בית פורומים כל העולם כולו

אויפדעקונג: פון וועמען באשטייט דזשיגאנ'ס קינדער גארטן אין ב"ב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/3/2011 16:25 לינק ישיר 
אויפדעקונג: פון וועמען באשטייט דזשיגאנ'ס קינדער גארטן אין ב"ב

  נאט אייך א גוט'ס, צום עונג שבת

 כ'האב די נאכט באקומען א פיקטשער פון די פלאקאטן וואס די בני ברק'ער זאליס האבן ארום געהאנגען אין די שטאט ב"ב, אלס צו אנפילן זייער קינדער גארטן מיט סיי ווער פון די גאס, נאר כדי צו קענען איינרעדן די אלוועלטליכע זאליס אז זיי האבן 50 קינדער און זיי ברויכן נעבעך געלט.. אויסער די גע'גנב'טע חודש'ליכע איינקומס פון די זאלן און האטעל....
(יא די ארויפגעצווינגענע בוררות קאסט טאקע אסאך געלט)

קוקט וויאזוי מפרואווט צו שלעפן די פרעמדע גאס מיטן גאנצן כח, מ'לייגט פאר א גאנצע רייע מיט 10 מעלות פארוואס ס'לוינט פאר די גערער, וויזשניצע, באבוב'ער, און ליטווישע שכנים צו שיקן זייערע קינדער דייקא ביי זיי אין קינדער גארטן, (ווי באקאנט לויט די באפעל פון דער תימנע'ר טאלער נעמט מען אן יעדן אינגל אויסער תימנ'ער ווייל זיי קאן ער פון דערהיים...)

 ליינט שטוינט און האט הנאה וויאזוי די בלאף אויף די אויסלענדישע זאליס ארבעט, פאלגענד איז צוטירט די מעלות וואס איז אלס אויגערעכנט אויפן צעטל:
1.
מחיר מסבסד (געספאנסערטן פרייז). 2. מקום מרוח וממוזג (א לופטיגע פלאץ מיט אינגערישטע עירקאנדישן). 3. מיקום מרכזי (אין צענטער פון שטאט). 4. אווירה חמה ומסורה (א איבערגעגעבן ווארימע לופט). 5. מלמדים חשובים ומנוסים לגיל הרך (חשוב'ע מלמדים וועלכע זענען ספעציאליסטן פאר די יונגווארג). 
ווער עס איז נאכנישט גענוג איבערגערעדט, איז די ליסטע נאכנישט פארטיג...
6.
בניהול מפקח ומנוסה ומקצועי (געפיהרט מיט א געלערנטע און געפרואווטע אויפזוכט). 7. עם דגש רב על תוכן מקצועיות ועל נקיון (מיט א גרויסע דגש אויף די אינהאלט פון די גלערנטקייט און אויף די ריינקייט). 8. עם המון תשומת לב והשקעה מרובה (מיט אסאך אסאך אנטענשן און אסאך אסאך השקעה). 9. יחס אישי לכל ילד (א באזונדערע באציאונג צו יעדן אינגל).
און דער עקשן וואס וויל נאך אלס נישט אריינשיקן זיין אינגל אין דעם "סאטמארן" קינדער גארטן, איז דא נאך איין שטארקע זאך וואס וועט איהם זיכער באוועגן: 10.
שפע של מתקני חצר מעניינים לילדים (א שפע פון גארטן שפילערייען אינטערסאנט פאר קינדער)...
דער ביטערער ליטוואק אדער גערער חסיד וואס וויל נאך אלס נישט א טובה טהון און אריינשיקן זיין תכשיט'ל אין אזא הויכ-סטאנדארטישע קינדער גארטן איז פשוט א מאבד עצמו לדעת, און ער זאל זיך גיין צו אלע רוחות....

באלד לייג איך אריין די פיקטשער פון די פלאקאט, האלט אייך געשפאנט און ליינט דאס נישט שטייענדיג....




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/3/2011 03:32 לינק ישיר 

כאפטס א קאפשטיק פון זשיגאןס א תלמיד: זייט ווען מיינט א סאטמארער חדר אין ארץ ישראל אז ס'טארן דארט נישט לערנען קיין ספרדישע און תימענע קינדער? האט נישט רביה"ק זצ"ל אויפגעשטעלט א סאטמארער מוסד פאר די ספרדישע קינדער?...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/3/2011 00:22 לינק ישיר 

טאהלער האט זיך פארענטפרט היינט אז זשיגאן האט אים געזאגט
אז אפי' אין 82 גיבט מען אויך אין אסאך פעלער שכ''ל  געצליך בחינם ביז מחיר מסובסד אין פאל וואס ער איז נישט זיכער אז יענער וועט שיקן די קינדער דארט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2011 21:04 לינק ישיר 

טאלער ארבעט שטארק אריין צו נעמען ווי מער תימן'נע קינדער, אז זיינע קינדער זאלן האבן חברים פון די זעלבע ראסע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/3/2011 20:37 לינק ישיר 

עס איז כדי צו באמערקן ווי די מ'כלומרשטע ת''ת פין די הולכי בג''ץ הציוני וואס מ'וועט רעדן נאר אידיש 
(נעקסטע יאר ביי זייער דינער וועט שטיין אז זיי זענען די איינציגסטע ת''ת וואס מ'לערנט אידיש....)
מאכט גאר זייער מארקעטינג אין עיבריט...






תוקן על ידי היראים ב- 11/03/2011 20:43:37




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/3/2011 20:06 לינק ישיר 

כ'מיין אז עס איז די ערשטע מאל וואס א ת''ת וואס ניצט די נאמען סאטמאר דארף זיך אדווערטייזן אז זיי זיכן קינדער נאכדערצו מיט אזא מארקעטינג
די בעסטע איז נאך במחיר מסובסד.......
יעצט פארשטיי איך פארוואס מ'זעהט אויף די בילד כמעט נישט קינדער מיט א סאטמערע צורה
דא קענט איר זעהן ווי די זאליס האלטן אין בני ברק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/3/2011 16:27 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אויפדעקונג: פון וועמען באשטייט דזשיגאנ'ס קינדער גארטן אין ב"ב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext