בית פורומים אידישע געדאנק

אריזאנע מצות • ראשוני ל'אידישע געדאנק'

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/3/2011 16:47 לינק ישיר 
אריזאנע מצות • ראשוני ל'אידישע געדאנק'

ספעציעל פאר 'אידישע געדאנק':

דער איד, די היינטיגע וואך, איז בארייכט מיט א ספעציעלע ביילאגע "מדור מיוחד — אריזאנע מצות", וואו עס ווערט אויסגעלייגט אויף 36 זייטן אלע בריוון, בירורים און תשובות פון די גדולי הרבנים שליט"א וועלכע זענען שוין דערווייל ערשינען איבער די ערנסטע און הארבע חששות חמץ אין די ווייץ פון די אריזאנע מצות, און איבער די בייזע פעלטשונגען אויף די לאברעטארי באריכטן, צום ליינען אום צום שטוינען!

דא איז א דירעקט לינק צו דאונלאודן דעם פייל:

Kintres Arizona Matzos


דער מדור מיוחד איז בייגעלייגט אין 'דער איד' פון די וואך, און איז צושטאנד געקומען בהשתדלותו פון דעם גבור ואיש מלחמה, הרהגה"צ רבי אברהם לויפער שליט"א אבד"ק דאראג יצ"ו, אין צוגרייטונג צו דער ערשיינונג פונעם קונטרס "האשל ברמה — מצה מלוחה" וואס וועט ארויסגיין לאור עולם אין די נאנטע טעג בעז"ה.



פאלגענד איז א טייל פון דער אינהאלט אין די 36 זייטן פונעם "מדור מיוחד":

מכתב כ"ק הגה"צ ראב"ד קהל יטב לב שליט"א / מכתב הגה"צ ראב"ד העדה החרדית שליט"א / מכתב שנשלח להראב"ד העדה החרדית שליט"א / מדברי הגה"צ מוה"ר אפרים פישל הערשקאוויטש שליט"א / מכתב כ"ק הרהגה"צ משארמאש שליט"א / מכתבים והעתקות שקבלנו מהפראפעסארן / מכתב הגה"צ אבד"ק תולדות רפאל קאשוי שליט"א / מכתב הראשון שנשלח להרבנים הגאונים שליט"א / מכתב הסברה (א') שנשלח להרבנים הגאונים שליט"א / מכתב שנשלח להראב"ד העדה החרדית שליט"א / מכתב הסברה (ב') שנשלח להרבנים הגאונים שליט"א / מכתב הסברה (ג') שנשלח להרבנים הגאונים שליט"א / מאמר למי החותמת ולמי הפסילים / בירור הלכה מאת תלמוד חכם /

דער מדור מיוחד איז אין לשה"ק, רייך און באלערנד געשריבן, געבנדיג א קלארע בליק אויף די גאנצע שערורי' און איבער די ערנסטקייט דערפון.

איך האף אין די נאנטע טעג, נאכן גרונטליך איבערליינען דעם גאנצן קונטרס, צו קענען שרייבן א שטיקל ארטיקל אין דער אידישער שפראך דא אויף 'אידישע געדאנק', צו געבן א געלעגנהייט פאר יעדן צו פארשטיין און ארויסהאבן די קלארע פאקטן.





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2011 20:37 לינק ישיר 

דער

ר' אשר שטערנבוך איז א ביטערער מן הארץ, אז אפילו קיין פסוק אין תהילים קען ער נישט נאכשרייבן, אנשטאט שרייבן "יסכר פי דוברי שקר" שרייבט ער "יסתם" פי דוברי שקר"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2011 22:44 לינק ישיר 

ח"ו





עס איז אבער א מעשה פלא, די אהרונים לאכן פון דעם גאצן ישות פון ר' אברהם לויפער, זיי זאגן אז ער אריז דער פורים רב פון וומ"ס, מ'דארף זיך אפילו נישט צוטאן מאכן פון עם, אבער ווי נאר ער מאכט זיי אן א שטיקל, טאנצן זיי ווי קעץ, מאכן הכחשות, שרייבן אויף עם ניוול פה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2011 21:55 לינק ישיר 

ר' משה שטרנבוך איז א פאליטיקאנט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2011 20:55 לינק ישיר 

וואלן פרעגט?

די מיינסט אז ר' משה האט נישט כעוויסט אז עס איז פארמישט מיט פאליטיק, ער פרעגט עס מיט אזא מין תמימות, א שטיגער ווי זיין רבי'ס ענטפער'ס פאר תלי גראס.



לאמיר דיר זאגן וועלן, ניין ער האט נישט געוויסט,
 ווייל ווען ער ווייסט איז ער זיך נישט מתייחס כלל וכל צו די שאלה פון ר' אברהם לויפער




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2011 20:49 לינק ישיר 

סוג
דו האלטסט איין מינוט אז דער ראב"ד האט נישט געוואוסט אז דא איז פארמישט פאליטיק, קלערסט א סעקונדע אז ער ווייסט נישט ווער אברהם לויפער איז?, אברהם לויפער איז נישט היינט געבוירן, און ס'איז נישט די ערשטע מערכה וואס ער פירט
וואס דען, ער האט מקיים געווען עם עקש תתפתל און געענטפערט כדבעי
וואס ער האט נישט געוואוסט אז די זאליס זענען אזעלכע לוזערס און וועלן נעמען א בריוו וואס איז אינגאנצן נישט גינסטיג פאר זיי און עס דרוקן כאילו ס'איז ווייס איך וואס, דער עיקר מען האט נאך א ברענד נעים, א שטייגער ווי 'אלו שהשתתפו'
און אז ער זעט אז מען דרייט און מען פארפירט דערמיט, איז יעצט געקומען די בריוו ארויסגעשריבן ברחל בתך הקטנה

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2011 20:23 לינק ישיר 

איך גלייב אז אויב במציאות איז עס מלוח ברויך מען נישט קיין לעבעטאריע, און נישט קיין תשובות פון ארץ ישרא', ווייל זאלץ האט א נאטור אז ס'האט א ביטערע טעם, זעהט אויס אז ביסט נישט אזוי באקאנט אין זאלץ,

צו בארשט ברויך מען נישט קיין ציין,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2011 20:10 לינק ישיר 

אויישש

טיפש איינער, די מיינסט אז איינער האט געהאט די מינדעסטע א ספק אז ר' משה שטרנבוך, ווען ער וועט הערן אז די סאטמארער מחלוקה איז אינדערמיט פון די שאלה וועט נישט מאכן א פרישע בריוו, וואס די אהרונים וועלן ארויסשלעפן פון אים.

יעדער האט געוואוסט אז דאס גייט קומען.

ווי אזוי זאגט יענער, ער קען שוין צוריקציען, זיין פערזענליכע מיינונג האט ער שוין פארעפענטלכט, איצט האט זיין זון אשר פון ישיבת הגר"א געזאגט זיין טאטנס פאליטישע מיינונג (וועמען עס איז קיינעם נישט אונטערסאנט, אפילו נישט פאר שמואל משכיל/ווידער, אפשר נאר פאר אהרן יוסל פריעדמאן, מיט בן ציון לאוב)


צווייטענס ער האט נישט צוריק געצויגן, אשר שרייבט "הרי כתוב במכתבו שלדעתו אינו מלוח"


וואס דאס מיינט אז מ'שלאגט זיך דא איבער א מציאות, און טאמער די מציאות וועט זיך יא ארויסשטעלן אז עס איז מלוח, איז דער איסור פון הגר"מ שטרענבוך קאי וקיימא.


וואס דאס מיינט אז די לאבעטארי איז דער מכריע.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2011 19:42 לינק ישיר 
יסכר פי דוברי שקר ------------- כך עונשם של בדאים




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2011 23:16 לינק ישיר 

kj1234 כתב:
סקאט' האסט אפשר געזען די לשון וואס די ארונים ניצן אקעגן מרן הראב"ד סאטמאר שליט"א ?

האסט אפשר געזען דעם לשון וואס די זאליס ניצן אקעגן כבוד קדושת רבינו הגה''ק שליט''א? סא, סטאפ צו וויינען...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2011 23:14 לינק ישיר 

וועם מיינסטו מיטן "ראב"ד", און וועם מיינסטו מיט "די ארונים"?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2011 23:01 לינק ישיר 

סקאט' האסט אפשר געזען די לשון וואס די ארונים ניצן אקעגן מרן הראב"ד סאטמאר שליט"א ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2011 22:38 לינק ישיר 

כעל איבער פרעגן אין אידיש:

אפי' לאמיר זאגן אז די היינטיגער אריזאנע ווייץ איז נישט די זעלבע ווי ווי דער רבי האט געשניטן אין יענע פאר כ' יארן, מסכים ס'נישט די זעלבע, אבער דאס איז דאך זיכער אז דער אריזאנע ווי דער רבי האט יא געשניטן איז זיכער נישט די זעלבע סארט שדות ווי די מקומות וואס מ'פלעגט שטענדיג שניידן, ווי לאנג איילענד וכדומה, ווייל נאר צוליב די טרוקענע קלימאט איז מען האט זיך געשלעפט צו די מרחקים, די סארט קלימאט ווי דער רבי זצ"ל האט געשניטן יענע  פאר יארן אין אריזאנע, האט מען נישט געזען נישט ביים קדושת יו"ט, נישט ביים ייטב לב, נישט ביים דברי חיים, נו פארוואס האט דער רבי נישט מורא געהאט פון "שנוי"? איי ס'האט "מעלות", אבער מ'גיימיר דאך מיטן מהלך אז "מעלות" איז נישט קיין ארטיקל, ס'אלעס גאביטש, ווייל אויב מ'איז משנה איז נישטא קיין מסורה וקבלה ממילא איז נישטא קיין סייעתא דשמיא,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2011 20:01 לינק ישיר 

די ארוינים גייען אן מיט דעם כלל אז מען זאגט איבער א ליגנט טויזנט מאל ביז מען טראכט שוין אליינ'ס פון עס גלייבן.

הרה"ג ר' אברהם לויפער שליט"א אב"ד דאראג איז דאס זייער שיין מבאר אין זיין ספר, די רבי האט געשניטן אין א פלאץ ווי די ווייץ וואקס אויף א נערמאלע געווענליכע אופן, דורך רעגן פון הימל, אויף א נאטורליכע וועג אזוי ווי עס וואקסט איבעראל פירות וירקות ותבואה

די איצטיגע פלאץ אין אריזאנא וואס איז בכלל נישט די זעלבע געגנט, רעדט מען פון ווייץ וואס וואקסט נישט אויף קיין נאטורליכע וועג, עס רעגנט דארט בכלל נישט רוב מאל, און אוודאי נישט גענוג צו מאכן די פעלדער וואקסן, דארט איז ממש א מדבר במלא מובן המלה און מען מאכט דאס וואקסן דורך קעמיקעל'ס וכדו', ממילא איז די זאך פארבינדען מיט חששות וואס מען האט נאך קיינמאל נישט מברר געווען און פארענטפערט.

דאס א צווייטע מסכת אינגאנצן פון די פלאץ ווי רבינו הקדוש האט געשניטן איין יאר וואס דארט ערעגנט נאטירלעך און די ווייץ וואקסט נאטירלעך דורך רעגן, נאר אין די צייט פון די שניט רעגנט נישט!

(דער דאראגער רב האט זיך שוין אנגעטראגן פילע מאל אז ער איז גרייט אראפצוקומען אין פעלד אין אריזאנא דורכצוטוהן מיט זייער משגיח די אלע פרטים און קלאר מאכן אויב עס איז דא א וועג דאס מכשיר צו זיין, אבער דערווייל איז דאס פארשלאסן מען לאזט קיינעם נישט אהין..... וד"ל) 

ממילא קומט דא בכלל נישט אריין די גזירה שוה פון "אריזאנא ע"י רבינו הקדוש" צו להבדיל בין "אריזאנא ע"י אהרן"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2011 18:12 לינק ישיר 

אתמהה, האם שכחת לגמרי, שאנו הולכין במהלך שעיקר החשש והבעי' הוא משום "שנוי", ואין משגיחין ב"מעלות" ו"חסרונות", כ"ז שאין משנין ממה שראינו אצל אבותינו ורבותינו, אין על מה לדאוג עד ביאת הגואל, הלוא זה יסוד היסודות של טענות הדיין שליט"א, ע"כ הדרא קושיא לדוכתא האיך הלך רבינו זצוק"ל במקומות משונות מה שלא ראה אצל אבותיו הק',




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2011 04:51 לינק ישיר 

דער מעסיגער סקאט ליידט אויף א אלטע קרענק פון פארדרייען פאקטן א יאר נאך וואס מען האט דן געווען דערין, עיין ערך מאסקאווי.

וואס דו שרייבסט וועגן דעם אז דער רבי האט געזאגט אז ער גייט קיין אריזאנע ווייל עס רעגנט נישט דארט, איז כו"ע מודי אז נישט רעגענען בשעת'ן שניט איז א מעלה, אבער נישט רעגענען בכלל, הייבט זיך אן פראבלעמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אריזאנע מצות • ראשוני ל'אידישע געדאנק'
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext