יאיא סענאטער, גוט דו האסט מיר דערמאנט, אונז געדענק מיר נאך די מחזה נהדר אינעם היכל הביהמ"ד וואס איז געוועהן פול געפאקט ריין פון די מכלומרשטע פאלטשע חסידים וואס האבן געצאפט דאס בליט פון אונזער הייליגן רבין און צושטערט די לעכטיגע טישען און געהויבענע תפלות אין בית המדרש, און ליידער מבזה געווען דעם נאמען פון סאטמאר באופן נורא, און נאך בחיים חיותו פון מרן הברך משה זי"ע געעפענט זייער בית המדרש אויף הופער סט. ווי זיי האבן געדאווענט און געפראוועט צעראמאניעס אין שפיץ פון זייער מנהיג דער בן הגדול ובן סורר ומורה דער געוועזענער מרן הגאב"ד ור"מ קרית יואל והגלילות וואס האט אים בלויז אינטערעסירט זיין טאטנעס כבוד נאר ווען ער האט געדארפט זיין טאטענס הילף פארן עקזיסטענץ פון זיין רבנות פאסטן אין ק"י, ב"ה דער היכל הביהמ"ד ביים מגילה ליינען פורים תשס"ו לפ"ק איז געווען איבערגעפילט מיט די אמת'ע חסידים פונעם רבי'ן זצוק"ל וואס האבן זיך געהאלטן געטריי ביזן לעצטן טאג פון לעבן, ברוך הוא אלוקינו... ...והבדיל לנו מן התועים!
|
|