ווי באקאנט האבען די זאליס נעכטן געליטן א שטארקע נידערלאגע ווען זייערע שיק יונגלעך אין טערארירסטן האבען פראבירט צו באגראבען די מיידל שולע בנות ירושלים אין בית שמש, פאר זייער ענגע אינטערעסן אין איינוועגס דערלאנגען א פראסק פאר הגאון הגדול ר' נתן קופטשיץ שליט''א
כדי צו קאנוויסן די ביד''ץ האבען זיי צווישען אנדערע געשיקט פאלטשע בריווען פין זייער פורים רבנים אפי' פונעם שארמאשער פין וועם די גאנצע וועלט ציטערט שוין פין זיינע/זייערע פורים פסקים אין האבען אויך ציגעלייגט חתימות פין עטליכע ערליכע רבנים אן קיין שום רשות, זייענדיג זיכער אז מיט דעם וועלן זיי קענען אויספירן זייערע בייזוויליגע פלענער אין ניצן דאס קנאות פאר רשעות - ביי זיי איז דאך די קנאות א מיטל נישט קיין ציהל זיי האבען נישט גענומן שום חשבון וואס דא וועט זיך אויסלאזען, זיי האבען געהאלטן אז ביז די רבנים אין אמעריקא וועלן געוואר ווערן אז מ'האט געניצט זייער חתימה צו טערארזירן א מוסד וועט שוין די עדה האבען פארשפארט די בית חינוך
למעשה איז הגאון ר' ישראל דוד געוואר געווארען דערפון אין צייט אין אינמיטן די גרויסע מיטינג ביים ביד''ץ איז אנגעקומען די בריוו פין ר' ישראל דוד שליט''א אין פין די אנדערע רבנים בע''פ אין די סוף ווייסן מיר אלע וואס דארט איז געבליבן
כ'האף צו באקומען די בריוו ווי פריער
תוקן על ידי rebyankel ב- 16/03/2011 17:44:24
נשלח ב-18/3/2011 20:25
הרב הארפענעס איז פיל קלוגער ווי זיך מישן און חתמ'נען איידער דער בי''ד אין ירושלים האט געלאזט הערן א מיינונג און דעת תורה איבער אזא האקעלער ענין.
העכסטענס וואלט ער זיך מצרף געווען צו זייער הוראה. אבער איידער א מושב בית דין , צו חתמ'ענען און לייגען דרוק אויפ'ן בית דין אין ירושלים , גלויבט זיך שווער אז הרב הארפענעס זאל טוהן אזא טיפשות.
נשלח ב-17/3/2011 03:03
דערווייל האט יוסעלע נאך אלס נישט געברענגט די גענוי דעטאלען פון זיין אנדעקונג, מיט די פעלטשונגען, פארוואס נעמט עס אזוי לאנג ? ער האט דאך צוגעזאגט צו ברענגן פונקטלוכע דעטאלן...... נעמט שוין צו לאנג...
נשלח ב-16/3/2011 22:57
די ספינעריי הייבט זיך אן
1) ער ניצט א אנדערע לעטערהעד ''די לעצטע 4 יאר'' ווייז אים אויף אז נישט, אין אויב יא פארוואס האט פעלטשער לשיטתם נישט געקענט נעמען די נייע לעטערהעד??? נאר ער ווייסט גאנץ גיט אז קיינער גייט נישט דא זיצן אין מלקט זיין לעטערהעדס אין פאר זיי איז דאס געוואלדיגע נחמה
2)וויאזוי קען זיין אז ער האט 'נישט' ג'חתמ'ט אז ער איז דאך געווען ביים מושב בי''ד דא דארף מען שוין לאכען...... יעדער ווייסט אז חוץ די דוכגעפאלענע מיטינג פין ''אלו שהששתפו'' האט נאך דער פורים סיין בי''ד נישט געהאט קיין מושב בי''ד נישט קיין די''ת, די גאנצע בי''ד איז נישט מער ווי א שטיק בלאף אין פאליטיק זיי האבען צאמגענועמן זייערע 4 דיינים אין מוצי''ם אין געמאכט א לעטערהעד ''בית דין צדק'' א זאך וואס אפי' קרעטשניף קען טוהן גרינגערהייט, דארט ווי די סיין הענגט ווייסן נישט רוב פין די א''ג חברי הבי''ד וויאזוי דארט קוקט אויס.... אדרבה זאלען זיי ברענגן די מינדעסטע הוכחה אדער בילד פין א ישיבה בי''ד... די גאנצע בי''ד קוקט אויס ווי די א''ג ביד'ץ היריאם וואס בני יואל האט געגרינדעט פין זייערע 3 דיינים.... וואס דינט בלויז פאליטיק אין פאשקעווילן מיט מחלוקות, צו קענען מאכען מוסרים מיט צדיקים וכו' אין דרייען מיט די תוה''ק ווי די משכילים בזמנם ווי די עבר האט געוויזן נאר וואס דען זיי האבען נישט געגלייבט אז ר' ישראל דוד וועט זיך וואגען מאכען א הכחשה
פאר די זעלבע סיבה פארוואס ר' ישראל דוד וועט זיך נישט אנ'חזר'ן מיט די חזר'יי פין די סיקרוקים האבען זיי געהאלטן אז ער וועט נישט מאכען קיין הכחשה, נאר ווי ביז היינט אין אזעלכע פעלער ליידן אין שווייגען אבער ווי אין שאק זענען זיי געכאפט געווארען ווען ביים ישיבת בי''ד איז די בריוו געליבן אויפן טיש (א שאד דער חכם יצחק ווייס איז נישט דארט געווען ער וואלט גלייך מסביר געווען אז ס'פאלטש) וואס האט זיך צום סוף געפירט אז בי''ד האט בכלל נישט אנגענומען זייערע פרעות'דיגע קנאות אין האט גערעכט געגבן פאר די בית חינוך אין פאר הגאון ר' נתן שליט''א ווי שוין אויסגשמעיסט אין א צווייטע אשכול
זעלבסטפארשטענדליך אז איך גיי נישט זיצן אין אפפרעגן יעדע ספין וואס וועט זיך יעצט מן הסתם גיסן אפצווישן די פרישע דורכפעלער די עבר האט שוין וויפיל מאל געוויזן אז זיי האבען נישט קיין פראבלעם מיט שקר דעבודי לגלי'
נשלח ב-16/3/2011 22:25
איך האלט אז ביד"צ זאל מאכן נאך זיצונג איבער דעם ענין.
די ריווח דערפון איז זייער גרויס. די לישקע ליידאקעס וועלן אריינכאפן נאך א קול קורא'לע...
_________________
נשלח ב-16/3/2011 22:05
אין בחדרי איז דא א ענליכע בקשה לגבי די הכחשה וואס האט זיי אזוי צובלאזען אבער נישט פין סוג נאר פין יוסף90... ער בעט מ'זאל ווארטן ביז ער וועט מאכען די פינקטליכע מעשה
נשלח ב-16/3/2011 21:34
די זאליס וועלכע זענען זייער פארלוירן פין זייער נעכטיגע דורכפאל קומט די פרישע הכחשה פין הגאון ר' ישראל דוד ווי זאלץ אויף אפענע וואנדען דער באקאנטער ניק ''סוג'' פין זייער פארום וואס האט שוין בטעות מודיע געווען ווער ער איז....... (וואס פארענטפרט זיין כעס..) האט געפענט א אשכול בלויז איבער דעם הכחשה ווי ער בעט זיך ביי זיינע קעלבער מ'זאל אים גלייבן אז די בריוו איז פאלטש אפי' עס האט די לעטערהעד אין חתימה פין הגאון ר' ישראל דוד זאל מען דאך ענדערש גלייבן זיין געטייפטע בריוו, (ווייל ער גייט באלד אנדעקן אז דאס איז געמאכט דורך דעם וועלטס שווינדלער וואס האבען שוין באוויזן צו באשווינדעלן די זאליס אין די מאסען אין וואשען זייערע מוחות וכו' (איינער האט די טעיפ?))
ער טענה'ט אז ער האט נישט געהאט קיין צייט גלייך צו באקען א מציאות מיט אמת'ע ספין'ס אן ער בעט מ'זאל דערווייל זיך אפהאלטן פין לאזען שווענקן די מוחות ביז ער וועט ענדיגן זיין פאבריקאציע
האלט אייך געשפאנט
ווער עס קען הגאון ר' ישראל דוד האט נישט געהאט קיין הו''א אז ער האט אינטערגעשריבן די זאלי בריוו, סיי ציליב דעם אינהאלטן, סיי ציליב דעם ציהל
נשלח ב-16/3/2011 21:13
ביסט עפעס מחדש?
_________________
נשלח ב-16/3/2011 19:49
rebyankel כתב:
די נוסח פין די הכחשה וואס האט ווידער אויפגעדעקט די שקר פין די סיקרוקים
בדבר הישיבת ביד''ץ שיתקיים היום אודות חינוך הטהור בבתי חינוך בבית שמש יצ''ו, הננו בזה לגלות דעתי שהקו''ק שנשלח בחתמתי, מזיוף הוא, ולא חתמתי לקו''ק זה
נשלח ב-16/3/2011 19:28
די נוסח פין די הכחשה וואס האט ווידער אויפגעדעקט די שקר פין די סיקרוקים
בדבר הישיבת ביד''ץ שיתקיים היום אודות חינוך הטהור בבתי חינוך בבית שמש יצ''ו, הננו בזה לגלות דעתי שהקו''ק שנשלח בחתמתי, מזיוף הוא, ולא חתמתי לקו''ק זה
נשלח ב-16/3/2011 18:51
די פסק פין ביד''ץ לטובת די בית חינוך
נשלח ב-16/3/2011 17:53
די הכחשה בכתב פין הגאון אב''ד ישראל והזמנים שליט''א