זיי וועלן אייביג אוועקדרייען די טעמע מיט נערישע ליצנות אין שטותים לאמיר קלארשטעלן עטליכע פאקטן
- די גאנצע חאזעריי פין קענסלן נאר ברוין'ס דרשה איז געקומען בלויז פין די זאליס אין האט גארנישט מיט בוני עולם אין אוודאי נישט מיט די ארונים - ברוין שטייט בכלל נישט אין וועג פאר די ארונים, ווי שוין געשריבן - די דינער האבען ארענזשירט סאטמערע עסקנים תושבי קרית יואל אינאיינעם מיט די עסקנים פין בוני עולם - די קאמפלעקס וואס די זאליס האבען ספעציעל אין ק''י איז די איינציגסטע סיבה וואס שטופט זיי צו שעפן חיות פין אזעלכע ספינעריי
נשלח ב-14/3/2011 20:00
ניין, דו קוסט אויס ווי א פאריקטער ארוני,
האנדא לעבן, איך זעה אז דו פרעגסט מיט דרך ארץ, עס גייט דיר אין לעבן אריין צו וויסן, וועל איך דיר מסביר זיין, די זאליס זענען קעגן בוני עולם, פשוט אין גראד, זיי האבן פיינט די גאנצע מוסד, זיי האלטן אז מען טאר נישט האבן קיין קינדער, האבן זיי געמאכט א גאנצע מעשה וועגן א דרשה, מיט ר' יעקב יודא, באמת האבן זיי פשוט געוואלט אונטער ברענגען דעם מוסד, יעצט פארשטייסטו שוין?
די אלס א זאלי ביזט מכובד צו עקלערן וואס די שטינק אז די סאטמארע האבן נישט געלאזט הרה''ג הצדיק רבי יעקב יודא שליט''א רעדן, האט געזאלט באדייטען
נשלח ב-14/3/2011 19:46
נ.ב. פליז רוף מיך נישט מלח, איך האלט עס נישט אויס, איך ווער ממש צידרייט ווען דו שרייבסט מלח, פליז האב רחמנות!!!!
_________________
נשלח ב-14/3/2011 19:42
יא, די זאליס, אייביג מוזן זיי אונטערברענגען יעדעם איינעם, קענסט מיר זאגן וואס זיי האבן קעגן בוני עולם?
נשלח ב-14/3/2011 19:32
איי איי איי ר' מלח...
איך וויל חלילה נישט פארשטערן אייער חודש אדר,,,,
די שטינק וואס די זאשילעך האבן ארויסגעלאזט, אז סאטמאר וויל נישט הערן די דרשה פון הרה''ג הצדיק ר' יעקב יוד שליט''א, האט זיך ארויס געשטעלט אלס שקר בתכלית השקר - הזאלי,
גערעכט רעב יענקל, איך פארשטיי טאקע נישט פארוואס זיי האבן זיך בכלל געדארפט רעכענען מיט די זאליס, קודם כל סאיז קוים דא זאליס בכלל, נאכדעם די ביסל וואס איז יא דא גיבן סיי ווי נישט, פארוואס זיך משוגה מאכן מיט די מרי לב, ר' שלמה, ווי איז אייער שכל? איר האט געדארפט לאזן דעם ברוין פייפן, ווער ברויך אים? סתם געקראכן דעם עולם אויף די נערווען,
נשלח ב-14/3/2011 01:01
עס טוט זיך הימעל אין ערד ביי די זאליס ברוין רעדט יא צו נישט ווי קליינע קינדער האבען זיי געסטראשער אין פארפירט אז מ'זאל נישט אראפנעמען די דרשות פונעם פראגראם מצד סאטמאר איז נישט געווען קיין שום קלער אז איינעם זאל שטערן ברוין'ס דרשה עס איז בלויז געווען א קלער פין שניידן אלע דרשות זיי אליין זענען מודה אז דער ברוין שטיייט דערווייל קיינעם נישט אין וועג (ער האט מיט קהל גארנישט ספעציעל, ער איז נישט מסד''ק בלי רשות, עס איז אפי' געווען א קלער אים ארייצושטעלן אין די גרויסע בית הוראה ער זאל קענען ענטפרן די שאלות וכו')
די גאנצע דינער איז געפירט געווארען דורך סאטמערע עסקנים אין האבען גאנץ א קליינע פראבלעם צו איגנארירן די וואס שפילן פאליטיק מיט אזא מוסד, נאך אלעם זעהט מען כמעט נישט זייערע נעמען אין די רעסיט ביכלעך
נאר עס וואלט געווען אינטערסאנט ווי די זאליס וואלטן געהאלטן ביי די דריטע בויקאט קעגן א מוסד פין הצלת נפשות אין די לעצטע 12 חדשים די זאליס אין קרית יואל וואס זענען נעבעך געווען איינגרעדט אז זיי נעמען איין טאג איבער די גאנצע וויליזש, וועד הקרי' וכו' ווען זיי וועלן ווייזן זייער רוב אין שטעטל, אין האט זיך אויסגעלאזט ביי שרעקליכע אנטוישינגען ווען זיי זענען אין אלגעמיין מיט איבער 1000 שטימען הינטערשטעליג (ווייל ס'דאך דא איבער 1000 וויליאמסבורגער בחורים העכער 18 וואס לערנען אין מתיבתא....) זייערע דמיונות זענען געווען ביז די העכערע ספערן אזש ס'איז געוואקסן וועלדער מיט גראז אין ביימער אויף האנט פלאכען אין דערוויל דארפן זיי נעבעך טרעפן סיפוק פין אינטערהאקן די שטאט פין וואס זיי אליין'ס ליידן (ווען ע'פ רוב זענען זיי ב''ה נישט מצליח) זיי דארפן זאגען תפילות הדרך אנצוקומען צו זייער ת''ת אין זיך שלאגען מיט משה מאנראער ער זאל לאזען האלטן די טרעילערס פאר זייער מיידל סקול אינדרויסן פין די וויליזש, ביזן אנרופן זייער סאסמאל שול אלס זייער עמטליכע ביהמ''ד הגדול וכו' אין זיצען נעבעך זיכענדיג ווי נאך מ'קען מסר'ן אין טעראזירן נישט האבענדיג געברענגט קיין שום פאזעטיווע זאך פאר'ן שטאט אפי' פאר זייער אייגענע עולם
זיי לעבן אין א ספעציעלע קאמפלעקס אין שרייען אין פארפירן ווי נאר זיי קענען האפענדיג צו ציען עפעס אויפמערקזאמקייט עס האט שוין געהאלטן אזוי ווייט אז זיי האבען געשריבן אזא מעכטיגע בריוו פאר פרעזידענט אבאמא וואס האט טאקע געפירט אז די ווערצהויז איז נקי מכל דבר אסור
זיי האבען שוין לעצטנס דורגעפירט מאסיווע בויקאטען פאר די מאסען זאליס וואס פילן אן דעם ביהמ''ד ''הגדול'' פין סאסמאן אבער די עיקר בלוט דורשטיקייט זייערע האט זיך ארויסגעזעהן ביי די בויקאטען קעגן די לעבנס וויכטיגע חברה הצלה וועם זיי ניצן אויס טעגליך, פאר'ן חטא פין נישט נעמען א רוף, ווען א אנוועזענדער מעמבער ביים רוף האט קלארגעשטעלט אז דער רופער וויל בלויז שפילן אין מאכען אנדרייענישן אין די בויקאט איז געווען קעגן גמ''ח הצלה וועם זיי ניצן אויך אויס ביז די מאקסימום פאר'ן חטא וואס זיי טענה'ן אז זיי האבען נישט געטראפן א וואלענטור וואס האט געוואלט אויפפיקן א טריפ אינדרויסן פין שטאט (ווערט נישט אנטוישט ווען איר וועט הערן אז גמ''ח הצלה נעמט בכלל נישט אן אזעלכע טריפס אפי' אין שטעטל, ווי באקאנט פלעגן די אויסניצער רופן גמ''ח הצלה פאר יעדע קאר סערוויס טריפ וואס זיי האבען געהאט צו א דר' אד''ג) די ליסטע פין זייער בויקאטען קענען ווערן זייער לאנג, ווי למשל קעגן נטרונא, עמניאל, פילע מוסדות עטה''ק אבער כ'רעדט יעצט פין אזעלכע ארגענעזאציעס וועם זיי אליין ניצן בפועל אין זענען נהנה פין זייער הילף
אין האבען יעצט שיעור נישט געפלאנט צו מאכען א בויקאט קעגן דעם מוסד בוני עולם וועם זיי אליין'ס מוזן ליידער אויך צוקימען ווייל זייער קאמפלעקס האט זיי געזאגט אז איינער טראכט פין זיי אין וויל זיי טשעפען
אלפאנס דער דינער נעכטן איז געווען א געוואלדיגער סוקסעס אפי' אן די אפיציעלע בויקאט האט מען געזעהן פין זיי גאנץ ווייניג רעסיטס טראץ וואס זיי ניצן פינקט אזוי דעם מוסד ווען זיי דארפן אין דער הייליגער מוסד האט ערהאלטן זעלטענע ברייטע שטיצע פינעם גאנצען ציבור מ'האט געקענט זאגען ברוך המקדש שמו ברבים ווען אזוויפיל טויזענטער אידן קומען ארויסווייזן שטיצע פאר אחב''י וואס דארפן צוקימען צו הילף
תוקן על ידי rebyankel ב- 14/03/2011 01:07:24
נשלח ב-11/3/2011 20:15
אלפים ערווארטעט ביים רירענדער דינער פאר מוסד הק' "בוני עולם" אין קרית יואל
טויזענטער תושבי עיר הצדק ק"ק קרית יואל זענען ערווארטעט אנטייל צו נעמען אינעם גרויסארטיגן דינער לטובת דעם הייליגן מוסד ,בוני עולם" וועלכער וועט אי"ה פאהרקומען דעם מוצש"ק אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס אין קרית יואל.
"בוני עולם" היינט צוטאג איז א זאך וואס איז איבריג מסביר צו זיין פאר'ן חשוב'ן ציבור אחב"י וועלכע זענען שוין היינט גוט באהאווענט מיט זייערע אקטיוויטעטן לקיים ולבנות עולמות בישראל.
די פירות פון די צענדליגער "מסיבות" וועלכע זענען פאהרגעקומען אין די לעצטערע וואכן אין ק"ק קרית יואל, וועט זיך אי"ה גאהר שטארק אנזעהן דעם מוצאי שב"ק ביים דינער ווי דער ציבור וועט אי"ה מאסנווייז אנפילן דעם זאל און מיטברענגען אויפן פלאץ ריזיגע סכומים צו העלפן דעם הייליגן מוסד אין אנגיין ווייטער מיט זייער הייליגע און מסי"נ ארבעט.
א גאהר רייכער פראגראם איז אהערגעשטעלט געווארן צום דינער, און דער ציבור ווערט געבעטן צו קומען צייטליך צו רעזעווירן א זיץ און א דשורנאל.
-כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא-
•♦•
נשלח ב-11/3/2011 20:14
נשלח ב-11/3/2011 19:59
הרב שלמה באכנער הי"ו מנהל מוסד הק' בוני עולם בקודש פנימה
צו נעמען ברכת הקודש לקראת דעם גראנדיעזן דינער דעם מוצש"ק הבעל"ט אין קרית יואל
♦♦♦
נשלח ב-11/3/2011 19:56
וועגן די תוגבה פין נוטראלער שקרן פעלט נישט אויס קיין ווערטער ער איז א מוחזק שקרן פינקט ווי לויפער זיי מוזן אין יעדע זאך אריינמושן זייער שנאה אין פאליטיק זיי פארשטייען נישט אז די מוסד וויל טוהן וואס פאר זיי איז גיט וויאזוי זיי זאלען מאכען געלט ביי די מרי לב שפילט גארנישט קיין ראלע ליידער
תוקן על ידי היראים ב- 11/03/2011 19:59:06
נשלח ב-11/3/2011 17:20
נוטראלער כתב:
די קלארע פאקטן בנוגע די בוני עולם דרשות
א בפרושע נוטראלער פון היידפארק!...
נשלח ב-11/3/2011 07:47
די קלארע פאקטן בנוגע די בוני עולם דרשות
איך האב געהערט גר קראנטע אינפארמאציע פון אן אינסיידער אין בוני עולם א פאפא'נער אינגערמאן וואס ארבעט אין אפיס אין בארא פארק און האט נישט קיין שום נגיעה צו סיי וועלכע צד
מתחילה איז געווען א פלאן עס זאל אפגעהאלטן ווערן דרשות דורך עטליכע רעדנערס, א איד פון ארץ ישראל, הרה"ג ר' מיכל שטיינמעטץ שליט"א, הרה"ג ר' יעקב יודא ברוין שליט"א, און הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערג שליט"א, און דורך ר' שלמה באכנער שליט"א, און דורכן יושב ראש ר' אהרן ארי' אייזענבערג שליט"א.
למעשה ווען מען האט זיך אראפגעזעצט מאכן די פונטקליכע פראגראם האט מען זיך דערזעהן אז עס איז נישט מעגליך, וויבאלד דער דינער איז מוצאי שבת (נישט ווי זייערע דינער'ס ערגעץ אנדערש ווי מען מאכט עס אינמיטן די וואך און מען קען אנהייבן פריער), און אזוי אויך רוקט מען דעם זייגער דעם מוצ"ש, און וויבאלד דער פראגראם איז צו לאנג, צופיל דרשות, און ביי בוני עולם דינער גייט אויך אוועק אסאך צייט פאר טיילן פלעקס, און עס אנגעגרייט געווארן שיינע בעלי מנגנים, ע"כ האט מען געקלערט צו שניידן די דרשות דורך מבטל זיין די דריי דרשות פון די דיינים, דהיינו הרה"ג ר' מיכל שטיינמעטץ שליט"א, הרה"ג ר' יעקב יודא ברוין שליט"א, און הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערג שליט"א, און אזוי האט מען געטוען מען האט אנגערופן אלע דריי צו קענסלען זייערע דרשות.
דערנאך האט זיך אנגעהויבן טענות פון די זאליס היתכן מען האט געקענסעלט ר' יעקב יודא, און די ארונים האבן געטענה'ט היתכן מען האט געקענסלט ר' שמחה שלום, און אזוי אויך האבן מאנכע געטענה'ט אז אין קרית יואל מיז אויך זיין א דרשה פון א מורה הוראה און עס קען נישט זיין סתם א פראגראם פון פלעגס און ניגונים.
אשר ע"כ איז באשלאסן געווארן אז מען וועט יא מכבד זיין צו רעדן אלע דריי דיינים, און עס איז צום האפן אז יעדער וועט פארשטיין און ארויסווייזן געדולד אפי' דער מעמד וועט זיך פארשלעפן.
איך וועל מסיים זיין מיטן סלאגאן פון בוני עולם, אז דער דינער איז
א דינער וואס קיינער וויל נישט פארפאסן!!!
נשלח ב-10/3/2011 20:22
ניינטער אין א סעריע:
ליל שישי פ' פקודי העעל"ט
אין שטוב פון הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער הי"ו מנה"ר בת"ת קרית יואל