בית פורומים כל העולם כולו

הוראת ביד"צ: בנינים מותר פאר בנות ירושלים. זאלי'ס ארויסגעשמיסן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/3/2011 20:58 לינק ישיר 
הוראת ביד"צ: בנינים מותר פאר בנות ירושלים. זאלי'ס ארויסגעשמיסן

ביד"צ העדה החרדית האט היינט געהאט א מושב בי"ד איבער די בנינים אין בית שמש, צי מ'מעג זיך בנוצן מיט די בנינים וואס די רעגירונג האט געגעבן.

די לישקע שטריקעס האבן געמאכט א "קול קורא", און האבן געפעלשט חתימות און האבן עס געשיקט פאר'ן ביד"צ, אז ס'איז א איסור חמור, און אז זייער "דעת תורא" זאגט אז מ'טאר נישט.

צי דעם האבן זיי צוגעשטעלט דעם מישמאשער און אנדערע ליצים.

ביד"צ האט ארויסגעשמיסן זייער לישקע שטותים, און גע'פסק'ט אז דער ווייל מעג בנות ירושלים זיך אריינציען אין די געביידעס.




די זאלי לישקע פארשטייט צו די שיטה הקדושה גענוי וויפיל דער ציוניסטישער שופט - ארויסגעשליידערט !

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2011 20:35 לינק ישיר 

תכלית.  אין ''בלאט'' איז די נייעס פון בית שמש  אויף זייט 5 מיט קידוש לבנה אותיות.

אין ''איד'' אויף זייט 27 , מיט זאלי'ס ביד''צ צעטל אומליינבאר און פיצל , אזוי אויך דער צעטל פון ירושלימער בד''ץ.

נו , ווער איז צעפרידן , און ווער איז חפו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2011 16:01 לינק ישיר 

א חידוש! ווען די לייצים פון לישכע געבן ארויס א גדריקט צעטל, ליגט כלל ישראל אויף דער ערד פאר געלעכטער,

זינט ד''ר געבעלס פערלשטיין האט פראקאלאמירט דעם פורים לישכע פארבאנד, חוה''מ פסח תשס''ה, האט זיך דער אזוי געריפענער ב''ד נאך קיינמאל נישט געמישט און קיין שום הלכה אדער א זאך וואס האט צו טאן מיט די הייליגע תורה וואס מיר האבן באקימען אויפן בארג סיני!!! פארקערט זיי שטייען ווייט פון די תורה כמטחוי קשת, זיי זענען זיך מוסר נפש צו גיין קעגן די הייליגע תורה,

אלע זייערע בריווען איז אדער א קעגן סאטמאר, אדער ראדיקאלע, ווילדע, אומפארשטענדליכע, האס, בריוו'ן, למשל דער בריוו וואס דער פארבאנד פארשפרייט,  ווען פילאפ'ס חבירים האבן זיך געקישט מיט אחמעדינעזשאד מלך פרס,

ח''ו זיי אנצוריפן ב''ד, וואס איז געווענדליך א פארקערפערשאפט, וואס אונפארסירט די תורה, נישט חלילה פארקערט, די נאמען וואס מען דארף ריפן די 4 לייצים, איז דער ''פורים לישכע פארבאנד''



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2011 12:12 לינק ישיר 

ווען די לישקע  זאל ווען זיין א בי"ד וואלט זייער בריוו געווען סתם חוצפה אין עזות צי שרייבן א קול קורא איבער א ענין וואס באלאנגט נישט צי זיי סאיז נישט דא אין אמעריקא אין בי"ד הגדול איז דן דערויף אין נישטאמאל האבן זיי גערעדט מיט בי"ד שבירושלים הערן וואס זיי זאגן

אביר אזוי ווי סאיז א פורים בי"ד וואס עקזעסטירט ניטאמאל אויף פאפיר זענען זיי סתם א באנדע ליצים (בלשון נקיה ציליעב תקנות הפורום) 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2011 00:34 לינק ישיר 

ברעכנדע נייעס!!!

אין א אומגלויבליכע דורכפאל פאר הג"ר נתן קופשיץ און די עדה החרדית, אפגערעדט פון די ארונים, האבן זיך די מתנחלים פון קרית יואל צוגעשטעלט צו די בג"ץ פון וומ"ס, און באזונדער אויך ארויסגעגעבן א בריוו.

וואס טוט מען?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/3/2011 20:13 לינק ישיר 

לרבים השואלים

די מעשה איז, אז די געזעץ אין א"י איז, אז יעדע דיוועלעפמענט פון דירות מיז צושטעלען שטח ציבור, וואס דאס גייט פאר פארקס, מוסדות וכו', ביז די לעצטע יאר האט מען געקענט אפקויפען די שטח פון די ערי' - פארשטייט זיך פאר קליין געלט ממש פאר 2-3 פארצענט פון די עכטע ווערט -, עס איז געגאנגען אז טאמער די ערי' דארף נישט די לאט איז עס געגאנגען פאר די מדינה, און ביי די מדינה האט מען ערלעדיגט אז פאר די מוסדות על טהרת הקודש האט מען אפגעקויפט די לאטס פון די מדינה.

אבער דאס האט זיך גענדיגט, די מעיאר פון בית שמש זאגט אז ער האט גענוג פארלאנגען פאר שטחים, און וויל עס נישט געבן מער פאר די מדינה און אזוי מאכן דעם דריידל, נאר ווער עס וויל קען עס באקומען פון די ערי', און ווער נישט וועט קיין מוסדת נישט האבן.

נאך אזאך, די געזעץ ערלויבט נישט צו בויען קיין מוסדות אין בתי מדרשים אויף סתם לאטס, מען מעג בויען נאר אויף די שטח הציבור, דאס מיינט סך הכל אז טאמער די מוסדות על טהרת הקודש נעמען נישט קיין לאטס, קענען זיי קיין מוסדות נישט האבן אויף קיין שום וועג.

די עסקנים למען חינוך על טהרת הקודש זענען געזיצען מיט רבנים ובראשם הגאון רבי נתן קופשיץ שליט"א און רבי יושע ראזענבערגער שליט"א און באשלאסען אז לעת עתה איז נישט דא וואס צו טאן, און מען וועט מאכן א שווייג דערפון ווייל עס איז נישט דא קיין אנדערע ברירה, ובפרט ווייל עס איז קיינמאל נישט געווען קיין עכטע לעזונג צו די פראבלעם נאר עס איז געווען אזא מכירת חמץ... פון די אנדערע זייט וועט מען פרובירען צו טאן וואס מען קען אז מען זאל צוריק שטעלען די זאך אז מען זאל קענען אפקויפען.

זענען געקומען די שלעכטע רשעים די סיקריקים און די צרי עין, און אנגעהויבען צו פארפירען און איבער דרייען די שטאט געוואלד..., רבי יושע ראזענבערג האט צוליב פרעשור געזאגט ידי מסולקת, איך האב מורא פאר מיין לעבן האט ער געזאגט פאר די עסקנים, אבער רבי נתן האט זיך יא געהאלטן און געזאגט אז עס איז נישט דא וואס צו טאן, און די רשעים מיינען נאר רשעות אז עס וועט נישט קיין מוסדת זיין וועלען די רשעים נאר הנאה האבן דערפון, פאשקאווילען האבן אנגעהויבען צו פליען קעגן רבי נתן, און די געמיינע טעראר האט זיך אנגעהויבען.

אזוי האט זיך געדרייט די זאך, ביז בי"ד האט באשלאסן צו ברענגן די זאך צו א מושב בי"ד, די זאליס מיט די רשעים באנאזאם וואס חלש'ן נאך אביסעל אידיש בלוט, האבן אנגעדרייט מיט גוטן און בייזן, ווי אויך האבן זיי געמאכט א בריוו פון די באוויסטע פאשקאווילען שרייבערס זייער לישקע סיין בי"ד - די וואס האבן מתיר געווען צו גיין אינעם טמא'נעם בג"ץ - דער עיקר כדרכם פון זייער סיין בי"ד, קיינער האט זיי נישט אנגעפרעגט, און קיינער איז נישט נייגעריג און זייער מיינונג, זיי שרייבן בריוון אבי מען זאל זעהן זייער לעדער העד, אז זיי זענען בדי"ץ סאטמאר, דער עיקר איז די לעדער העד און די חתימות וואס שטייט און דערמיט איז בכלל נישט נוגע... ווי אויך א בריוו פונעם גרויסען קנאי דער פוסק הדור החכם משארמאש, און דער עיקר וואס די זאליס האבן פארפירט אז בי"ד זאל נישט שטעלן רבי נתן קופשיץ שליט"א אלס דער פוסק איבער דעם ענין.

ווי די פאשקאוויליען שרייבערס שרייבן דארט, אז מען טאר נישט נעמען די שטחים, און ווער עס האט גענומען טאר גארנישט טאן דארט, נישט אריין מופן, נישט בויען, נישט לערנען דארט וכו'.

בי"ד האט זיך צוזאם געזעצט און באשלאסען אז לעת עתה איז נישט דא וואס צו טאן, ממילא קען מען ווייטער בויען און לערנען דארט, נאר מען זאל פרובירען ווייטער בכל הכוח אז מען זאל עס קענען אפשטעלען, און טאמער מען וועט נישט קענען וועט מען טאן כהוראת הבדי"צ, וואס דאס מיינט נאך א מושב בי"ד, בי"ד האט זיך אויסגעלאכט פון די פאשקאווילען שרייבערס פון די לישקע סיין בג"ץ אינעם שארמאשער, בי"ד האט עס נישטאמאהל פאר געליינט, ווי רבי משה שטערנבוך האט זיך אנגערופען ווען די משוגעים האבן געברענגט די בריוון פון זייער לישקע בי"ד, קיינער האט זיי נישט געפרעגט, זיי פארשטייען נישטמאהל פון וואס מען רעדט, און פאשקאווילען שרייבערס האבן מיר גענוג אין א"י, און מען דארף נישט פארליינען דא אמעריקאנע פאשקאווילען.

די גרעסטע פליק וואס וואס די זאליס האבן געכאפט ווען בי"ד האט געשטעלט רבי נתן קופשיץ שליט"א אלס דער פוסק איבער דעם ענין.

נאך א נקודה אונזער דזשיגאן ר' זלמן לייב האט אויך אונטער געשריבען די בריוו פונעם לישקע, דער עיקר מען זעהט זייט נאמען, און ער לעבט אויף דער וועלט, די לשון הקודש העכערן בריוון קען ער נישטמאהל אויסליינען...

נאר רבי זעליג ראובן קאצינעלענבויגן פון תורה ויראה, איז אריין צו אים דא אין ניו יארק, און אים מסביר געווען אז ער גייט סתם מיטן קאפ אין די וואנט, ווייל עס איז נישט דא וואס צו טאן, און ער דארף נישט אלס ווי א בהמה אונטער שרייבן יעדע זאך וואס יוסף90 און די סיקריקים משוגעים ווילן, האט רז"ל געמאכט א פשרה אז פארן בי"ד זאל מען שיקן מיט זיין חתימה, אבער אויף די גאס זאל מען לייגן דעם צעטיל אן זיין חתימה...

א בייפאל פון א ליידיגייער, ממש חכמת יוסעלע גולם...


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 16/03/2011 20:22:07




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2011 01:57 לינק ישיר 

אנטשולדיגט פייוו בארא, אבער יעדער יונגל אין א"י ווייסט אז דער וואס האט געפירט די גאנצע מערכה קעגן דעם מוסד בנות ירושלים, און איז אויך היינט געווען אין לשכת בד"צ העדה, איז א ראציגער יונגערמאנטשיקל אן אהרוני...
און טאמער עס וועט אויספעלן וועל איך שרייבן אויך דעם נאמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2011 00:24 לינק ישיר 

אצינד, ווען די חברה זענען פארטיג מיט די מערכה קעגן בנות ירושלים, מיט די דורכגעפאלענע ענדע, איז ערווארטעט מארגן פרישע פראטעסטן אויף חילולי קברים.

די פלאץ וואו מען גייט באשטימען אויף חילולי קברים איז נאכנישט באשטימט, אבער עס איז מעגליך אז מען וועט נאכאמאל גיין קיין יהוד, (וואו די ארבעט איז שוין ב"ה פארטיג געווארן, אן צוצורירן קיין שום קבר ב"ה), און מען וועט שרייען אויף די פיר ווענט, און זיך אויסגעבן דאס כעס אויפן גרויסן געלט שאדן פון אתרא קדישא, מיטן גרינדונג פון א נייע ועד אויף קברים, און אזוי אויך אויף די ביטערע בזיונות פון אתרא קדישא, נאכן פירסום וואו זיי גראבן קברים פאר באצאלט רח"ל, און אויף די ביטערע מצב פון אתרא קדישא בכלליות, ווען רוב גדולי ישראל שטייען שוין היינט ווייט פון זיי.

הכונו לימים שמחים...

(די איין זאך וועט זיי אבער נישט בייפאלן, צו פרובירן ארויסהעלפן בנות ירושלים מיט געלט, אז אין פאל זיי וועלן קענען אפקויפן דעם שטח זאלן זיי האבן די געלט דערצו. דאס נישט. נאר שטויסן און שטויסן וועם מען קען! העלפן א מוסד עטה"ק? דאס לאזט מען פאר די שקצים די ארונים).

תוקן על ידי FiveBoro ב- 16/03/2011 00:27:55




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/3/2011 23:33 לינק ישיר 

דער פסק דין איז א געלונגענער פראסק פאר די סיקריקים, די מחללי שם שמים, די טעראריסטן וועלכע פרובירן צו פירן כלל ישראל (אין תהום אריין), וואס אויב וואלט רביה"ק זי"ע געלעבט היינט וואלט ער זיי אויסגעראטן בכל תוקף, בלי ספק.

ס'איז שווער צו שרייבן אלעס, אבער ליידער ווייס איך צופיל.

איך בין געווען כמעט זיכער אז די פראפוילטע ירושלימער טעראריסטן גייען ארויסגיין די זיגער, אין א צייט ווען אלע רבנים ציטערן צו זאגן א הויעך ווארט קעגן די עשקני"ם, נישט וועלנדיג ווערן א ציהל פון די טעראריסטן, און ווי-נישט-ווי איז גרינגער צו זאגן א ניין ווי א יא, האט עס אויסגעזעהן אז די פסק וועט זיין אז מען טאר נישט ארויפגיין אויף די קרקע וואס די שטאט-ראט גיט אפילו אויף צייטוויליג, טראץ וואס ס'איז דערווייל נישט פארהאן קיין שום בעסערע אפציע, און בנות ירושלים פרובירט אויסצוארבעטן זיי זאלן עס קענען אפקויפן, אבער די טעראריסטן טעראריזירן זיי אומאויפהערליך אויף א שרעקליכן פארנעם, און עס האט אויסגעזעהן אז בנות ירושלים וועט מוזן זיצן אין די צובראכענע טרעילארס פארקוועטשט, ווייל אפאר משועממים האבן באשלאסן צו ווייזן פאר הג"ר נתן קופשיץ שליט"א אז זיי פארשטייען בעסער קנאות ווי ער.

[די חברה זענען די זעלבע אידן וועלכע שלעפן אראפ שייטלעך פון פרויען אין די גאס, ועוד ועוד. (גאנץ ענליך צו זייערע קאזינס - די עירוב-שלעגער אין וומ"ס)].

ס'איז אינטערסאנט צו וויסן צו די שטוב מענטשן פונעם גאב"ד לאזן אים אריין אין שטוב היינט נאכט, און צו דער גאב"ד וועט נישט ווערן אויפגעזאגט פון זיין נשיאות אין אתרא קדישא (די חילול קברים ארגאניזאציע).

תוקן על ידי FiveBoro ב- 15/03/2011 23:58:56




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/3/2011 23:03 לינק ישיר 

דער בריוו פונעם ביד"צ

זיי לאזן אריינגיין דארט אין די בנינים "דערווייל", און מ'זאל זוכן עס צו קויפן.

די סיקיריקים און די לישקע אמעראצים זענען חפוי.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2011 22:41 לינק ישיר 

דער טיפוש יוסל90 און זיינע סיקריקים זענען צישאסן פאר עטליכע סיבות:

1) דאס בית דין האט קלאר געשריבן אז מ'קען דארט בלייבן ווי לאנג מ'וועט פרובירן צו קויפן.
דאס מיינט אז מארגן וועט בנות ירושלים פארבלייבן אינעם בנין. פארקערט ווי די זאלי לישקע האט געוואלט.

2) דער גאב"ד האט אויסגעדרוקט אויפברויז אויף די לצים פון ברוקלין, היתכן זיי האבן זיך אריינגעמישט.

3) דאס בית דין האט זיך דערוואוסט אז זייער קול קורא האט געפעלשט אונטערשריפטן. און דאס בית דין האט ארויסגעשליידערט זייער קול קורא, פונעם גראב"ד פרידמאן ביז מישמאשער.

ארויסגעשלידיערט !

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הוראת ביד"צ: בנינים מותר פאר בנות ירושלים. זאלי'ס ארויסגעשמיסן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext