| נשלח ב-13/3/2011 07:24 |
|
| |
שרעקליכע טעראר אטאקע אין שומרון - 5 אומגעקומענע
א שוידערליכער און בלוטיגער טעראר אטאקע האט פאסירט אין דעם איתמר זידלונג, נאנט צו שכם, וואו טעראריסטן האבן אומגעברענגט א משפחה פון 5 - טאטע מאמע און 3 קליינע קינדער.
לויט ערשטע אויספארשונגען, האבן א גרופע טעראריסטן זיך איינגעבראכן פרייטאג צונאכטס ארום צען אזייגער אווענט אין שטוב פון די פויגל פאמיליע. וועלכע זענען שוין אלע געווען אנטשלאפן, און אויסגעמארדעט מיט מעסער'ס די טאטע און מאמע, מיט 3 קליינע קינדער פון עלעף יאר, 4 יאר און דריי חדשים, און מיסטעריעז געלאזט ביים לעבן 2 קינדער פון אכט און צוויי יאר . די טערעריסטן האבן אויפגעווארפן דאס הויז און גלייך פארלאזט דאס ארט. אביסל שפעטער איז דאס צוועלעף יעריגע מיידל אהיימגעקומען פון א פארברענג מיט באקאנטע, און נישט געקענט עפענען די טיר, זי האט אלאמירט די שכנים, און ארום צוועלעף אזייגער ביינאכט האט זיך דאס אכט יעריג קינד ערוועקט און געעפענט די טיר. די שכנים האבן גלייך אלאמירט ערשטע הילף מיט זיכערהייטס קרעפטן, אבער ס'שוין ליידער נישט געווען וואס צו טון. זק"א וואלונטירן זענען אנגעקומען אויפן ארט און אבאכט געגעבן אויף כבוד המתים.
אויפן ארט זענען אנגעקומען שווערע מיליטערישע קרעפטן, און אנגעהויבן מיט א גרינטליכער אונטערזיכונג אויף דעם גאנצן אומגעגענט פאר די פארברעכער, אבער דערווייל אן ערפאלג. א רייע ארעסטן זענען שוין דורכגעפירט געווארן דורכן מיליטער אין א פרואוו צו כאפן די שולדיגע טעראריסטן און זייערע פלאנירער.
די לוי' פון די קדושים וועט פארקומען מארגן פארמיטאג אויפן הר המנוחות אין ירושלים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2011 20:48 |
|
| |
Palestinian Sentenced To 130 Years for Killing Itamar Family
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2011 21:18 |
|
| |
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2011 21:17 |
|
| |
Two Arab Terrorists Arrested for Fogel Family Massacre

_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2011 05:32 |
|
| |
זוכסט סיבות?? קוק אין די הייליגע תורה!!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2011 22:29 |
|
| |
וואס זענען די אנגעגבענע סיבות פאר די מערדעריי?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2011 21:37 |
|
| |
ווער איז דער בחור מיט'ן ביבער היט ביי די לויה?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2011 21:32 |
|
| |
על-אקצא די אפיציעלע מיליטער פליגל פין פאטאח האט נעכטן גענומען פאראנטווארטליכקייט אויף די אטאקע, און האבן שפעטער צוריקגעצויגן דערפון. (נישט פארגעסן, פאטאח איז מכלומר'שט א פרידליכע מעסיגע גרופע, וואס איז אינטערנאציאנאל אנערקענט)
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2011 21:09 |
|
| |
וועלכע טעראריסט גרופע נעמט פאראנטווארטליכקייט פאר די אטאקע?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2011 19:53 |
|
| |
ווען וועט מען שוין איינזעהן און טוהן וואס די הייליגע תורה פארלאנגט אין גלות, זיך מכניע זיין און איבערבעטן די אראבערס, וויפיל אידיש בלוט ר"ל דארף דאס נאך קאסטן ה"י
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2011 18:51 |
|
| |

_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2011 18:45 |
|
| |

_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2011 18:01 |
|
| |
ספרינטער,
עס איז בכלל נישט קיין דמיון. די אטאקע אויף ישיבת מרכז הרב איז טאקע פארגעקומען אין א מתנחל'ישע ישיבה, אבער די ישיבה געפינט זיך פאקטיש אין ירושלים, נישט אין עפעס א מתנחל'ישער זידלונג. אוודאי קען מען קאנספירירן אז די טעראריסטן האבן געמאכט די אטאקע דווקא אין יענע ישיבה צוליב זייערע עקסטרעמע שטעלונגען און נאכאנדע התגרות באומות, אבער פאקטיש איז די ישיבה נישט געשטאנען אויף א באזיס פון התגרות באומות.
ווידעראום דער זידלונג איתמר איז געשטאנען ביים שונא אין טערעטאריע, מ'האט אויפגערייצט דעם הונט, און דאס שרעקליכע האט פאסירט.
קומען די היימישע ציונים טענה'ן, נעע.. ס'נישט ווייל מ'רייסט זיך מיט די אראבער'ס. זיי זענען אייביג געווען רוצחים.. נו מאכטסעך שטערקער די קשיא!! מיט דעם בלוט-הונגעריגער רוצח גייסטעך רייצן??!!
אנשטאט מ'זאל פון די רוצחים שטיין ווייט, קומען די מתנחלים און מ'זעצט זיך אריין צו זיין אין פיסק, און ווען זיי רצח'נן אזוי ווי זייער שטייגער הייבט זיי אן נאך מער אויפצורייצן אז מ'וועט זיי ווייזן, מ'וועט דווקא בויען יעצט נאך צען זידלונגען. איך רעד שוין נישט פון תורה'דיג, נאר פשוט שכל'דיג איז דאך דאס נישט אויסגעהאלטן, דאס איז א שטיק טפשות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2011 17:19 |
|
| |
איז נישט די וואך אפגעצייכנט געווארן די צווייטע יארצייט פון די בליט באד אין מרכז הרב ווען עטליכע בחורים זענען ברוטאל געשאסן געווארן?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2011 15:48 |
|
| |
עס כאפט א פחד א שרעק ווען מ'זעהט ווי די רשעי ישראל, די ציונים ימ"ש, אנשטאט זיי זאלן זיך לערנען א לעקציע פון די שוידערליכע טעראר אטאקע, און אביסל פארמינערן זייערע התגרות באומות, טוען זיי פונקט דאס פארקערטע, און נוצן די אטאקע פאר א אויסרייד אנצושאפן נאך א גרעסערע התגרות באומות.
היינט צופרי האט דער רשע ביבי נתניהו געמאלדן אז 'לכבוד' די שרעקליכע שחיטה אין איתמר, גייט ער ערלויבן צו אראפנעמען די איינפרירונגען וואס זענען אצינד אין קראפט אויף די אקופירטע שטחים, און מ'וועט זיך נעמען בויען מיט אן אימפעט. שומו שמים, דאס איז דער ריכטיגער אפטייטש פון "רק בדם תהיה לנו הארץ", דער לאזונג פון די מייסדי המדינה שר"י.
www.bhol.co.il//article.aspx?id=25573
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2011 09:52 |
|
| |
_________________
|
|
|
|
|