עס איז באמת א שוידערליכער צער פאר יעדן אידיש קינד באשר הוא צוצוקוקן וואס די אראבישע רוצחים האבן געטון, אבער אין די זעלבע צייט איז אויך א שוידערליכער צער צוצוקוקן וויאזוי אידישע קינדער קענען בשאט נפש זיך אריינשטעלן אין אזא מקום סכנה, איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל. ווי דאס באקאנטע ווארט פון רביה"ק זי"ע אויפ'ן "לבי לבי על חלליהם".
דער צער איז מער געווענדעט צו זייערע א.ג. 'מנהיגים', די וועלכע וועלן אליין זיך נישט טרויען אריינצוטרעטן אין די מקומות סכנה וואו זיי שיקן זייערע תלמידים און נאכפאלגער. דער גרעסטער טייל פון די מתנחלים זעלבסט זענען תינוקות שנשבו, אבער זייערע פירער/פארפירער וועלן אפגעבן דין וחשבון אויף יעדן אידיש קינד וואס ווערט געהרג'עט רח"ל דורך די רוצחים.
צו די אלע וועלכע האבן טענות אז יעצט איז די צייט פאר רחמנות:
ביי די דאזיגע שקצים, די פארביסענע מתנחלים, איז יעצט אן אנדערע צייט. זיי האבן שוין אויסגענוצט דעם אומגליק צו לייגן דרוק אויף די נתניהו רעגירונג אויסצוברייטערן די אומלעגאלע זידלונגען, וואס וועט אריינשיקן פרישע טויזנטער אידישע קינדער אין דעם מקום סכנה - ביז צום קומענדיגן התנתקות וואס וועט בהכרח מוזן קומען פריער צי שפעטער, האפנטליך אן קיין שאדן פאר קיין אידיש נפש.
אין די צייט וואס זיי קלאגן און וויינען נוצן זיי אויס די נאטורליכע רחמנות געפילן צו פארגרעסערן און פארברייטערן דאס התגרות באומות, וואס גייט שוין היינט פיל ווייטער ווי די אראבישע וועלט, און אפילו ווייטער ווי אבאמא'ס אמעריקע. היינט צו טאג גייען זיי שוין קעגן דעם ווילן פון כמעט יעדעס איינציגע לאנד אין דער וועלט!
זיי גייט נישט אן אז דאס וועט עווענטועל אפקאסטן פרישע טייכן אידיש בלוט רח"ל, נישט בלויז צוליב'ן "אני מתיר את בשרכם" נאר אפילו פשוט מיט אונזער גשמיות'דיגער לאגיק!
_________________
If it's good marketed you'll buy it, but if it's real you'll FEEL it
 |
|
|