שוין אוועק חדשים פאר די מסיבה ?

צו וועם ווענדט זיך בוני עולם ווען זיי ווילן א מסיבה אין קרית יואל ?

די תירוץ איז איין ווארט
 """"""ארונים"""""""

פארשטטיט זיך זיי וואקן נישט אריין און גרויסן ביהמ"ד און נעמען סיי וועמן (וואס אגב וואלטן זיי נאך אנגעקומען עני טיים אזוי גוט ווי ביי די בעסטע זאלי / בני יואל גרויסע עסקנים) זיי ווייסן אז מקאלט אן העסקן ר' שמעון עוזר לעווי נ"י און א פאר טאג דערויף איז דא א דאטום צום מסיבה וואס גראדע באלאנגט דער עסקן מיט אלע זיינע מיטארבעטערס צו די ארונים אנגעהויבן פון הרב נפתלי צבי שנעבאלג שליט"א חתן פונעם בעל אגלי דבש שליט"א און אזוי ווייטער במיילה וואלט איך געוואלט וויסן ווי די ארונים טראכטען פון בויאקאטן בוני עולם זיי וואלטן פשוט נישט געדארפט (שיקן ר' שלמה באכנער) איינלאדענען ר' יעקב יודא
נאר וואס דען מיט דעי לגיונות קומט מען שטענדיג
 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2011 07:28 לינק ישיר 

רעביענקל גיסט אויס א טוץ מיט קללות אין בויך וויי נאך זיין איינרעדעניש אז דער דיין שליט"א וועט נישט רעדן (גרוש פארגעס האט דאך אים אליינס געזאגט...)
 
ער ווייסט שוין פונקטליך וויפיל רעסיטס עס איז פון די זאליס און וויפיל פון די ארונים, ער ווייסט אויך אז די ארונישע קהל האט שוין געפלאנט אויפצונעמען הרה"ג יעקב יודא שליט"א אלץ א דיין אין זייער שלשה רועה בקר בי"ד, יא ר' אהרן האט מען אויך אמאל געפלאנט אויפצונעמען אלץ א מנהיג איבער א חשוב'ע עדה. גיי ווייטער אן מיט דיינע דמיונות און פלענער אין מיר וועלן בעז"ה ווייטער אנגיין אויף אונזער דרך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ארונים סטראשענען צו בויקאטירן בוני עולם
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.