פארעלאל שטריכן: דזשיגאן עם הארץ - מואמער קאדאפי..
טענט, באקסערס און שחיטה
מואמער קאדאפי האט אנגענומען א גלענצעדע סטראטעגיע צו באקעמפן די יחידים וואס ווילן אים שטירצן פון מאכט.
ווי באוואוסט איז ער א יושב אהל, ער זיצט ווי א גיבור אין א טענט; ער האלט באמבאסטישע רעדעס אז ער איז דער שטערקסטער, גרעסטער אין די וועלט, און איבעראל איז ער און נאר ער; עס זשומען פראטעסטן אין די גאסן וואו אימער ער געפינט זיך; זיצנדיג אין טענט שיקט ער ארויס זיינע שיק יונגלעך, אינאיינעם מיט שכירי חרב, באוואוסט אלס 'באקסערס' אין אמעריקע, אנצוגרייפן די ריזיגע גרופע פון איינצעלנע מחוצפים; און אויב איז דאס נישט גענוג, שטעלט ער אויך אהער א מאסיווע שחיטה; בילדער דערפון זעט מען איבעראל, אבער עס איז הערמעטיש אפגעשלאסן פאר אומגעמאלדענע באזוכער.
קלינגט גאנץ היימיש... נו, פארט ער נישט אין קיין גוטן ריכטונג?!
_________________
|
|