בית פורומים אידישע געדאנק

סאטמאר קעגן דזשיגאן עם הארץ: שושן פורים תשע"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/3/2011 18:05 לינק ישיר 
סאטמאר קעגן דזשיגאן עם הארץ: שושן פורים תשע"א

דעם קומענדיגן שושן פורים הבעל"ט גייט אי"ה פארקומען דער ריזיגער יערליכער פארמעסט, נאר דאסמאל טאקע בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג נישט ממש לעיני כל העולם כולו. ניין. דער פארמעסט וועט נישט זיין ווער עס האט מער מענטשן. ווייל דאס ווייסט יעדער פון פאראויס. דער פארמעסט וועט זיין איבער די 2 טישן וועלכע ווערן געפירט ווערן. דער טיש דורך רבינו שליט"א אין ראדני - מקום שהתפללו בו רבותינו: 5 שעה בדברי תורה, וניגוני התעוררות, ובדחנות כמנהג ווי עס איז אלע יארן געווען.
 
דער טיש דורך דעם תלמיד פון רבי שימעלע אין הופפער: 5 שעה ליצנות און דזשאוקס!
 
דער דזשיגאן וועט שניידן האר פאר בעל תשובה'ס, מען וועט ארויפריפען די זאלצערס אויפן טיש, מ'וועט פרעגן אויב מאיר הירש איז דא, ווען דזשיגאן'ס בעקיטשע וועט שוין זיין באגאסן פון וויין אין עס וועט זיין נכנס יין יצא סוד וועט ער אנהייבן רעדן פון אייגענע געלעגערס דאן וועט אים דאקטאר פישער מיט די גרויסע ציין געבן א ציפ אין ער וועט אנהייבן וויינען הגלה נא אויפן מייק, דערנאך וועט די נייע דור פון די חלה דעקלעך אויסניצן די געלעגענהייט בעפאר פסח אין וויינען אויפן טיש אז דער דזשיגאן זאל זיך שוין אריינציען קיין וומסב"ג אין נישט נאר קומען איינמאל א וואך שפילן קוויטלעך אויפן פערטע שטאק אויף היוז סט. דער דזשיגאן וועט שעפן נחת אז עס זענען פארהאן מענטשן וואס דארפן אים אזוי שטארק.
 
ליהודים ליהודים.... ושמחה וששון ויקר



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2011 01:35 לינק ישיר 

פורים בצל האדמו"ר מהרז"ל מסאטמר

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2011 18:03 לינק ישיר 

באקומען אין אימעיל:
 
סאום האו ווען איך ליין די מגילה דערזע איך מיך ביים ברך משה אין שטוב חוהמ"פ תשנ"ט. פון איין מינוט צו די צווייטע כאפט אחשורוש אוועק די מלכות פון המן (אהרן), דער זעלבער המן וואס מ'האט געגלעט אן אויפהער און נאכגעטאנצן אלע זיינע משוגעת'ן פאר צוואנציג יאר, מ'פרעגט אים אויס וויאזוי ער וואלט געגליכן דאס רב הצעיר'שאפט, ער ענטפערט אינגאנצן עקסיידעט אז א רב הצעיר מיינט אז מ'באקומט אלעס ווי דער מלך אליינס. אויף דערויף שיקט מען אים מהר קח את הלבוש און מ'געט עס פאר מרדכי (רבי), אבער נישט סתם איבערגעגעבן, מ'הענגט דעם גוטן המן מ'ווארפט ארויס אלע זיינע מענטשן פון שטוב, ער לאזט צו מ'זאל הארגענען אלע המן'ס חסידים איין טאג נאכן צווייטן..
 
מרדכי איז דער נועם המידות, ער ראטעוועט אחשורוש פון זיכערן טויט, אבער פארלאנגט נישט קיין גרויסע אנערקענונג'ס.
 
רעבעצין אסתר איז דאך פעסיל לאה וואס האט דעם המן געשיקט פייפן שרייענדיג נפשי בשאלתי, ער וויל מיך לייגן אין א אלעידזש האום.
 
משה גבאי דער חרבונא ווארפט אריין אפאר ווערטער בשעת דער אחשורוש ברענט פאר כעס "איך זאג עס דא ברבים, דער רבי זאל וויסן אז דער המן האט אנגעגרייט א תלי' פאר די געטרייע מענטשן וואו ער פלאנט זיי אלע אומצוברענגן"...
 
דאס אז זרש איז סאשע דארף מען דאך נישט פירושים. זי שפילט מיטן מאן באלי, איין נאכט זאגט זי אים דו בוסט מעכטיג, און נאר דו קענסט זיין רבן של ישראל, א נאכט דערויף זאגט זי אים בוסט ווערט א רעטעך, נפול תיפול, אלל די וועי.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2011 17:01 לינק ישיר 
הקדוש מענדעלע פאררויכערט א ציגאר פאריאר פורים, זיצנדיג נעבן בראווער בראווער





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2011 16:35 לינק ישיר 

אומזיסט קודם פרעגסטו ווער איז דער ארויסגעבער און נאכדעם ווייסטו שוין אז ער שרייבט אין די בלאטע און ווער זיין שותף איז


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 17/03/2011 16:53:34




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2011 10:37 לינק ישיר 

טעות גדול לכאורה. דער היינטיגער רבי יונה האט אין יענע יארן נישט געהאט צופיל מיט סאטמאר, און ר' אהרן איז מסתמא געווען הויך אויף זיין ליסטע פון קאנדידאטן פון וועם צו טרייבן ליצי ליצנות.

דער ארויסגעבער פון פא"פ, איז היינט א שרייבער אין דער בלאט, און זיין שותף א שרייבער אין דער איד. = דער איד שרייבער מוז לשבחו יאמר אז ער טוט נישט היינט אין די זאכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2011 06:31 לינק ישיר 

עס קומט שוין נישט ארויס היינט, אבער דער דעמאלטסדיגער ארויסגעבער איז דער היינטיגער רבי יונה/גוטזאגער.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2011 01:38 לינק ישיר 

ווער איז דער ארויסגעבער פון פא"פ? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 19:10 לינק ישיר 

דער גוטער חבר פארן דזשיגאן עם הארץ, וואס האלט נאך אן זיין נאנטשאפט פון די צייטן וואס ער איז געזיצן א אפיס טיר ביי טיר מיטן דזשיגאן אין די ישיבה אין מאנרא ביים ארויסגעבן דעם "פנים אל פנים", האט אין אומגערישטע שריט אנגעהויבן פארשוינען די מענטשהייט רעכטס און לינקס, און פרובירט מיט אלע מיטלען איינצורעדן פאר ווער עס וויל אים גלייבן אז די סיבה צו דעם דזשיגאנער טיש וואס ווערט געפירט שושן פורים, אז אנשטאט אפאר בדחנים זאלן אויפטרעטן, גייט דער דזשיגאן עם הארץ זעלבסט אונטערהאלטן דעם ציבור מיט זיינע זאפטיגע וויצן און בליציגע רעיונות, איז בלויז צוליב דאס איידעלקייט און נעימת המידות פון ר' אהרן טייטלבוים... נישטא ווער ס'זאל לאכן.
 
ער פארציילט, אז פאר דעם דזשיגאן עם הארץ האט געפערליך געבאדערט אז מ'רייסט אראפ מענטשן, ראשי קהלה ואישי ציבור אויפן פורים טיש, דעריבער האט ער באשלאסן דאס צו ברענגן צו אן ענדע ALL THE WAY. איך מיין אז עס איז איבריג יעדעס ווארט, און דאס געלעכטער שטארט אליינס ארויס פון זיינע שורות, אז פלוצלינג האבן די צוויי גרעסטע בלוט זויפערס, ר' אהרן טייטלבוים ומשנהו בדומה לו דער ארויסגעבער פונעם פנים אל פנים, א מורא'דיגער פראבלעם מיט דעם אז עס גיסט זיך אידיש בלוט. מ'דארף נישט צו ווייט מישן היסטאריע צו זיך דערמאנען ווען דער דזשיגאן עם הארץ האט יעדן שני וחמישי אויפגעטרעטן מיט זיינע עקלהאפטיגע דרשות קעגן מענטשן, ראשי קהלה ואישי ציבור, און נישט נאר אויף זיי, נאר אויף רבנים גאונים צדיקים נ"ע, ולהבחל"ח אשר חיים אתנו היום. פלוצלינג האט ער 'רחמנות' אויף מענטשן, ער קען נישט דערהייבן קיין בלוט פארגיסונג. ער וויל דאס אפשטעלן פאר יעדן פרייז.
 
אביסל קען מען פארשטיין דעם דזשיגאן עם הארץ. ער האלט אז ס'נישטא קיין איין בדחן אדער קאמיקער וואס קען אזוי גוט אראפרייסן מענטשן און רבנים ווי ער אליינס, דעריבער געט ער קיינעם נישט איבער דעם כיבוד, ער וויל דאס פאר זיך, בבחינת אני אמלוך אני ולא אחר. נישטא קיין פורים רב, איך בין פורים רב...
 
און אט דאס הייסט משנה געווען, נישט משנה פון רבי'ן ז"ל און סאטמאר, ווייל מיט זיי האט ער סייווי גארנישט. ער איז משנה פון זיין אייגענעם מנהג און רוטין פון אראפרייסן מענטשן.

תוקן על ידי פישער_גאבע ב- 16/03/2011 19:19:26




תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 17/03/2011 16:51:43




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2011 07:20 לינק ישיר 
דזשיגאן ווערט בייז און שרייט אויפן קול ווען מ'נעמט אים אוועק די מייק נאכן רעדן ווי א עם הארץ




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2011 07:15 לינק ישיר 
דזשיגאן לאזט אים נישט נאכאמאל פראווען מיטן בלויע בעקיטשע




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2011 04:19 לינק ישיר 

איי איי נאר נישט דאס! מיר ווילן הנאה פון ר' מענדעלע אויך! פארוואס דארף דער דזשיגאן אריינקומען אהער? ער פארגינט אונז נישט קיין שמחת פורים?! מיר ווילן נאכאמאל זוכה זיין צו זיצן בצל הקודש פונעם קדוש ר' מענדעלע, עפעס מעג ער דאך געבן א געלענהייט פאר זיין חיים הערשעלע. ער דארף זיך אויך לערנען צי שפילן רבי.

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 17/03/2011 16:50:49




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2011 00:54 לינק ישיר 

ווער עס האט די קליפס ווי דער מאנהעטענער טאטע ר' מענדעלע פירט טיש אין וויליאמסבורג פאריאר פאר הונדערטער אידן, וואס דאס האט גורם געווען אז זיין דזשיגאן טאטע קומט צו לויפן שושן פורים קיין וויליאמסבורג ווייזן אז ער איז נאך אויך בין החיים, זאל דאס ביטע ארויפשטעלן.
 
דער עיקר איז די רעדע פונעם קליפ פון ר' מענדעלע וויינט מיט בכיות עצומות "אם מצאתי חן בעיניך המלך", אזש ס'קוקט אויס אקוראט ווי די ווידיאו פון אים וויינענדיג פאר די ג.... אין מאנהעטענער שוויץ "אם מצאתי חן בעיניך" תנתן לי וד"ל...

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 17/03/2011 16:50:18




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/3/2011 00:42 לינק ישיר 

אוי גייט מען זיי ווייזן די זאליס. מ'וועט אריינברענגן דזשיגאן פון מאנרא קיין וויליאמסבורג, ער וועט אונטערהאלטן דעם עולם סאך בעסער ווי צען בדחנים און ליצים, ער האט דאך פארט דעם פאך פון דזשיגאן, מ'מאכט דעם עולם לאכן אויף די מאקסימום, און וויינען אויף הגלה נא.
 
איינוועגס וועט מען זיכער מאכן אז דער יורש ר' מענדעלע, דער וואס ר' אהרן האט זיך אויפגעטון אין מאנרא אז מ'איז פטור געווארן פון די מאנהעטענע קינדער, און מיר דאנקן הקב"ה אז מיר זענען פטור געווארן פון דעם מאנהעטענער טאטע ר' מענדעלע וד"ל, זאל נישט פארציקן גאנץ וויליאמסבורג מיט איין ציגאר. אזוי ווי פאריאר האט דאך מענדעלע געפירט א ריזיגן טיש פורים נאכט, און די גריסן זענען צוריקגעקומען צו דזשיגאן אז ר' מענדעלע הייבט אן פירן גרויסע יקרבו טישן. דעריבער האט מען באשלאסן אז מ'וועט אריינקומען שושן פורים קיין וויליאמסבורג און ווייזן פאר די אקסן אז יפה כח האב מכח הבן, דער דזשיגאן טאטע קען בעסער די מלאכה.
 
אבער, דא קומט דער גרויסער און ווייטאגליכער אבער וואס די זאליס טראגן נישט דורך, דער טיש - פלעי גייט פארקומען אין א געדינגענעם לאט אין עק פון וויליאמסבורג, און דאס קרענקט די זאליס צום טויט. וועגן דעם טאקע שעלטן די אהרונים אזוי געפערליך אויף זייער פארום, ווייל זיי גיבן פשוט אויס דאס ווייטאג פון די זאליס...

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 17/03/2011 16:49:16




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/3/2011 18:57 לינק ישיר 

ספרינטער טייערע:
 
והעיקר חסר: דו האסט פארגעסן ארויסצוברענגן, צוליב די גרויסע בזיונות פון די אויסגעליידיגטע טישען אין ק"י פירט שוין נישט דער זשיגאן עם הארץ דעם שושן פורים צעראמאניע אין קרית יואל ווי ער איז דער אויסשליסליכע מרא דאתרא... נאר ער וועט פירען דעם טיש אין די המפואר שול'ען וואס האט די שטארקע מעלה אז עס איז ביים עק פון וומ"ס און כמעט ביים אנפאנג פון ב"פ, וואס א שאד די סאטמארע ראשי הקהלה נבג"מ משנים קדמוניות האבן פארזעהן די געוואלדיגע מעלה און אונז נעבעך איינגעזאלצען מיטן ביהמ"ד אויף ראדני אין צענטער פון וויליאמסבורג, חבל על דאבדין!
 
אבער איך האב זייער מורא אז זיינע פארברענטע חסידים גייען אים נאכאמאל איבערראשען אזוי ווי די חתונה פאריגע וואך, וואס טראץ דעם וואס מ'האט שוין נידריגער געמאכט די פארענטשעס און קלענער געמאכט די שמאלע 20 פיסיגע חלל, האט מען נאך אלס נישט אנגעפילט דעם ביהמ"ד המפואר, מיט אזאלעכע חסידים ווער דארף שונאים..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2011 18:36 לינק ישיר 

עס איז א פארגעניגן צו זען מיט וואספארא געטריישאפט דעם דזשיגאן עם הארץ דינט היידפארק, אנדערש פארשטיי איך נישט פארוואס ער ברענגט אריין קיין וויליאמסבורג דעם שושן פורים טיש, נאך וואס ער פירט שוין דעם טיש יארן לאנג אין קרית יואל. אבער כדי גוטזאגער/יונה זאל קענען מאכן פארמעסטן, איז מען גרייט צו מוותר זיין אויף די מעכטיגע אימפעריע וואס מ'פארמאגט אין קרית יואל, און מ'איז זיך מסתפק במועט אין עק פון וויליאמסבורג אויף א געדינגענעם שטח צו פראווען דעם גיגאנטישן טיש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > סאטמאר קעגן דזשיגאן עם הארץ: שושן פורים תשע"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext