בית פורומים כל העולם כולו

ווי איז שכל? לצנות מהרבי מליבאוויטש ברבים?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/3/2011 04:48 לינק ישיר 

ס'איז קלאר אז ס'איז כנגד התורה און דערצו קאנטער-פראדוקטיוו צו נעמען א מענטש פריוואט און חוזק מאכן פון אים, דערצו ווען יענער איז געווען א מנהיג פון טויזנטער אידן - ווער ס'פארגלייכט ליובאוויטש צו קוק ימ"ש האט נישט קיין השגה ווער הרב קוק איז געווען, און נישט ווער ליובאוויטש איז געווען.

ס'איז אויך שווער צו זאגן אז דער ליובאוויטשער איז א מין בלויז דערפאר וואס ער האט ערלויבט זיינע חסידים צו 'שפילן משיח', טראץ וואס ס'איז יא גאר נאנט דערצו, און מ'האט געמאכט דערמיט ביטער ליצנות פון דאס הייליגסטע און טייערסטע ביי כלל ישראל - מיר האבן בקבלה אז משיח וועט זיין עמיצער וואס איז גרעסער ווי משה רבינו, און נישט סתם קיין ילוד אשה מבינינו (כ'וואלט זיך ערלויבט צו נוצן דערויף אן אויסדרוק פון גדולי ישראל ביי אנדערע ענליכע טעמעס, אז מ'איז נישט קיין אפיקורס וועט מ'זאגט אזוי, אבער נאר אפיקורסים זאגן עס).

פון די אנדערע זייט מוז אבער קלאר און שארף ארויסגעברענגט ווערן אז "ציונות האט ליידער נישט באנקראטירט!".

יא, ריכטיג, דאס 'פרייע' ציונות האט באנקראטירט, אבער בימינו אלה שטייען מיר אין סאמע רעכטן אויפפלאקערונג פון די פרומע ציונות. מיר זענען שוין געקומען צו די צייט וואס מ'האט אנגעטון פאר הערצל ימ"ש א ספאדיק מיט א שטריימל, און אויך א קנייטש הוט.

היינט צו טאג זענען ליידער די פרומע אגוד'יסטן, אין שפיץ פון ליובאוויטש, די גרעסטע פאנטרעגער פון ציונות און ארץ ישראל השלימה. די גרעסטע שפיכות דמים ווערט געשטיצט און אונטערגעפירט דורך די דאזיגע פרומע ציונים, און יא, איך האב נישט קיין שום פראבלעם ווען מ'חוזק'ט אפ פון ליובאוויטש און זייער א.ג. 'דרך', וואס איז היינט צו טאג לדאבונינו "ציונות בתפארתה"!

_________________

If it's good marketed you'll buy it, but if it's real you'll FEEL it




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2011 14:27 לינק ישיר 

סטראבערי כתב:
סקאט, סתם פאר אינטערעסאנטקייט,
און מיט דעם קענסטו דיך טעסטן, - דו האסטעך דאך ליעב צו זיין פרענק און אמת'דיג.
ווען דאס העט ווען געוועזן אויף ר' משה לייב מונקאטשער'ס טיש,
וואלסטו דערצו געשאנקן אפילו א פערטל בליק דערצו.....?


העטעך פעטעך
אזוינס קען נישט פאסירן ביי קיין איין חסידות
נאר אין סאטמאר קען דאס פאסירן
און ב"ה אונז האב מיר זיך אפגעשאקלט פון די סארט וועגן

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2011 16:58 לינק ישיר 

עי פי!

איך וויל דיר זאגן איך האב דורכגעליינט די גאנצע אשכול,

ווען דו זאגסט ווען אז ליבאוויטש אפיקורסים, מינים, שקצים, וכו' וואלט איך דיר אנגערופן א בני יואלער טיפוש!
יעדע ווארט וואס אפאר אפגעפליקטע טירנויער ליידיגייערס האבן אפגע'משפט אויף א מענטש קויפסטו אפ, אנא פארוואס און אנא פארווען.....

נו, א תינוק בינעך נישט אינטערעסירט צו ענטפערן!
אבער צו זאגן אז א סאטמארע רבי טאר נישט אריינגיין אין א בית חב"ד?????????????????

זאג, דו מצה טאש!

אין א טעמפל אין באראפארק ווי עס הענגט א מגן דוד פון  הינטן מעג א סאטמארע רבי זאגן א שבת שובה דרשה????????????
דאס האסטו יא מתיר געווען?????????

זדשיגאן מעג אלעס און איך טוה גארנישט! הא לן והא להו...........


אבער, דאונט געט מי ראנג! נישט וועגן דעם גייט סאטמארע רבי שליט"א דאווענען אין חב"ד! רבינו שליט"א דארף ב"ה נישט אנקומען צו זדשיגאנס היתירים און פסקים! ער האט געלערנט און לערנט ב"ה גענוג און האט גענוג א דעת תורה!
רבינו שליט"א גייט אריין אין בית חב"ד ווייל ס'נישט דא קיין שום פראבלעם דערמיט! אחוץ אפאר געזאלצענע שמאלץ הערינג פרעסער און פיס קראצער די גרעסטע בעלי מחלוקות פון די אידישע היסטאריע האט קיין איד פון כלל ישראל בכלל און פון סאטמאר בפרט נישט קיין שום פראבלעם דערמיט!! אויב האסטו א פראבלעם דערמיט קענסטו עס צולייגן צו איינע פון די שמוציגע וויליאמסבורגע מערכות וואס זענען אויפגעברענגט געווארן מטעם ר' מנשה מראסס והלישקע, ווי גל פז, פרעס טראק, מוסטשער קיור, עירוב, אא"וו

הייסט דא שטעקט אידישקייט????
צו גיין אין א בית חב"ד דאווענען??????????
איך זעה דיין ווייטאג, רבי זלצמאן פופט נעבעך אוועק א גאנץ יאר ווי אין א בערן שלאף אינדערהיים, קיינער רופט אים נישט, פארט נאר ארום ווען ער קען באקומען אביסל אטענשאן אדער ס'איז א שעת הדחק און דערזעהטצעך אז מ'דארף אביסל אויפהייטערען די זאליבענצעס און גבאי קאמפוט מאכט זיכער אז דאס מאל איז מען גוט צוגעגרייט, מעטצעך נישט צישניידן די הענט..... וכדו' יעצט קען מען פארן! ווען זדשיגאן וואלט ווען ארום געפארן אויפטוהן פאר אידישקייט, כשרות, שחיטה, וכדו' ווי סאטמארע רבי שליט"א טוהט, גלייב איך אז דו וואלסט גאר אנדערש גערעדט.... חוץ אויב די סאוסיידער זאליס וואלטן באשלאסן אז זדשיגאן זאל דאווענען ביחידות ווען ער איז אינטערוועגנס ווי איידער אריינצוגיין אין א בית חב"ד וואס די רביזיכרונעליבראכע פלעגט גיסן טרערן אין תקט"ש יארן  ביי די בלק תורות אויף די פרצה פון אריינגיין אין א בית חב"ד בכלל און אויף די וואס........... איך וויל נישט ארויסזאגן...................................

דאווענען חלילה דארט!
בעוונותינו הרבים!

און לאמיר גיין טיפער, ווייל סאטמארע רבי דאווענט אין חב"ד מעג שוין פיש פון קווינס חוזק מאכן פון א רבן של ישראל אויפן טיש פון זדשיגאנען..........

זאג, ר' שימעלע דיין רביס רבי מובהק איז  נישט געווען אזא ציוני, אפיקורס, און איך ווייס וואס נאך ווי דער לעבאוויטשער רבי?????????
ס,איז ענק ניטאמאל בייגעפאלן חוזק צו מאכן אים, הא?????

עטס האטס נישט געוואלט זעהן זדשיגאנען ארויף לויפן אויפן טיש און ארויסטראסקענען פיש פון קווינס ביים קארג פון ביהמ"ד
האבענדיג די חוצפה חוזק צו מאכן לפניו מרבו הגדול שלמדו תורה וחכמה......


בקיצור, איך זעה אז פונעם טעמפל שבת שובה דרשה אין בארא פארק האסטו שוין לאנג פארגעסען....... אזש דו לויפסט שוין יענעם נאך קוקן ווי ער דאווענט ר"ל.............

זיי מוחל און טראכט אביסל פאר דו רעדטסט

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2011 18:15 לינק ישיר 

די קנאות פון רביה"ק זי"ע איז געווען פול מיט שכל, באגלייט מיט אהבת ישראל.

די קנאות פון די זאלונים איז פול מיט טפשות, באגלייט מיט רשעות און שנאת חנם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווי איז שכל? לצנות מהרבי מליבאוויטש ברבים?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.