בית פורומים כל העולם כולו

בית מדרשינו אין אנטווערפען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/3/2011 15:48 לינק ישיר 
בית מדרשינו אין אנטווערפען


העפטיגע בוי ארבייט ביים נייעם צייטווייליגן

ביהמ"ד דקהלתינו אין אנטווערפן

וועלכע וועט זיך בעזהשי"ת עפענען דעם קומענדיגן וואך הבעל"ט

 

 

 

♦♦♦

אנטווערפן





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2011 17:39 לינק ישיר 


אנטווערפן

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2011 19:20 לינק ישיר 


מעמד קביעות מזוזות ומסיבת לחיים בבית מדרשינו החדש אין אנטווערפן

נעכטן - דאנערשטאג העעל"ט

 

הרה"ג ר' בעריש קאהן שליט"א ראה"כ ביים קובע זיין א מזוזה

 

הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א טרעהט אויף לכבוד'ן מעמד

 

דער מרא דאתרא שליט"א וואונטשט אהן פאר העסקן נמרץ מוה"ר שמחה גליקמאן הי"ו

 

הרה"ג ר' יעקב שרייבער שליט"א מגי"ש בקהלתינו הק' טרעהט אויף

 

ביים מעמד

 

♦♦♦



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2011 17:46 לינק ישיר 


פתיחת שערי בית מדרשינו אין אנטווערפן

א גרויס התרגשות הערשט אין די טעג ביי אנשי שלומינו אין אנטווערפען לרגל דעם שב"ק פ' שמיני-פרה ווען מען וועט בעזרת השם אין א גוטע שעה עפענען די שערי בית מדרשינו דקהל יטב לב ד'סאטמאר ווי אנשי שלומינו וועלן דאווענען אינאיינעם בשבת אחים גם יחד יעדע וואך די תפלות שבת קודש, און אזוי אויך אין די ימים טובים.

אין די טעג זענען די עושי המלאה פארנומען אינעם היכל הבית המדרש, וועלכע איז גאר שיין און רייך אהערגעשטעלט געווארן ווי עס פאסט זיך, און זיי זענען מסדר אלע דעטאלן לפאר בית אלקינו.

 

דעם דאנערשטאג נאכט וועט פארקומען א פייערליכע מעמד "פתיחת שערים" און "קביעת מזוזות" אינעם היכל הבית המדרש, ווי מען וועט קובע זיין די מזוזות אויפן בנין הבית המדרש, און עטליכע בעלי דרשנים וועלן אויפטרעטן.

 

אינמיטן דעם מעמד וועלן אנשי שלומינו עקסטער האבן די זכי' צו הערן דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א דורך א טעלעפאנישן הוק-אפ ספעציעל לכבוד די מאורע.

פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען בנוגע די זמנים פון שב"ק.


אנטווערפן

 

♦♦♦

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2011 17:41 לינק ישיר 


מען פארענדיגט דעם נייעם צייטווייליגן ביהמ"ד דקהלתינו אין אנטווערפן

 

 

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2011 19:31 לינק ישיר 

אויסברייטערונג אין קהלתינו הק' אין אנטווערפן

ווי שוין באריכטעט די וואך, האט הנהלת קהלתינו הק' אין אנטווערפען יצ"ו מחליט געווען אז ביז די פארצווייגטע בוי-ארבייט ביי די בנינים אדירים דקהלתינו הק' אין אנטווערפען וועלן פארענדיגט ווערן, וועלן אי"ה אנ"ש דאווענען אינאיינעם די תפלות שבת ויו"ט אינעם ספעציעל רענארווירטן גרעסערן שטוב אינעם גרויסן בנין, (וואס וועט אי"ה עווענטועל דינען אלס די צוויי שטיבלעך פאר די תפלות לימות החול).


אין די טעג גייט אן די בוי ארבייט מיטן פולסטן טעמפא, ווען הנהלת קהלתינו הק' לייגן אריין געוואלדיגע כוחות אז עס זאל ארויסקומען א דבר נאה ומתוקן, ווי עס פאסט זיך פאר א "סאטמארע בית המדרש", גלייכצייטיג איז אויך געעפענט געווארן א לאך אין די דאך צורישנדיג א שיינע ווייבער-שוהל פאר די נשים.


דעם דינסטאג נאכט איז פארגעקומען א "גענעראל פארזאמלונג" אין זאל פון בית יעקב, בהשתתפות פון א גאר שיינער ציבור אנשי שלומינו וידידינו. צום ערשט האט גערעדט הרה"ח ר' ליפא בערקאוויטש הי"ו ראה"ק דקהלתינו וועלכער האט באגריסט דעם ציבור, און האט מכבד געווען העסקן הדגול מוה"ר ישראל יצחק היימאנן הי"ו ער זאל איבערגעבן דעם "דבר הקהלה".


ר' ישראל יצחק הי"ו האט ארויסגעברענגט אייניגע וויכטיגע פונקטן וואס זענען נוגע אין אזא ערנסטן זמן, און איבערגעגעבן אז כ"ק מרן רבינו שליט"א האט א געוואלדיגע קורת רוח פון דעם אז במשך די תפלות שבת ויו"ט וועלן אנ"ש דאווענען אין א ברודער'ליכע אטמאספערע כראוי וכיאות.


לויט'ן פלאן וועט מען אי"ה תיכף נאך פורים פארדינגען די זיץ-פלעצער בהיכל בית מדרשינו, און קומענדיגן דאנערשטאג נאכט פ' שמיני-פרה וועט פארקומען די "פתיחת שערים" אינאיינעם מיטן "מעמד קביעת מזוזות", ווי דערביי וועט מען אויך האבן די זכי' צו הערן דברי ברכה ודב"ק פונעם רבי'ן שליט"א, און אי"ה אויף שב"ק וועלן פארקומען אלע תפלות בהיכל הביהמ"ד.


-מחיל אל חיל-




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2011 19:26 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2011 19:25 לינק ישיר 

פתיחת שערי בית מדרשינו המפואר אין אנטווערפן יצ"ו 

מיט גרויס פרייד האבן אנ"ש איבער די גארער וועלט בכלל און אנ"ש תושבי אנטווערפען בפרט אויפגענומען די בשורה טובה ומרנינה, אז אי"ה אויף דעם קומענדיגן שב"ק פ' שמיני-פרה וועט געעפענט ווערן שערי בית מדרשינו המפואר דחסידי סאטמאר אין אנטווערפען יצ"ו.

 

נאך די גרויסע פארלאנג פון חברי קהלתינו הק' צו האבן אן אייגענעם מקום תפילה - כאטשיק אויף די תפלות שבת ויום טוב - נישט קענענדיג אויסווארטן ביז ווילאנג די בוי-ארבייט אויף די מקוה טהרה און היכל ביהמ"ד הגדול וועט פארענדיגט ווערן בשעטומ"צ אין א גוטע שעה, האט די הנהלת הקהלה מחליט געווען נאכצוקומען דעם פארלאנג פונעם ציבור, און ווי געמאלדן וועט דעם קומענדיגן שב"ק פ' שמיני-פרה געעפענט ווערן די שערי הביהמ"ד ברוב פאר והדר.

 

אין די טעג גייט אן די העפטיגע בוי ארבייט די רענאווירן דעם גרויסן היכל הביהמ"ד, און די עושי המלאכה טוהן די ארבייט מן הבוקר ועד הערב.

 

מארגן דינסטאג נאכט וועט פארקומען א "גענעראל פארזאמלונג" ווי עס וועלן אויפטרעטן ראשי קהלתינו הק', און ארומרעדן איבער ענינים וואס זענען נוגע אין דעם זמן.

 

-בונים היכל לה' אלקי ישראל-




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בית מדרשינו אין אנטווערפען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext