בית פורומים כל העולם כולו

ווי איז שכל? לצנות מהרבי מליבאוויטש ברבים?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/3/2011 18:43 לינק ישיר 
ווי איז שכל? לצנות מהרבי מליבאוויטש ברבים?

חסידי ר' זלמן לייב זענען דא באגאנגען זייער זייער א מיסן אומדיפלאמיטשן טעות, איך בין ברור אז בינו לבין עצמם זענען די נארמאלער מענטשן דארט זייער ברוגז דערויף,

פארוואס זאל מען בשנת תשע"א, ווען ס'נישטא מער קיין שום אקטועלע סיכסוך צווישן סאטמר אין ליבאוויטש, ס'נישט קיין שעת חירום, פארוואס זאל מען וויי טאן אזויפיל ליבאוויטשער חסידים, ממש על לא דבר, ס'זענען דא טויזענטער ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות וואס דער ליבאוויטשער רבי איז ביי זיי זייער הייליג און סענסיטיוו, וואס איז דער תועלת יעצט זיך צו פארטשעפען,

נישט נארמאל!

איך האלט זיי זאלן זיין דשענטלמעןס אין עמטליך מפרסם זיין א מכתב פיוס,



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2011 18:15 לינק ישיר 

די קנאות פון רביה"ק זי"ע איז געווען פול מיט שכל, באגלייט מיט אהבת ישראל.

די קנאות פון די זאלונים איז פול מיט טפשות, באגלייט מיט רשעות און שנאת חנם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2011 16:58 לינק ישיר 

עי פי!

איך וויל דיר זאגן איך האב דורכגעליינט די גאנצע אשכול,

ווען דו זאגסט ווען אז ליבאוויטש אפיקורסים, מינים, שקצים, וכו' וואלט איך דיר אנגערופן א בני יואלער טיפוש!
יעדע ווארט וואס אפאר אפגעפליקטע טירנויער ליידיגייערס האבן אפגע'משפט אויף א מענטש קויפסטו אפ, אנא פארוואס און אנא פארווען.....

נו, א תינוק בינעך נישט אינטערעסירט צו ענטפערן!
אבער צו זאגן אז א סאטמארע רבי טאר נישט אריינגיין אין א בית חב"ד?????????????????

זאג, דו מצה טאש!

אין א טעמפל אין באראפארק ווי עס הענגט א מגן דוד פון  הינטן מעג א סאטמארע רבי זאגן א שבת שובה דרשה????????????
דאס האסטו יא מתיר געווען?????????

זדשיגאן מעג אלעס און איך טוה גארנישט! הא לן והא להו...........


אבער, דאונט געט מי ראנג! נישט וועגן דעם גייט סאטמארע רבי שליט"א דאווענען אין חב"ד! רבינו שליט"א דארף ב"ה נישט אנקומען צו זדשיגאנס היתירים און פסקים! ער האט געלערנט און לערנט ב"ה גענוג און האט גענוג א דעת תורה!
רבינו שליט"א גייט אריין אין בית חב"ד ווייל ס'נישט דא קיין שום פראבלעם דערמיט! אחוץ אפאר געזאלצענע שמאלץ הערינג פרעסער און פיס קראצער די גרעסטע בעלי מחלוקות פון די אידישע היסטאריע האט קיין איד פון כלל ישראל בכלל און פון סאטמאר בפרט נישט קיין שום פראבלעם דערמיט!! אויב האסטו א פראבלעם דערמיט קענסטו עס צולייגן צו איינע פון די שמוציגע וויליאמסבורגע מערכות וואס זענען אויפגעברענגט געווארן מטעם ר' מנשה מראסס והלישקע, ווי גל פז, פרעס טראק, מוסטשער קיור, עירוב, אא"וו

הייסט דא שטעקט אידישקייט????
צו גיין אין א בית חב"ד דאווענען??????????
איך זעה דיין ווייטאג, רבי זלצמאן פופט נעבעך אוועק א גאנץ יאר ווי אין א בערן שלאף אינדערהיים, קיינער רופט אים נישט, פארט נאר ארום ווען ער קען באקומען אביסל אטענשאן אדער ס'איז א שעת הדחק און דערזעהטצעך אז מ'דארף אביסל אויפהייטערען די זאליבענצעס און גבאי קאמפוט מאכט זיכער אז דאס מאל איז מען גוט צוגעגרייט, מעטצעך נישט צישניידן די הענט..... וכדו' יעצט קען מען פארן! ווען זדשיגאן וואלט ווען ארום געפארן אויפטוהן פאר אידישקייט, כשרות, שחיטה, וכדו' ווי סאטמארע רבי שליט"א טוהט, גלייב איך אז דו וואלסט גאר אנדערש גערעדט.... חוץ אויב די סאוסיידער זאליס וואלטן באשלאסן אז זדשיגאן זאל דאווענען ביחידות ווען ער איז אינטערוועגנס ווי איידער אריינצוגיין אין א בית חב"ד וואס די רביזיכרונעליבראכע פלעגט גיסן טרערן אין תקט"ש יארן  ביי די בלק תורות אויף די פרצה פון אריינגיין אין א בית חב"ד בכלל און אויף די וואס........... איך וויל נישט ארויסזאגן...................................

דאווענען חלילה דארט!
בעוונותינו הרבים!

און לאמיר גיין טיפער, ווייל סאטמארע רבי דאווענט אין חב"ד מעג שוין פיש פון קווינס חוזק מאכן פון א רבן של ישראל אויפן טיש פון זדשיגאנען..........

זאג, ר' שימעלע דיין רביס רבי מובהק איז  נישט געווען אזא ציוני, אפיקורס, און איך ווייס וואס נאך ווי דער לעבאוויטשער רבי?????????
ס,איז ענק ניטאמאל בייגעפאלן חוזק צו מאכן אים, הא?????

עטס האטס נישט געוואלט זעהן זדשיגאנען ארויף לויפן אויפן טיש און ארויסטראסקענען פיש פון קווינס ביים קארג פון ביהמ"ד
האבענדיג די חוצפה חוזק צו מאכן לפניו מרבו הגדול שלמדו תורה וחכמה......


בקיצור, איך זעה אז פונעם טעמפל שבת שובה דרשה אין בארא פארק האסטו שוין לאנג פארגעסען....... אזש דו לויפסט שוין יענעם נאך קוקן ווי ער דאווענט ר"ל.............

זיי מוחל און טראכט אביסל פאר דו רעדטסט

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2011 14:27 לינק ישיר 

סטראבערי כתב:
סקאט, סתם פאר אינטערעסאנטקייט,
און מיט דעם קענסטו דיך טעסטן, - דו האסטעך דאך ליעב צו זיין פרענק און אמת'דיג.
ווען דאס העט ווען געוועזן אויף ר' משה לייב מונקאטשער'ס טיש,
וואלסטו דערצו געשאנקן אפילו א פערטל בליק דערצו.....?


העטעך פעטעך
אזוינס קען נישט פאסירן ביי קיין איין חסידות
נאר אין סאטמאר קען דאס פאסירן
און ב"ה אונז האב מיר זיך אפגעשאקלט פון די סארט וועגן

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2011 04:48 לינק ישיר 

ס'איז קלאר אז ס'איז כנגד התורה און דערצו קאנטער-פראדוקטיוו צו נעמען א מענטש פריוואט און חוזק מאכן פון אים, דערצו ווען יענער איז געווען א מנהיג פון טויזנטער אידן - ווער ס'פארגלייכט ליובאוויטש צו קוק ימ"ש האט נישט קיין השגה ווער הרב קוק איז געווען, און נישט ווער ליובאוויטש איז געווען.

ס'איז אויך שווער צו זאגן אז דער ליובאוויטשער איז א מין בלויז דערפאר וואס ער האט ערלויבט זיינע חסידים צו 'שפילן משיח', טראץ וואס ס'איז יא גאר נאנט דערצו, און מ'האט געמאכט דערמיט ביטער ליצנות פון דאס הייליגסטע און טייערסטע ביי כלל ישראל - מיר האבן בקבלה אז משיח וועט זיין עמיצער וואס איז גרעסער ווי משה רבינו, און נישט סתם קיין ילוד אשה מבינינו (כ'וואלט זיך ערלויבט צו נוצן דערויף אן אויסדרוק פון גדולי ישראל ביי אנדערע ענליכע טעמעס, אז מ'איז נישט קיין אפיקורס וועט מ'זאגט אזוי, אבער נאר אפיקורסים זאגן עס).

פון די אנדערע זייט מוז אבער קלאר און שארף ארויסגעברענגט ווערן אז "ציונות האט ליידער נישט באנקראטירט!".

יא, ריכטיג, דאס 'פרייע' ציונות האט באנקראטירט, אבער בימינו אלה שטייען מיר אין סאמע רעכטן אויפפלאקערונג פון די פרומע ציונות. מיר זענען שוין געקומען צו די צייט וואס מ'האט אנגעטון פאר הערצל ימ"ש א ספאדיק מיט א שטריימל, און אויך א קנייטש הוט.

היינט צו טאג זענען ליידער די פרומע אגוד'יסטן, אין שפיץ פון ליובאוויטש, די גרעסטע פאנטרעגער פון ציונות און ארץ ישראל השלימה. די גרעסטע שפיכות דמים ווערט געשטיצט און אונטערגעפירט דורך די דאזיגע פרומע ציונים, און יא, איך האב נישט קיין שום פראבלעם ווען מ'חוזק'ט אפ פון ליובאוויטש און זייער א.ג. 'דרך', וואס איז היינט צו טאג לדאבונינו "ציונות בתפארתה"!

_________________

If it's good marketed you'll buy it, but if it's real you'll FEEL it




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2011 00:34 לינק ישיר 

סקאט, סתם פאר אינטערעסאנטקייט,
און מיט דעם קענסטו דיך טעסטן, - דו האסטעך דאך ליעב צו זיין פרענק און אמת'דיג.
ווען דאס העט ווען געוועזן אויף ר' משה לייב מונקאטשער'ס טיש,
וואלסטו דערצו געשאנקן אפילו א פערטל בליק דערצו.....?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-28/3/2011 23:31 לינק ישיר 

סקאט
שוין גארנישט לפי תומי
כך קבלתי ולמדתי בבית מדרשו של מרן רבינו הגה"ק שליט"א

ס'איז דא א באקאנטע דרשה פון רבינו שליט"א פון שנת תשד"מ, דער רבי איז דעמאלטס נאך ניטאמאל געווען רב אין קרית יואל, ער איז נאר געווען ראש ישיבה, און זיין שווער דער וויזניצער רבי שליט"א איז געווען אין אמעריקא, און ער איז געקומען אים באזוכן אין קרית יואל, די שטאט האט זיך איבערגעדרייט מיט פאשקעווילן (בכלל איז באקאנט אז וויזניץ איז געווען מער טריפה אין סאטמאר ווי בעלזא און גור ובדומיהן, נישט אלץ ציונות, נאר ווייל דער סיגעטער האט זיך מיט אים משדך געווען)
הקיצור, רבינו שליט"א האט דאם געהאלטן א גאר אינהאלטסרייכע באלערנדע דרשה, וואס איז א יסוד היסודות אין קנאות, דער רבי האט אויסגעשמועסט קודם דאס גאנצע ענין פון די בחירות, און דערנאך האט ער אביסל צולייגט די בחורים ווי מען גייט מיט די קאפ אין וואנט און מען הייבט נישט אן צו וויסן וואס קנאות מיינט.
דער רבי האט דערציילט אז א בחור האט אים געזאגט אז ער איז געווען פרייטאג צו נאכטס ביים שווער ביים טיש, און מוצאי שבת איז ער געגאנגען ווארפן שטיינער (אזוי האט מען דעמאלטס געלערנט קנאות אין סאטמאר, אז וויזניצער רבי קומט אויף שבת קיין וומסב"ג ווארפט מען שטיינער, פארוואס? ווייל דאס האט דער רבי ז"ל געוואלט [דא קוועטשט מען דעם היט]) און דער רבי האט אים געזאגט נישט דו האסט געדארפט גיין צום טיש און נישט דו האסט געדארפט ווארפן שטיינער, קוק נישט אויף זיין זייט.
און דער רבי האט אביסל צולייגט דעם ענין וואס ער האט מיטגעהאלטן ביים רבין ז"ל ויפיל מאל רבנים פון יענעם לאגער זענען געקומען באזוכן, און דער רבי האט זיי אויפגענומען בסבר פנים יפות, קנאות על פי תורה גייט מיט מענטשליכקייט, און די זאלונים/בני יואל זענען קנאים על פי מדות מושחתות, די שלעכטע אינסטינקטן טרייבט זיי דערצו.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2011 22:25 לינק ישיר 

אין די גרעסטע זשאוק אז טאמיר א חב"ד רב וועט אסר'ן אריזאנא ווייץ צי דעם עירוב וועלן די זאליס לויפן אויף אלע פיר כאפן פין אים א חתימה

אין זיי וועלן פארגעסן פין די אלע פורים פשטלעך

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2011 21:42 לינק ישיר 

ס'נישט געפערליך אז מ'איז אראפ פון די שינעס, דא ווערט דיסקוסירט גאר סענסיטיווע ענינים וואס איך גלייב דרוקט פילע סאטמארע חסידים, און עס מעג אויסגעשמיסט ווערן,

נעמליך מ'האט גענומען ליבאוויטש און זיי אפגעסטעמפלט כאילו דער רבי איז להבדיל א שבתי צבי און די חסידים זענען נוצרים, און אויב ר' אהרן טרעט אריין אין א בית חב"ד איז עק וועלט, שומו שמים! כאילו ער איז אריין און א קלויסטער אין זיך געטויפט,

עס מעג ברייט אויסגעשמיסט ווערן דער נושא, די אהרוני זאלמוני חאזעריי רעט מען גענוג,

אויסערדעם האט וואלןס"ח לפי תומו בארירט נאך א גאר סענסיטיווע נושא, דהיינו די ענין פון קנאות קעגן ציונות,

ביי פילע סאטמארע חסידים איז עס שוין געווארן אז טרעדישן כמצות אנשים מלומדה, אז מ'דארף אלס שרייען פוי! מ'ווייסט נישט וויזוי מבחין צו זיין לפי הזמן ולפי המאורע, איך האב נישט קיין סך צייט צו שרייבן אבער איך וועל שרייבן בקיצור, וואס איך גלייב עס ליגט אין הערצער פון פילע חסידי ותלמידי רבינו ז"ל, ותן לחכם ויחכים.

למשל יעצט ביי די איתמר שחיטה, דאס איז געווען א קלאסישע טראגעדיע ווי די וועלט האט נאכאמאל איינגעזען אין די אמתיות פון שיטת ויואל משה, ס'האט לגמרי נישט אויסגעפעלט זיך צו רייצן בעת ווען קליינע אידישע קינדער זענען בארבאריש אויסגערצח'עט געווארן,

אדער למשל ווען די בחורים אין ישיבת הרב זענען קאלטבלוטיגט ערמארדעט געווארן, האט ר' אהרן מקונן געווען די אידישע קינדער אזוי ווי עס פאסט פאר א אידיש הארץ, זענען דעמאלטס אויך געוויסע סאטמארע קנאים אין פארפירט,

ווייל לשיטתתם איז היות אין תשכ"ו האט דער רבי געשריגן אז ס'דא א בילבול המוחות, מוז מען לעולם ועד זיך אראפציען די היט ביז די נאז אין שרייען "בילבול המוחות!!!" "בילבול המוחות!!!"

וואס בילבול המוחות!? ווען בילבול המוחות!? וואס האקסטו א טשייניק, ציונות איז היינט שוין אזוי באנקראטירט צווישן חרדישע אידן,  געוויסע סאטמארע אידן כאפן זיך נישט, דער ספר ויואל משה קען מען שוין היינט טרעפן אין פילע בתי מדרשים וואס מ'וואלט זיך קיינמאל געגלייבט,

איך האף דער עולם כאפט מיין פונקט,

איך וויל נאר ציענדיגן מיט איין לעצטע סטעיטמענט,

אויב בשנת תשע"א איז נאך אלס דא די זעלבע בילבול המוחות ווי בשנת תשכ"ו, איז דער סאטמאר רבי זצ"ל דער גרעסטער לוזער, איך אקצעפטיר דאס נישט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2011 21:10 לינק ישיר 

סקאט ביסט פארפארן פון די שינעס.

מ'איז נישט דן צי דער ליבאוויטשער רבי איז גערעכט אדער נישט. מיט וואס א רעכט האבן די קווינסער מושחתים אפגעחו'זקט פון אלע רבנים, חוץ פון זייערע שטריקעס.

עס איז נישטא נאך אזא שטריק ווי זאלי, האט מען פון אים אפגעחוזק'ט = ניין.
עס נישטא נאך אזא ליצנות ווי די פורים בית דין, האט מען פון זיי אפגעלאכט = ניין.

פון יענעם מעג מען, אבער פון זיך מאכט מען פתח שין.

בכלל איז עס א גאר א געמיינע זאך, די זאליס געבן א הכשר אויף א ליובאוויטשער וויין, עס זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז איינער אין 770 זוכט דעם הכשר פון די פארקריפלטע זאלי ליצים, וואס ווייסן נישט וועלכע ברכה מ'מאכט אויף וויין.

יעצט, צי וואס מאכסטו חוזק פון זייער אדמו"ר?
ווי איז דער לאגיק פון די משוגעים?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2011 21:06 לינק ישיר 

אקעי סקאט לאמיר דיר געבן א תירוץ,

איינער וואס זאגט ער איז משיח, טראכט אריין וואס ער זאגט, עס איז נישט אזוי ווי די מעשה מיט רבי יונתן די מחבר פון יום שבת קודש הוא, וואס מען זינגט און כמה מקומות פרייטאג צו נאכטס, אדער אזוי ווי דער וואס האט פארקויפט אז ער איז די דובנא'ר מגיד דארט קען מען אנרופן אז ער איז געווען א שווינדלער, און באנדיט,

אבער אויב עס קומט איינער און ער איז מרמז אז ער איז משיח, שומו שמים, די פארשטייסט וואס דאס מיינט? איינער וואס ער וויסט קלאר ביי זיך אז ער איז נישט משיח, זאגט אז ער איז משיח, וואס דען איז ער אויב נישט קיין מין, און דאס וואס די זאגסט אז ער האט נישט עוקר געווען פון די תורה, פיין ער איז נישט קיין שייגאץ ער איז נאר אפיקורס, אקעי איך בין מודה שבתי צבי איז געווען ערגער, אבער דאס נעמט נישט אוועק אז ליבאוויטשער איז נישט געווען קיין מין,

און דאס וואס די פרעגסט מהיכי תתי ער האט געהאלטן אז ער איז נישט ראוי צו זיין משיח, ווייל ער איז דאך נישט געווען א משוגענער פון גאס, און ער האט געוויסט אז ווי גרויס מען איז קען מען זיך נישט אפמאכן אז מען איז משיח, עפעס א גילוי מוז ער באקומען,

און דאס וואס די זאגסט אז ער האט נישט געזאגט אז מען זאל זיף פאקן און גיין, פיין זוי וואס איז? אויב האט ער מרמז געווען אז ער איז משיח נישט קיין נפק"מ פונקטליך וואס ער האט געזאגט, און וויאזוי ער האט עס געזאגט, אויב איינער איז מרמז אזאנס, און דערנאך האלט ער מיט איז און מיינע אויגן א מין

און צום סוף ווי איך זעה איז יעדער שוין מסכים אז פון א מין מעג מען חוזק מאכן, נאר די טענה איז אוי ער איז געווען א מין צו נישט, פיין און דעם מעגן מיר זיך קריגן, און אויב האלטן מיר אז ער איז א מין האבן מיר גענוג זאכן אויף וואס זיך צו אנכאפן, מילא פארוואס איז עס אזא עולה אז מען האט פון עם חוזק געמאכט,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2011 20:57 לינק ישיר 

AP
אז דו לייגסט אריין דעם ליבאוויטשער אין איין סוג מיט קוק ימ"ש דארפסטו א גרויסן דאקטאר
דאס ווייזט אז דו האסט נישט קיין מושג אין קורות היהדות

און צום לעצט, זאג דיך נישט אזוי צי אז דיין רבי וועט קיינמאל אריינגיין אין א בית חב"ד, יו נעווער נאו

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2011 20:55 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
פארוואס ווען איינער איז מרמז אז ער איז משיח און די צייט וואס ער ווייסט אז ער איז נישט איז ער א "מין", ער איז העכסטנס א ליגנער און א שווינדלער, פארוואס עפעס "מין"?

בשלמא ווען ער הייסט ווען אידן צו עובר זיין אויף דת תוה"ק ווייל ער איז משיח, למשל ווי להבדיל שבתי צבי וואס געהייסן מאכן א סעודה תשעה באב, אדער ער האט געבראטן א קרבן פסח מיט די חלב און געמאכט די ברכה ברוך מתיר אסורים, הייסט דאס א מסית ומדיח ואפיקורס, אבער איינער וואס איז מדריך זיינע חסידים לילך בדרך התורה והיראה כפי השגתם ושיטתם ומסורתם, פארוואס ווערט ער א "מין" מיטן מרמז זיין אז ער איז משיח?

שנית, מהיכי תיתי אז ער האט געהאלטן אז ער איז נישט ראוי צו זיין משיח?

שלישית אפי' דאס וואס ער האט יא געזאגט (וואס מ'קען זיך דינגען וואס ער האט געמיינט), האט ער דאך פארט נישט געזאגט אז משיח איז שוין דא, הגיע זמן גאולתכם יעדער זאל זיך פאקן זייער האב און גוטס און ארויפגיין קיין ארץ ישראל ווייל דער גואל איז שוין דא, פונקט פארקערט ער האט געהאלטן אין איין געזאגט אז מ'זאל מתפלל זיין אז משיח זאל נתגלה ווערן און דער אייבישטער זאל אונז ארויסנעמען פון גלות, דאס מיינט אז אפי' די גרעסטע משיח'יסט האט קיינמאל נישט געהאלטן אז משיח איז שוין געקומען, דאס קען מען זיכער נישט אנרופן א משיח שקר, דאס גאנצע פראבלעם אז זיי האבן איבערגעטריבן זיין גדלות אז ער איז "ראוי" צו זיין משיח, וואס קען זיין אז אפשר האט ער אויך געהאלטן אז ער איז "ראוי"

עכ"פ אי משום הא, וועגן משיח'יזם זעה איך נישט קיין שום מקום לומר אז ער איז געווען א אפיקורס.


כיהודה ועוד לקרא פרעג איך די זעלבע קשיא
אויב האט ער געהאלטן א ער איז ראוי צו זיין משיח איז ער שוין א מין?
איך קריך נישט ביז בר כוכבא, ס'איז דא א באקאנטע מעשה פון איינעם וואס איז געקומען צום טשערנאבלער מגיד און זיך איינגעשפארט מיט אים, ווען ער איז ארויס האט דער מגיד דערציילט אז ער איז געקומען זאגן אז ער איז ראוי צו זיין משיח און ער וויל וויסן אויב ער קען שוין קומען, האט דער מגיד אים געזאגט אז ניין, האט מען אים געפרעגט פארוואס האט ער אזוי געענטפערט, האט ער געזאגט, אז איינער טראגט זיך אליין אן דער קען נישט זיין משיח
לשיטתך פארוואס האט אים דער מגיד נישט אנגעכאפט ביי די קראגן און ארויסגעווארפן, אזא מין אפיקורסות!
נאר וואס, דאס האט נישט מיט אפיקורסות קיין שייכות, אזוי לאנג ווי ער הייסט נישט עובר זיין אויף די תורה

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2011 20:39 לינק ישיר 

פארוואס ווען איינער איז מרמז אז ער איז משיח און די צייט וואס ער ווייסט אז ער איז נישט איז ער א "מין", ער איז העכסטנס א ליגנער און א שווינדלער, פארוואס עפעס "מין"?

בשלמא ווען ער הייסט ווען אידן צו עובר זיין אויף דת תוה"ק ווייל ער איז משיח, למשל ווי להבדיל שבתי צבי וואס געהייסן מאכן א סעודה תשעה באב, אדער ער האט געבראטן א קרבן פסח מיט די חלב און געמאכט די ברכה ברוך מתיר אסורים, הייסט דאס א מסית ומדיח ואפיקורס, אבער איינער וואס איז מדריך זיינע חסידים לילך בדרך התורה והיראה כפי השגתם ושיטתם ומסורתם, פארוואס ווערט ער א "מין" מיטן מרמז זיין אז ער איז משיח?

שנית, מהיכי תיתי אז ער האט געהאלטן אז ער איז נישט ראוי צו זיין משיח?

שלישית אפי' דאס וואס ער האט יא געזאגט (וואס מ'קען זיך דינגען וואס ער האט געמיינט), האט ער דאך פארט נישט געזאגט אז משיח איז שוין דא, הגיע זמן גאולתכם יעדער זאל זיך פאקן זייער האב און גוטס און ארויפגיין קיין ארץ ישראל ווייל דער גואל איז שוין דא, פונקט פארקערט ער האט געהאלטן אין איין געזאגט אז מ'זאל מתפלל זיין אז משיח זאל נתגלה ווערן און דער אייבישטער זאל אונז ארויסנעמען פון גלות, דאס מיינט אז אפי' די גרעסטע משיח'יסט האט קיינמאל נישט געהאלטן אז משיח איז שוין געקומען, דאס קען מען זיכער נישט אנרופן א משיח שקר, דאס גאנצע פראבלעם אז זיי האבן איבערגעטריבן זיין גדלות אז ער איז "ראוי" צו זיין משיח, וואס קען זיין אז אפשר האט ער אויך געהאלטן אז ער איז "ראוי"

עכ"פ אי משום הא, וועגן משיח'יזם זעה איך נישט קיין שום מקום לומר אז ער איז געווען א אפיקורס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2011 20:29 לינק ישיר 

סוי בר כוכבא איז גארנישט געווען ראנג ווייל ר' עקיבא האט זיך אויך טועה געווען? ניין ר' עקיבא האט געהאט די זכי' אז ער האט זוכה געווען איינצוזעהן די אמת, סוי איך פארשטיי נישט וואס די ביסט דא בכלל מדמה, און יא אפשר איז דאס א לימוד זכות פאר די ליבאוויטשע חסידים, אבער פאר דער וואס האט פון זיך אליינס געהאלטן איז טאקע געווען אזוי ווי בר כוכבא

און יא די ליבאוויטשער האט מיטגעשפילט אז ער איז משיח, און דאס וואס די רעדסט וועגען שלימות הארץ, איז פרעגסטו מיר אפ אדער לייגסט נאר צו? איך וויל רעדן א אזך וואס איז קלאר פאר יעדן אז איינער וואס האלט אז ער איז משיח איז א מין,

און האנדא איך דארף דורכלערנען די ויוא"מ אדער אדורכשמועסן מיט די ליבאוויטשער וואס זייער רבי האט געהאלטן,

סוי יעצט איז די גאנצע וויכוח צו ער האט יא מיטגעהאלטן צו ער האט נישט מיטגעהאלטן, איך האלט אז ער האט יא מיטגעהאלטן, און אפילו פון סקאט'ס ווערטער איז אויך משמע אז ער האט מיטגעהאלטן,  מילא איז נישט קיין שום פראבלעים אז מען רייסט עם אונטער, יעצט אויב האלטסטו אז ער האט נישט מיטגעהאלטן האב אעיך סיי ווי נישט מיט די זיך וואס צו טענה'ן,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2011 20:08 לינק ישיר 

אזוי נישט צו דער זאך? רח''ל דער ליבאוויטשער האט און זיין לעבן נישט געזאגט, אדער מרמז געווען אז ער איז משיח! פארשטאנטא?

צווייטענס די גרוויסער הייליגער רבי עקיבע האט אויך געמיינט אז בר כוכבא איז משיח, ער האט אויף אים געליינט דעם פסוק דרך כוכב מיעקב, עיין בספה''ק ויואל משה סוף מאמר א' איז ער דען געווען אן אפיקורס? ח''ו די גמרה זאגט בס''ה ''טעה'' ער האט זיך טועה געווען, זה הא!

פארוואס עס קען זיין אז דער ליבאוויטשער איז אן אפיקורס איז צילוב דעם, ווייל ער האט געהאלטען אז שלימות הארץ איז א מצוה, און מען איז זיך מחיוב מוסר נפש זיין דעראויף, דאס איז לויטן הייליגן ויואל משה אפיקורסת, ווייל יודן טארן נישט האבן גיין אייגען לאנד, ביז משיח וועט קימען,

מאנכע ליבאוויטעשער זאגן אז ער האט נישט געהאלטען אז שלימות הארץ איז א מצוה צילוב א אייגן לאנד, נאר צילוב די אראבישע רוצחים, עס איז אן ענין פון פק''נ, לויט דעם איז גאר קיין אפיקורס קיינמאל נישט געווען, בס''ה גיט פאריקט! פארשטאנטא?

מר AP איך וואלט דיר געראטן דירוך צו לערנען דעם הייליגען ויואל משה פאר די שרייבסט און די דאזיגע ענינים!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווי איז שכל? לצנות מהרבי מליבאוויטש ברבים?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext