בית פורומים אידישע געדאנק

אהרונים ירושלים: אפגעהאקט פארן דיין דעם מייקרעפאן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/3/2011 19:36 לינק ישיר 
אהרונים ירושלים: אפגעהאקט פארן דיין דעם מייקרעפאן

נאך א לענגערע סכסוך וועלכע עס גייט פאר אין די לעצטע האלבע יאר צווישן דעם דיין פון די אהרונים אין ירושלים הרה"ג ר' משה טייטעלבוים, מיט זיינע אויבערהארן ר' שמואל זאנוויל פויגעל, און ר' ישראל מרדכי פעלבערבאום, וועלכע זענען צושלאגן מיט עם אויף מעסער'ס אין געבן עם מער נישט קיין חודש'ליכע וועידזשע'ס, (עד כדי כך אז ביים עלעגאנטן דינער וואס די אהרונים האבן געמאכט מיט צווי מאנטן צוריק אין ירושלים פאר זייער כולל למצויינים ווי מאיר הירש איז געווען דער אורח הכבוד, האט זיך אנגעזעהן די אפוועזענדהייט פונעם דיין וועלכער איז אנטלאפן א וואך בעפאר קיין לאנדאן), נאך די לענגערע סכסוך, וואס די גאנצע אהרנ'ישע געמיינדע אין ירושלים האלךט מיט טעגליך, הבאט עס געקראכט אפיציעל דעם פורים פארנאכט, ביים צוזאמענקום פון דעם ציבור אין ביהמ"ד "ברך משה" אויף רח' יונה, ווען מ'האט אויסגעלאשן דעם מייקרעפאן פאר'ן דיין אינמיטן זאגן די תורה.

די מתנגדים פון דיין זאגן אז ער האט זיך צורעדט אינמיטן דרשה קעגן דעם רבי'ן, און האט פארגעווארפן די טענות אז ער גוט עם נישט גענוג חיזוק צו אויסשטיין די אינערליכע רדיפות.


אינמיטן דרשה האט ער זיך צושריגן אויפ'ן רבי'ן כהאי לישנא: "ער הייסט מיר טאן דאס, ער הייסט מיר טאן יענץ, ער האט שוין געענדיגט מתיר זיין די קאטשקעס?"

נאכן אויסלעשאן דעם מייק, האט דער דיין אויפגעהערט רעדן, זאגענדיג אז איר ווילט נישט וועל איך נישט רעדן.


תוקן על ידי yuchw ב- 23/03/2011 19:36:56




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2011 15:39 לינק ישיר 

דאס האט ער געזאגט פאר די שלעק וואס ער האט געכאפט פון שמואל זאנוויל? אדער דערנאך....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2011 04:38 לינק ישיר 

וואס א טאג עס גייט אריבער קומט ארויס די אמת'ע ווערטער וואס דער דיין פון די אהרונים האט זיך צורעדט מוצאי פורים אנגעטרונקענערהייט, וועלכע עס האט געברענגט פאר די אהרונים א צונאמי פון בושות און חרפות, און זיי ווייסן זיך נישט ווי א אהין צוטראגן זייערע געשטאלטן.


דער דיין זייערער האט גערעדט איבער איינס און א האלב שטונדן, ווען יעדע צען מינוט איז א צווייטער ארויסגעגאנגען פונעם ביהמ"ד, און ער איז געבליבן קאם מיט א מנין ביים בענטשן.

קודם האט גערעדט אויף ישראל מרדכי פעלבערבאום מיט שמואל זאנווייל פויגעל, און זיי באשולדיגט זאגענדיג:

"ביי די חתונה פון מיין זון מיט א חודש צוריק, האבן זיך די צווי משתתף געווען למחצה ולשליש, איינער נאר ביי א שבע ברכות און איינער נאר ביי די לעצטע שבע ברכות"


"זיי טיילן מיר אויס געוואלדיגע צרות, זיי טיילן מיר איין ווען איך זאל פירן באטע און ווען נישט, איך ווארט שוין אז מ'זאל מיר ארויסטראגן פון דא בשן ועין, דאמאלץ וועל איך קענען זאגן וירווח לי".



"מ'האט מיר אויפגענומען אלס דיין ווי א באנדע משוגעים, איך האב שוין געהאלטן אינמיטן שלאפן אינמיטן נאכט האט מען מיך אנגערופן פון אמעריקע און מ'האט מיר געמאלדן אז מ'האט מיך אויפגענומען אלס, אומגעוואשן נעגל וואסער האב איך גענטפערט מזל טוב"




שפעטער האט ער געמאכט ליצנות פון איינע פון דיינים פון העדה החרדית, זאגענדיג אזוי:

"איך האב זיך פארהערט ביי איינע פון דיינים פון בי"ד די הוראה צו נעמען שימוש, איך האב זיך פארהערט ביי עם אלע בייד חלקי שו"ע צווי מאל, איך האלט זיך נישט גרויס, האבער איך האב זייער גוט געקענט, אבער יענער דיין האט זיך נישט צוטאן געמאכט פון מיר, ער האט עס נישט רעספעקטירקט, איז געקומען ישראל מרדכי, און האט עם געגעבן דריי טויזענט שקל, דעמאלץ האט ער מיר געזאגט א צווייטן מאך אז איך האב עפעס אויסערגעווענליך געקענט, ווען ער גוט עם ווען נאך דריי טויזענט שקל, וואלט איך שוין היינט געווען פון די חותמים אויף די
ביד"צ צעטלעך".


דערנאך האט ער גערעדט פונעם דורכגעפאלענעם מצב פון די קהלה, זאגענדיג:


"עדיסאן בויעט זיך נישט, דער נייער ביהמ"ד בויעט זיך נישט, אזא פנים טראגט א קהילה וואס די צווי זענען אירע פירער"




תוקן על ידי yuchw ב- 25/03/2011 04:46:28




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2011 23:56 לינק ישיר 

יא שמואל זאנוויל האט עם אריין געריקט איינס אין די געדערים, מען זעט ווי ער בייגט זיך איין פאר יסורים,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2011 23:33 לינק ישיר 

משה'לע -

איך זעה דא א ממזערישע שמייכל אויף פאגעל'ס פרצוף באטראכט גוט ווי ער גיט א ציפ טייטעלבוים'ס ארעם, און ער קנייטשט זיך איין און צוויי

אויך זעהט מען דא אלפים רוב מנין ובנין פון ירושלים וואס זענען געהערן צו די דשיגאן פארטיי די זקני ירושלים באטיילגען זיך ביים הייליגען דיין'ס טיש...


תוקן על ידי zibala ב- 24/03/2011 23:34:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2011 21:55 לינק ישיר 

דא זעט מען ווי שמואל זאנוויל פויגל ראנגלט זיך מיט דיין, און דער עולם קאטשעט זיך פאר געלעכטער,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2011 21:12 לינק ישיר 

אלעס פיין און וואויל,
אבער פארוואס דערציילן א מעשה נאר ביז אינדערמיט (זעהט אויס די אויבן האט פלוצלינג אויפגעהערט צו באקן) ?

די מעשה גייט נאך אסאך ווייטער, צומארגנ'ס האבן די ראשי הקהילה אין י-ם ארויסגעווארפן דעם דיין ר' משה פון ביהמ"ד, מ'האט איהם נאכגעשיקט אהיים זיינע טלית און תפילין, און ער האט געשפיגן 3 מאל א.ט. פוי פוי פוי, נאכדעם האט ער געפאכעט מיט די שיך אויף די ערד ווי גלייך ער מעקט אויס די נעמען פון די ראשי הקהילה, און ער האט אויסגעבראכן און א טענצאלע אויפן באקאנטן ניגון וכל קרני רשעים אגדע, און אלע ירושלימער אידן האבן מיטגעטאנצטן,...
און ענדיג צו: אז אינמיטן ביסטו אראפגעפאלן פון בעט און זיךם אויפגעכאפט פונעם שטארקן קלאפ און זיך צוריקגעלייגט ווייטער חולמ'ען די זיסע חלומות...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2011 03:04 לינק ישיר 

זייער דיין איז א גרויסע רחמנות, ער איז באמת א וואוילע איד (גראדע נישט קיין סאטמארער נישט היינט און נישט קיינמאל, א כותל גייער פון ערשטן קלאס), א תלמיד חכם און אן עובד השם אלע יארן, אבער זייענדיג אנגעוויזן אין א שטיקל געהאלט האבן זיך די ארוינישע שלענג צוגעכאפט צו אים און אים פארגעשלאגן א גיטע געהאלט.

ער האט אבער ליידער בתמימותו נישט געוויסט וואס פאר א סארט עלעמענט די ארוינים זענען און אזוי קוקט עס נעבעך אויס.

[ביי די ארוינים איז נאר גיט איינער וואס דינט די פארטיי מיליאן פראצענט א שטייגער ווי דער נייער וואזנער פון לאנדאן וואס האלט קוקו דרשות איבער די גרויסקייט און צדקות די קדושה וטהרה פון דער לאו לייף זשיגאן טייטלבוים,
זיינע דרשות לויפט למשל "דער רבי איז קדוש כקדושת ספר תורה" "מיט א בליק אויפ'ן רבי'ן ווערן די נשמות אטאטמאטיש אויסגעוואשן" "מען זיך מקדש און מטהר זיין פאר מען גייט אריין צו אזא הייליגע איד" און נאך אזעלכע סארט צודרייטע דרשות וואס אפילו די הייסע גלייבן נישט דערין, אזא איינער איז עקסעלענט פאר די קליינקעפיגע קינדערישע מוחות, זעהט אויס אז הר"ר משה טייטלבוים שליט"א איז דאך קלוגער ווי דעים]



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אהרונים ירושלים: אפגעהאקט פארן דיין דעם מייקרעפאן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext