| נשלח ב-24/3/2011 18:59 |
|
| |
דראגער באמבע: אינדיג און פריעדמאן אריזאנע חמץ וטמא
אין דער איד האט דער דראגער בעל מתי שוא, אריין געלייגט א ספעציעלע ביילאגע איבער די שרעקליכע פירצה פון אריזאנע מצות, און די גרעסטע באמבע דארט אז ער האט צוויי בריוון פון די גאוני הדור, וואס אסר'ן אריזאנע ווייץ בכל תוקף מאוד, בכל איסורים וחרמות וקנמות... טמא ומטמא באכילה ובמגע...
1) פון כבוד קדושת הגה"ק ר' יחיאל מיכל אינדיג שליט"א גאב"ד...? ומחבר ספרי...? בן אחר בן מהגאון המתי שוא זי"ע...
מן הסתם האט ער אויך אויף זיין הויז א ריזיגע סיין פון א לישקע....
2) פון באוויסטער פאשקאווילען שרייבער הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א גאב"ד לישקע סיין ראס, ומלפנים גאב"ד ירושלים, ומחבר ספרי שו"ת כ' כרכים על פאליטיק סאטמאר והיתר לבג"ץ.
די איבריגע פאשקאווילען שרייבערס די חברי הלישקע האבן נישט אונטער געשריבען דאסמאל, אפילו ר' זלמן לייב פילאפף וואס האלט אז ער פאקט איין הרב וואזנער אין בוזעם טאש... זעהט אויס אז זיי האלטן שוין נישט זיין פורים אין די גאסן, אדער ווייל לויפער האט זיי נישט צוגעזאגט אן עקסטער באקס פאטעטעס אויף פסח.
דער דארגער אליין לייגט אריין דארט א טוץ פון זיינע בריוון, ווי ער שעלט און שימפט און ער איז מסביר אז ווער עס שפירט נישט קיין זאלץ אין אריזאנע איז א פשוטער בהמה... ושוטה אינו מרגיש... והא ראי' זאגט ער, אז יעדער איינער וואס עסט אריזאנע ווייץ שפירט די זאלץ... און דער חכם הדור דער שארמאשער אליין שפירט עס אויך...נו מי לנו גדול כהשארמאשער...
ער ברענגט א בריוו פון ר' שמחה ישראל בלום סתם א גאסן יונג, און א ליידאק, אבי ער האט א לעדער העט.
ועל כולם ברענגט ער נאכמאל דעם "פורים קטן בריוו" פונען שארמאשער.
אויך ברענגט ער עפעס געשטיקעלטע ווערטער פון הגה"צ רבי פישל הערשקאוויטש שליט"א, אז רבי פישלע זאל אים האבן געזאגט, אז טאמער אלעס וואס לויפער דערציילט איז אמת, דעמאלס איז די זאך חמור מאוד.
דער עיקור אז ר' מנשה פריעדמאן און ר' מיכל אינדיג זיי מיט זייערע קינדער וועלן באקומען אן איבריג באקס פאטעטעס פון לויפער אויף פסח, פארן שרייבן זייערע געהויבענע בריוון.
און מיט דעם באשיצען די ווייץ פעלדער אין לאנג איילענד אז עס זאל נישט פאלן די ביזנעס אין די רווחים, ווי דער דארגער איז א שותף אין די לאנג איילענד פעלדער.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/03/2011 19:18:06
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 24/03/2011 19:55:28
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2011 19:09 |
|
| |
מוחה מוחה מען טאר נישט מבזה זיין א תלמוד חכם וועגן ער איז ארומגענומען מיט שטוב מענטשען רשעים ר' ישראל חיים מנשה איז נישט קיין חדר יונגעל יא !!!!! ער איז פארכאפט אבער מען טאר אים נישט מבזה זיין הזהרו בגחלתן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2011 19:16 |
|
| |
מוחה מוחה מען טאר נישט מבזה זיין א תלמוד חכם וועגן ער איז ארומגענומען מיט שטוב מענטשען רשעים ר' מיכל אינדיג איז נישט קיין חדר יונגל יא!!! ער איז פארכאפט אבער מען טאר אים נישט מבזה זיין הזהרו בגחלתן
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2011 19:26 |
|
| |
מוחה מוחה מען טאר נישט מבזה זיין קיין מאנקיס ווייל זיי זענען ארומגענומען מיט שטוב מענטשען רשעים דער דראגער איז נישט קיין חדר יונגל יא!!! די מאנקיס זענען טאקע פארכאפט אבער מען טאר זיי נישט מבזה זיין הזהרו בגחלתן
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2011 19:32 |
|
| |
זיי מיר נישט אזוי פיל מוחה.
ר' ישראל חיים מנשה איז שוין גארנישט פארכאפט, ער טוט דאס מרצונו הטוב, באלד וועסטו מיר זאגן אז דאס וואס ער האט נאך קיינמאל א ספר נישט ארויס געגעגבען, ווער רעדט נאך פון תשובת, על הש"ס, 0000 גארנישט, האט אויך מיט דעם וואס די רשעים האבן אים פארכאפט....
וואלט מען געמיינט אז ער איז נישט קיין שרייבער וכו', א נעכטיגען טאג, ער שרייבט... און שרייבט... און שרייבט... יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, נאך א פאשקאוויל, און נאך א פאשקאוויל....! מיט קנאקעדיגע קללות...!
איצט מאך דיר צו די אויגן איך רעדט נישט פון דא און ווייטער ח"ו איבער ר' ישראל חיים מנשה, ניין בשום אופן, נאר פון א רוסישער מענטש וואס וואוינט אין עק פון פלעטבוש ווי די רוסישע וואוינען...
דער רוסישער איד האט אמאל געארבעט אין פאסט אפיס, ווי ער פלעגט לעקן סטעמפס, ביז מען האט אים פארשיקט פון דארט, ווען זיין שווער האט אמאל געפרעגט דעם אלטן סאטמאר רבין זי"ע צו ער זאל אים שיקן ארבעטן, האט אים רביה"ק געזאגט עס וועט זיין א טובה, אז ער גייט ארבעטן, היינט צוטאגס שרייבט ער יעדן טאג מיאוסע פאשקאווילען מיט די ארגסטע קללות, מצער נאך אידישע קינדער, מבזה נאך אידישע קינדער, שרייבט קעגן דעם, קעגן יענעם מיט די מיאוס'טע לשונות של גנאי, זיך אנגעגעסען פון חילול ה' געלט פון אביגדור, אויסגעריסען דין תורה ביי אידן, מעמד געווען צלם בהיכל מיטן צופליקען דעם הייליגען ספה"ק ויואל משה מיטן מתיר זיין הליכת לבג"ץ הציוני, שרייבט פסקים קעגן טויזענטער אידן פאר ער הערט אויס זייער צד, מתיר געווען הליכה לערכאות בלי הזמנה, אנגעגעסען רח"ל דעם עולם מיט 82 ממליחה ואילך פלייש ווי ער טרעט נישט אריין פון יאר צו יאר, גיט א הכשר אויף די מקוה טהרה ווי ער טרעט נישט אריין דארט, מתיר געווען צו רופען הרבנית הצדיקת ע"ה אין ערכאות, שרייבט בריוון אז רביה"ק מסאטמאר בעל דברי יואל זי"ע האט רח"ל געגעסען 3 יאר חמץ מצה בפסח, גיט ארויס שליש געלט (יערמיאש), ווען מען פרעגט אים א שאלה ציט ער מיט די נאז א האלבע שעה ביז יענעם פארגייט די אפעטיט, שלעפט זיך ארויס פון בעט 11 אזייגער, און ציט זיך אראפ דעם ברייטן ביבער הוט ביז די נאז און שרייט המלך....
איין לימוד זכות האב איך אפען רוסישער איד... אז אלעס איז ביי אים ליצנות ער שפילט מיטן עולם, והא ראי' אז ביים הייליגען מוסד שערי חמלה האט ער געהאלטן אז עס איז אסור ביהרג ואל יעבור, און איז פון די 3 זאכן וואס מען ברויך זיך מוסר נפש צו זיין דעראויף, האט ער געשריבן א בריוו אז עס איז מותר ומצוה רבה, נאך 15 יאר האט ער געשריבען אז...? עס איז אסור בתכלית.... נו מן הסתם שפילט ער א געים...
נאכמאל... דאס אלעס טוט דער רוסישער איד פון עק פלעטבוש.
איצט זיי מוחה.... א מחאה גדולה... און איך בין מוחה אויף דעם וואס מען האט מבזה געווען קוק ימ"ש, וואס האט אפ געטאן אסאך ווייניגער עבירות, און אסאך ווייניגער אויסגעריסען די תורה הקדושה, ווי ר' ישראל חיים מנשה, איצט הזהרו בגחלתן פון קוק...
און דא האסט עס אין באלד
הזהרו בגחלתן פון קוק...!
ולסיום! ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדלנו מן התועים, יא מיר זענען שטאלץ אז מיר זענען סאטמאר חסידים תלמידים וחסידים פון אבינו רועינו מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, וואס האט אונז אויסגעלערענט נישט צו פארכאפט ווערן פון אלע עוקרי התורה, נאך זיך האלטן פעסט מיט די אמונה הטהורה, אין גיין בדרך התורה הקדושה ולעשות נחת רוח לבוראינו יתברך שמו, און ווער עס רייסט אויס די תורה הקדושה נישט קיין חילוק ווער ער איז, און ווי גרויס ער איז, מבית ומבחוץ, - ווי רביה"ק האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז דתן ואבירם זענען געגאנגען מיט ווייסע בעקיטשעס - וועלן מיר נישט נאכגעשלעפט ווערן פון זיי, און מיר וועלן נישט האבן קיין שייכות מיט זיי, נאר מיר וועלן מוחה זיין קעגן זיי, און זיך האלטן פעסט און שטאלץ מיט די הייליגע תורה הקדושה ואמונה טהורה בה' יתברך שמו.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 24/03/2011 20:26:55
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2011 19:52 |
|
| |
ליינט דא וואס די זאליס מעלדן איצט אין בחדרי http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=26016שמחה גדולה בחצר חסידות תולדות אהרן: בת הזקונים של האדמו"ר מתארסת הערב (ה'), לאחר סגירת ה'שידוך' בשעה טובה ומוצלחת. החתן, בנו של הרב ברוך אברהם פרידמן מרבני סאטמאר בוילאמסבורג, ונכדו של הגאון רבי ישראל חיים מנשה פרידמן המשמש כראב"ד סאטמאר בוילאמסבורג. הבשורה על השידוך, תפסה את חסידי 'תולדות אהרון' לא מוכנים. אחד מהחסידים מסביר בשיחה עם 'בחדרי חרדים' מדוע השידוך האחרון של האדמו"ר נחשב להיסטורי כל כך: "מדובר בפעם ראשונה בחסידות הנחשבת לסגורה, שעושים שידוך עם סאטמאר. הסבא, הרב פרידמן, היה מועמד לשמש כגאב"ד 'העדה החרדית', והשידוך מרגש חסידים רבים במיוחד על רקע העובדה שמדובר בביתו האחרונה של האדמו"ר". נא מוחה
מוחה
מוחה.... קיינער איז נישט אזוי מבזה ר' ישראל חיים מנשה ווי די זאליס אליין.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2011 19:56 |
|
| |
מיר ווינדערט נאר ווי הרה"ג ראב"ד עידה החרדית שליט"א איז נישט זהיר בגחלתן פון דעם רבין זאל זיין געזונט אבער נישט שטארק ?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2011 20:36 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2011 22:52 |
|
| |
דאס וואס די שרייבט דא פארענטפערט נישט און איז זיך נישט סותר מיט מיר
ר' ישראל חיים מנשה איז א ת"ח ? ?? יא
מ'שרייבט כתבי פלסתר אין זיין נאמען ???? יא
איך האב נישט געזאגט אז משרייבט נישט נאר וואס דען צו שרייבן אזוי דארף מען האבן ברייטע פלייצעס וואס איך האב נישט
במיילא בין איך מוחה בכל תוקף
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2011 23:55 |
|
| |
אוי! שוין לאנג נישט אזוי געכאפט פון די זאליס, ווי די לעצטע פאר טאג, די ארגסטע קללות נמרצות קעגן רבי_יונה, אנגעפילט מיין תיבה אישית מיט אלע קללות און סטראשנוגען, מוחה געווען פון אלע זייטן מיט אלע קאלירען.
וואס איז? וואס איז דער חרון אף אזוי גרויס? ווייל מען האט בארירט זייער געווער פון עקירת התורה.
וואס הייסט?
די זאליס די לעצטע 10 יאר, אויף יעדע שייגץ שטיק וואס זייי טוען, און אויף יעדע רשעות ואכזריות וואס זיי האבן אפגעטאן, אוועק געטראגען א זיידן פון די שמחות פון זיינע קינדער, ארויס געווארפען מענטשן, אפגעזאגט אידן פון פרנסות, וכו' מסרב לדין באופן נורא, הליכה לערכאות, אזש ביזן אפטאן וואס מען האט זיך אין לעבן נישט געקענט פארשטעלען, אריין גיין בריש גלי אינעם טמ'אנעם טריפה'נעם בג"ץ, אין זיך אנפייפען אויף די הייליגע תורה.
וואס איז אלס געווען די תירוץ? די זאליס האבן זיך איינגעבויען און צווייען, און ארויס גענומען די געווער און געשריגען די ד...י...י...ן....! די דיין רבי ישראל חיים מנשה האט געהייסען...! די דיין נו שא...! מען טאר נישט רעדן קיין ווארט, נו שטיל...! אין מהרהר אחריו חס וחלילה...! מחוצף שא שטיל...!
מיט די ווארט דיין...! האבן זיי אויסגעפליקט די תורה הקדושה באופן נורא, ומחלל שם שמים געווען מקצה העולם ועד סופו!!
ממילא ווען איך האב דא אביסעלע - נאר אפען שפיץ גאפל - ארויס געברענגט די פאקטן איבער די היסטאריע פונעם דיין, איך האב נישט געשריבן קיין לשונות של גנאי ווי פוי ימ"ש וכו', נאר געברענגט די פאקטן וירא הקהל וישפט, קומט זיך מיר די קללות...!
לאמיר די מחאות צו לייגען אויף קליין געלט!
וואס וואלטן די זאליס געטאן ווען איינער וואס שטייט זיי אין וועג, און רייסט אויס די תורה הקדושה - עכ"פ לויט זייער פארשטאנד?
נעמט א משל וואס זיי האבן געטאן מיטן ליבאוויטשער דעם פורים, אים אויסגעטאן נאקעט בפני כל העם, און זיך געדרייט פאר געלעכטער 2 שעה פון אים, ובראשם דזישגאן וואס האט זיך געקאלערט אזש עס איז געגאנגען א רויעך.
איז דער ליבאוויטשער נישט געווען אזא תלמוד חכם ווי דער דיין...? טא ער איז נישט געווען ראב"ד אויף א סיין בי"ד...!
נאר וואס איז געווען זיין חטא, דער ליבאוויטשער רבי האט געטאן אסאך זאכן נגד התורה, ער איז ביי אונז אפגעפרעגט, עס מאכט בכלל נישט אויס וואספארא תלמוד חכם ער איז געווען, אז ער טוט נגד התורה איז ער ביי אונז אפגעפרעגט, אבער צו מאכן א דאמי פון אים ללעג ולקלס דאס איז די ריכטיגע זאלי דרך.
איך וועל גיין א שטאפעל ווייטער. ווער זענען די גדולי הדור היינט?
לויט די זאליס מן הסתם מנשה פילפף, ר' ישראל חיים מנשה, שאפראן רב, ר' זלמן לייב פילפף.
איין מינוט... נאך איינס... ווען די רעביצן אלטא פייגא ע"ה איז געשטארבן איז געווארן אויך דער שארמאשער.... אקעי..!
איצט ווער זענען די גדולי הדור וואס גאנץ כלל ישראל - חוץ די ספרדים - האלטן אז דאס איז עס.
די 4 - הרב אלישיב, הרב שטיינמאן, הרב וואזנער, הרב קנייבסקי.
כולו עלמא מודה אז די 4 זענען די גרעסטע גדולים וואס איז דא אין אונזער דור, זיי פאקן איין די זאלי גדולי הדור אין זייער פיס נעגל, איצט לאמיר גיין אין די רייע ווי אזוי די זאליס פירן זיך אויף צו די גדולי הדור.
הרב אלישיב א שייגץ, י..מ..ש... פוי טמא, זיין תורה גייט צו די סטרא אחרא, מיט יעדע ווארט וואס ער לערנט צוברעכט ער די ציגל פונעם בית המקדש, וואס דשיגאן בויעט אויף יעדן טאג.
הרב שטיימאן האט מען אונטערגעשריבען (בראש פון ר' ישראל חיים מנשה) ווען ער איז געווען אין בארא פארק, אז מען דארף ארויסגיין מאכן א פראטעסט קעגן אים, מען איז ארויס, די זאליס האבן געשיקט די בחורים און געמאכט א פראסטעט, געהאלטען מיאוסע דרשות קעגן אים, געשריגען פוי אויף אים, און אנגעהאנגען אלע גאסן שטיינמאן שייגץ פוי.
הרב וואזנער, ער שרייבט אז מען זאל ארויס גיין פונעם טמא'נעם בג"ץ, ער באקומט א טוץ מיט קללות, די זאליס שעלטן אים צוזאם מיט די מיאוסטע געמיינסטע קללות כאחד הריקים, שטעלט זיך אויף ר' זלמן לייב פילאף און זאגט אז ער איז קוק בדורינו!
הרב קיינבסקי ער איז פארכאפט אין די סטרא אחרא, ווען ער וועט ארויף קומען אינעם עולם העליון, וועט מען אים גלייך אריינטראסקענען אין גיהנום ווי ר' משה פיינשטיין פלאקערט דארט שוין איבער 20 יאר, און אביגדור יאקאבאוויטש וועט שטיין פון אויבן אין אריין שפייען אויף זיי ביידע...
דאס איז ווייל...? מען קוקט נישט וויפיל לערנען זיי קענען, נאר אדרבה טאמער זיי קענען לערנען זענען זיי גרעסערע שקצים...! נאר אויף וואס קוקט מען? צו זיי רייסן נישט אויס די תורה הקדושה.
טאמער מען טרעט אדער מען רייסט אויס די תורה הקדושה, איז נישט קיין חילוק ווי גרויס יענער איז, נאר ער וועט א שייגץ, טא פארוואס גייט נישט אן די זעלבע דין אפען ד...י....י...ן..!
זאג נאר איז הרב הקדוש רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן ראב"ד לישקע סיין, ומלפנים גאב"ד ירושלים, ובעמח"ס ספרי שו"ת כ' כרכים על פאליטיק סאטמאר והיתר לבג"ץ, שקול נגד הרב אלישיב, הרב שטיינמאן, הרב וואזנער, הרב קנייבסקי בהעלם אחת?
תיקו!
איצט קענען זיי ווייטער שרייען און קוויטשען, ביז זיי וועלן הייזעריג ווערן...
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 28/03/2011 00:08:08
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 01:19 |
|
| |
ווער שרייט? דו ביזט דער איינציגער וואס שרייט דא האהא לוזער
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 18:02 |
|
| |
גאנץ פשוט!
אן ר' מנשה איז אויס מיט ר' זלמן,
דעריבער ווען מען לייגט אראפ ר' מנשה מיט די אמת'ע פארבן, ווערן די זאליס ווילד וואו די שווארצע ריחות, זיי ווערן מער גערעגט ווען מען פון ר' מנשה, וואו ווען רעד אויף ר' זלמן בכבודו בעצמו, ודו''ק ותשכח
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2011 00:46 |
|
| |
אברהם לויפער איז געבליבען נאר מיט די צוויי.
הרב פוסק הדור רבי ר' מיכל אינדיג שליט"א, וואס זאגט קלאר פאר יעדעם אז ער האלט ווייטער אז די מצה איז חמץ גמור, נאך אסאך ערגער ווי ברויט....
דעם מיכל אינדיג האט לויפער אפיר געברענגט אזוי ווי א לאדט פון ר' מיכל לעבאוויטש, האט ער פארשאפט א מיכל אנשטאט דעם...
דער צווייטער וואס האלט זיך מיטן איסור איז הרב ר' ישראל חיים מנשה שליט"א, די קשיא איז נאר מה נשתנה אריזאנע ווייץ מכל פסקיו, שבכל פסקיו איז ער קודם מתיר און נאכדעם ציט ער צוריק און אסר'ט, די זעלבע איז פארקערט, טא פארוואס דא ביי אריזאנע האט ער נאך נישט געטאן כסדרו.
נאר קען זיין אז די איסור האט ער געשריבען פאר די פוילישע גוים, וואס כידוע מאכט ער פאר זיי אן עירוב, איז פאר די פוילשע גוים וואס טראגען מיט זיין עירוב און עסן ממליחה ואילך פלייש, פאר זיי איז אריזאנע אסור....
בינו לבינו האט שוין די דיין מיט זיינע קינדער באקומען די וואך 2 באקסעס פאטעטעס יעדער באזינדער, לשכר האריזאנע פסק.
נעקסטע וואך גייען זיי אויך באקומען א זאק צוויבעל מיט לעבעדיגע קארפ...
|
|
|
|
|