בית פורומים כל העולם כולו

זשיגאן בעקעריי וויל ציריקכאפען קאסטומערס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/3/2011 00:25 לינק ישיר 
זשיגאן בעקעריי וויל ציריקכאפען קאסטומערס

ווי באקאנט פארלירט די בראדוועי מצה בעקערי יערליך קאסטומערס אין די מאסען
אנגעהויבן האט זיך עס פשוט ווען עס האט זיך געפנט די מהודר'דיגע בעקעריי אין קרית יואל וואס ריקט א ריזן ציפער פונט מצות יערליך
דערנאך מיט די נייע סאטמארע בעקעריי אין וומ''ס וועלכע צייכענט זיך אויך אויס אין זעלטענע חומרות אין הידרים אין וואקסט אויך יערליך מיט ארדערס אין די גרויסע ציפערן, ביידע בעקערייען פאר זיך זענען אויסגעשטיגען צו ריזיגע בעקערייען וואס אירע קאסטומערס פלעגן ביז היינט ע''פ רוב נעמען אויף בראדוועי כמובן,
אבער ס'האט זיך נישט דארט אפגעשטעלט, ווייל די בראדוועי בעקעריי פלעגט האבען אסאך פרעמדע קאסטומערס,
אין א גרויס חלק האבען זיי אפגעלאזט זינט די גרינדונג פין א נייע בעקעריי אין לעיקוואד, 
אויך האבען די בני פיגא זיך געפנעט א אייגענע בעקעריי לעבן קרית יואל,
ווי אויך זענען אסאך פרעמדע מדקדים בכשרות אריבער צו איינס פין די 2 סאטמערע בעקערייען וואס צייכענט זיך ספעציעל אויס מיט אירע חומרות והידורים אין טעם, 
אבער לעצטע פליק האבען זיי באקומען ווען זיי האבען פראבירט צו באגראבען יענעם מיטן פירן די נערישע זינלאזע מערכה קעגן די מהודר'דיגע ווייץ פין אריזאנע,
וואס נישט נאר וואס עס האט געוויזן פאר די וועלט ווער זיי זענען, אפענע שקרים בדברים גלי'
נאר לכבוד דעם פאסט זיי שוין היינט נישט צו נעמען אריזאנע ווייץ
אין אלע מדקדים בכשרות אפי' פין די זאליס וואס ווילן ווייץ אנע חשש מצמחות ומבקעות גייען אוועק פין זייער בעקעריי
פארשטייט זיך אז מ'דארף יערליך שניידען די פראדוקשען אין די ריזיגע ציפערן
לכתילה האבען זיי גענומען די ראזענבערגס אפען צימבעל אין געלייגט אויף זיי די גאנצע שילד
מ'האט זיי צוגענמען די אקאונט אין זיי מעגן בלויז מעניזשען די ארבייטער
מ'האט אנגעהויבן צו אדווערטייזן די בעקעריי אין ענליכע שריט
אבער זענדיג אז די זאך רירט זיך נישט אין מ'בלייבט נאך אלס יערליך מיט מצות אין די גרויסע נומבערס
האט מען היי יאר פראפאנדירט אז מ'גייט טיילן מצות פאר שפאט ביליג
פארשטייט זיך אז ס'פאסט נישט צו שרייבן אז די מעכטיגע בראדוועי בעקערי טיילט מצות פאר חצי בחינם
ע''כ האט מען מ'כלומרשט געגרינדעט אז ''נייטראלע'' ארגענעזאציע כ'דענק שוין נישט די נאמען וואס מ'וועט מ'כלומרשט שטיין אינטער די ''אווער סטאק'' סעיל
פארשטייט זיך אז די ''נייטראלע'' ארגענעזאציע וועט נאר האבען די בראדוועי מצות....
אבער זיי האפען אזוי ציריק צו הייבן די פראדוקשען אין זייער בעקעריי
אדער עכ''פ ס'זאל נישט פאלען

יא, ווער האט אמאל געגלייבט אז די בראדוועי בעקעריי וועט מאכען אזא גיטע סעיל....



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/3/2011 08:43 לינק ישיר 

הרב סטראבערי אויב די רעדסט פון די ארגעניזעישאן וואס האט געקויפט 30 טויזענט פונט ווייץ דארפסטו קודם זאגן ווייל דארט קומט דער געלעכטער דער ארגעניזעישאן פלעגט נעמען יעדע יאר פון בראדוויי בעקעריי און פאראיאר צוליב די חששות האט ער גענומען פון די ארונים וואס אגב האבן די ארונים עם געבעטען 2-3 וואכן וואס מהאט גארבעט נאכט און טאג ווען די בעקעריי האט געקענט אריינשטיפן
און ועולה על כולנה איז אז ער האט געבעטן מ'זאל עס אים געבן פאר די זעלבע פרייז ווי ער פלעגט באקומען פון די זאליס אבער מ'האט אים מסביר געווען אז צוליב די חומרות קאסט דאס אסאך מער
מיילה האט מען עס אים געגעבן םאר $17 א פונט אין ביי די זאליס פלעגט ער צאלן $10 א פונט
יעצט שרייב מיט גרויסע רויטע אותיות נאכאמאל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2011 01:07 לינק ישיר 

וואסאיזנייעס! דו האלטסט נישט ביים ענטפערן איז נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-11/3/2011 01:04 לינק ישיר 

לייג עס איבער אין גרעסערע קאליפול אותיות וועט דיין פאבריקאציע ווערן אמת.....

דעם סטראבערי האט די דורכפאל פין די מצה בעקערי ציגעטרעטן
ער האט פארוואס...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/3/2011 00:58 לינק ישיר 

האהא לוזער, ער וויל נישט מ'זאל רעדן פון די אויסגעשפילטע דזשיגאן חתונה אדער פון לעיקוואוד, פארדרייט ער א קאפ,
נאכאמאל ווער האט פאריאר געטיילט מצות??!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-11/3/2011 00:54 לינק ישיר 

נישט אין א זאל האט מען געטיילט
מ'האט געטיילט אין גאס....
אז די באקסט באק שוין בעסער
אין א זאל הערט זיך נישט גיט

דיינע נערישע ספין'ס ווייזט נאר דיין ווייטוג
ווער האט זיך אמאל ג'חלומ'ט אז די מעכטיגע בראדוועי בעקעריי
ווי מ'פלעגט זיך ווארפן מיט קאסטומערס (חוץ איינעם וואס האט א קראך היט)
אין היינט דארף מען מאכען א אווערסטאק סעיל שוין אזוי פרי ווי חודש אדר....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/3/2011 00:47 לינק ישיר 

Ah Oh!
דער דרייט מיט די צונג, ווי א אפגעבריעטער... 
ווער האט פאריאר געטיילט אין א זאל מצות?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-11/3/2011 00:45 לינק ישיר 

אויף אזא גיטס האב איך זיך נישט געראכטן.......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/3/2011 00:34 לינק ישיר 

וועגן די יאר זאגסטו א זאך וואס איז אדער יא אדער נישט אמת...
אבער זאג נאר,
 ווער האט פאראיאר במציאות געטיילט אומזיסט מצות, צוליב'ן שרעקליכן אוערסטאק!!??



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זשיגאן בעקעריי וויל ציריקכאפען קאסטומערס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext