| נשלח ב-27/3/2011 21:57 |
|
| |
טויזנטער ערוואטעט צו מעמד לוי' לעצמות האחרונות מיפו
מארגן מאנטאג וועט פארקומען אין ירושלים עיה"ק א מעמד לוי', אויפן רוף פון די חברי הבי"ד הגדול שבירושלים, צו באגלייטן די לעצט פארבליבענע אויסגעגראבענע עצמות פון די אלטע ביה"ח אין יפו, וועלכע זענען ליידער אויסגעגראבן געווארן אדאנק די הליכה לבג"ץ פון אתרא קדישא און משתדלים, נגד דעת רבותינו הקדושים.
די באשלוס פון בי"ד קומט נאכדעם וואס די ועד למניעת חילול קברי ישראל האט ערהאלטן פון די ארכילאגן די בילדער פון די קברים, (דאס וואס ביז היינט פלעגט אתרא קדישא באקומען פון זיי), און זיי האבן דאס אריבערגעשיקט אין בי"ד, און נאכן גוט באטראכטן די בילדער, אינאיינעם מיט מומחים, שטעלט זיך ארויס אז אויף עטליכע פון די ארום 20 קברים איז דא א ערנסטע חשש אז דאס איז קברי קדמונים, (עס איז געווען שכוב כדרכו, ועוד), און דעריבער וועט מען פארופן א ריזיגע מעמד, צו באגלייטן די ארונות מיט כבוד, און אויסשרייען די ווייטאג אויפן חילול הקברים וואס ווערט פראקטיצירט דורך די ממשלת השמד אן קיין שום אפהאלט (דארט וואו די בוי-אונטרענעמער וויל דאס, און ער באשטעלט נישט קיין משגיח). ערליכע אידן וועלן אוודאי אין די צייט מתפלל זיין, אז אויך די אידישע מחללי קברים, זאלן נישט מצליח זיין, נאר זיי זאלן ווייטער פאלן, כאשר החילות לנפול וגו', להעביר את רוע הגזירה וואס זיי האבן אנגעברענגט. (צו פארשטיין אביסל דעם כאשר החילות לנפול, ליינט דא ווייטער).
=======
ביים זיצונג אין בי"ד פארגאנגענעם מיטוואך, האבן די אתרא קדישא טעראריסטן פארלאנגט אז דער מעמד זאל זיין א "עצרת מחאה גדולה" און זיי האבן געהאט א ליסטע מיט פלעצער וואו מען גראבט יעצט קברים כפי גירסתם, און אז דער מעמד זאל זיין א אפיציעלע מחאה פון בי"ד אויף די אנגעגעבענע חילול הקברים.
רוב חברי הבי"ד האבן דאס אפגעווארפן, זאגנדיג אז אזוי ווי די לעצטע האלב יאר וועלן זיי אצינד אויך מוחה זיין אויפן עצם חילול קברים וואס די א"ג אידישע מדינה לאזט ציה און פירט אן, אבער א אפיציעלע מעמד מחאה פון בי"ד קען נאר זיין ווען עס האנדלט זיך פון א פלאץ וואס עס איז דא א קלארע מצב אז מען גראבט דארט יעצט קברים, און מען פרובירט צו טוהן וואס מען קען, און בי"ד זעהט אז ס'איז נישטא מיט וועמען צו האנדלען, און עס בלייבט נאר איבער צו ארויסגיין אויף א מחאה. אבער בשו"א וועט בי"ד מער נישט חתמנען אויף קיין עצרת מחאה אויף א ספעציפישע פאסירונג, אן צו זיין פארמישט אין די פארהאנדלונגען.
דאס קומט נאכדעם וואס די בי"ד האט געזעהן אין די לעצטע האלב יאר ווער די א"ג עשקני"ם זענען, און אז די מחאות זענען ליידער אן קיין שום קאנטראל, און אן קיין שום ציהל עפעס אויפצוטוהן, א שטייגער ווי אין יהוד, וואו די נייע ועד האט געהאט א פולע קאנטראל, און מען האט מוחה געווען אויפן ועד אנשטאט אויף חילול קברים, און בשעתו האבן די חברה שיעור אריינגעשלעפט די בי"ד דערין, אויף וואס די בי"ד איז זייער ברוגז געוועהן.
דעריבער איז טאקע ארויס די החלטה אז דער מעמד וועט זיין א "מעמד לוי" פאר די עצמות, און עס וועלן אויך געהערט ווערן דרשות באופן כללי בגנות פון די ממשלה און די רשעי הארכילאגים וועלכע טוען אויסגראבן קברים מיט זייער בלוטיגע הענט אן קיין שום פחד און רעספעקט פאר קברי ישראל.
אתרא קדישא האט נאך פרובירט צו בערנגען באווייזן איבער איין פעלד אין "יבנה", וואו לויט זייערע ווערטער איז מען דארט יעצט מחלל קברים, אבער איינער פון די רבנים האבן פארציילט אז עס זענען דא אנדערע עסקנים וואס טוען אין די נושא, און מען קען נישט מאכן אזא סארט מאחה ביז מען הערט נישט אלע צדדים, און אזוי איז אנגענומען געווארן.
(אין ליכט פון דעם דורכפאל וואס די טעראריסטן האבן געהאט אין בי"ד, האבן זיי אויך געדרוקט אייגענע צעטלעך, מיט אייגענע ווערסיעס איבער א עצרת מחאה, מיט אויסגערעכנטע פלעצער אויף וואס מען גייט מוחה זיין. זאל עס זיי וואויל באקומען).
==========
אצינד, גרייט מען זיך אויפן מארגנדיגן מעמד, וואו מען וועט לייגן דעם ביטערן "חותם" אויף "פרשת יפו", וועלכע ווערט ליידער געשלאסן מיט א שווערע ענדע, וועלכע וועט געדענקט ווערן פאר א אייביג שאנדע, סיי אויף די ציוניסטישע מדינה און זייערע מחללי קברים, און סיי אויף די מיליטאנטישע מחריבים-גרופע וועלכע האט נישט צוגעלאזט די פארהאנדלונגען און געבערנגט צו דעם ביטערן ענדע!
תוקן על ידי FiveBoro ב- 27/03/2011 22:54:39
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2011 22:01 |
|
| |
אגב, דאס וואס בחדרי ברענגט א בילד וואס באווייזט אז ס'זענען געווען קברי נוצרים, דאס איז א אמתער בילד, אבער דאס באווייזט נישט אויף אלע קברים, ווי פריער געשריבן אז א חלק זענען גאנץ זיכער יא אידישע קברים.
(וואלט ווען הרב שמידל שליט"א געלאזט דעם משגיח פון בי"ד אריינגיין בעפאר, מיט א יאר צוריק, און באקוקן דאס פלאץ, וואלט מען געוויסט מער קלאר וואס דארט איז געווען, אבער ליידער זענען געווען דא אנדערע אינטערערסן, און דעריבער מוז מען זיך פארלאזן אויף די השערות).
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 02:14 |
|
| |
פיוו בארא פון וואנעט ווייסטו אז עס איז א ריכטיגער בילד? מיינס די ארכיאלאגן זענען נישט חשוב אויף זיופים? כבר היה לעולמים
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 04:32 |
|
| |
עפשטיין וואס פארשטייסטו נישט, אויב שפילט עס מיט זיין פאליטיק, טראסט מען די ארכילאאגן ווי א דור ישרים טעסט, און ווען פארקערט, איז פארקערט...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 17:37 |
|
| |

_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 18:13 |
|
| |
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 18:42 |
|
| |
א ריזיגער מאסן ציבור האט זיך היינט פארזאמעלט אויפן רוף פונעם בי"ד הגדול שבירושלים, צו באגלייטן די עצמות צו זייער מקום קבורה, און מוחה צו זיין על העבר און מתפלל זיין על העתיד, עס זאל בטל ווערן די גזירה פון חיטוטי שכבי פון די ציונים, און "להתפלל על הכלל ועל הפרט הזקוקים לרחמי שמים מרובים" (לשון הביד"צ). עס איז געווען א גרויסער כבוד שמים די אלפים באטייליגטע, און דאס האט ווידעראמאל געוויזן אז נצח ישראל לא ישקר, ערליכע אידן ווייטאגן אויף חילול קברי אבותינו, אפגעזעהן ווער עס איז דער שולדיגער אין אלעם, איז אבער דער ווייטאג קלאר אז די ציונים מיט זייערע רשעים די ארכילאגן זענען די פאקטישע קברים גרעבער, און אונז זעמיר מתפלל אז זיי און אזוי אויך די אלע גורמים דערצו וד"ל זאלן האבן א מפלה, און די גזירה פון חיטוטי שכבי זאל בטל ווערן. 
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 18:45 |
|
| |
אין די זעלבע צייט וויל איך בעטן מחילה פון יעדן עסקן, רב, וכדומה וואס וועט ווערן ארונטערגעריסן דורך יצחק ווייס אויף סיי וואסערע אופן א דאנק אונזערע תגובות, מיר האפן אז זיי וועלן אונז פארגעבן דערויף.
און צו די פארווייטאגטע מקללים: די שרייעדיגע ווייטאג איז פארשטענדליך, די שקרים עפיזאדן זענען ערווארטעט, אבער א לייזונג וועט דאס נישט זיין.
שפרו מעשיכם! ותו לא.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 18:57 |
|
| |
עפשטיין: זיי האבן ליידער נישט קיין שום פראבלעם אז עס זאל זיין אידן, ועוד, זיי קענען זיצן פאר אזא בלאף. (נישט דאס איז מיין סארס, דאס קען איך דיר אבער זאגן).
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 19:14 |
|
| |
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 19:27 |
|
| |
און אז יצחק ווייס ליינט יא וואס איך שרייב, לאמיר אים פרעגן א פראגעלע:
האסט געשריבן די וואך אין דער איד, אז מען זאגט אז יעצט האט מען שוין געענדיגט אויסגראבן אלעס [ליידער, אדאנק אתרא קדישא], אבער ר' דוד שמידל שרייט געוואלד, אז ס'איז נאך דא פילע קברים וואס די ארכילאגן האבן פריי געלאזט פאר די בויער אליינס מהרס צו זיין. [א מציאות וואס האט נאכנישט פאסירט און קען נישט פאסירן].
וויל איך דיר פרעגן: אתרא קדישא האט שוין א יאר צייט נישט קיין תעודות [פערמיט'ס] אריינצוגיין אין פלעצער ווי די ארכילאגן ארבעטן, זינט זיי האבן דאס פארפאטשקעט מיט זייערע פאריקטע מערכות אן קיין שכל און אן קיין ציהל צו ראטעווען קברים.
שטעלט זיך די פראגע, מיט וואספארא ליצנות קומטסטו שרייבן אז ר' דוד שמידל שרייט בלא בלא וגו'. ווער שרייט און וואס שרייט ער? ער איז דארט געווען??? ער האט א השגה וואס דארט טוט זיך? דו ווייסט נאך אפילו וויאזוי די פלאץ זעהט אויס? אלעס וואס דו ווייסט יא איז דאך נאר פון אינפארמאציע וואס קומט טאקע פון די רשעים פון די אריכלאגן, טא וואס קומסטו פארקויפן לאקשן וואס ר' דוד שרייט געוואלד? מיינסטו אז מיר זענען גלאטע קעלבער?
איך פארשטיי, עס איז ענק שווער זיך צו געזעגענען פון די מערכה אין יפו, עטס ווילטס שטארק אז מען זאל דארט קענען מחלל זיין נאך קברים, אזוי אז אתרא קדישא זאל בלייבן נאך אביסל אויף די העדליינס, אבער: קומענדיגע מאל זעה נאר בעסער זיך אפצושמועסן מיט אלעמען, ווייל אין די גליון העדה איז יא געשטאנען די אמת, אז די פרשה איז געשלאסן. און סייוויאזוי, כבין נישט באזארגט, איר וועט נאך בלייבן אויף די נייעס. עטס קענטס נאך ווייטער שרייען חיפה, ווייטער שרייען יבנה, ווייטער שרייען רמלה, שרייט און שרייט און ווערט נישט הייזעריג.
איין זאך זאלט עטס אבער חלילה נישט טוהן: פרובירן זיך אראפצוזעצן מיט איינעם פון די קבלנים, און זעהן בדרכי נועם אויסצוארבעטן אז מזאל משגיח זיין אויף די קברים. דא זאלט איר נישט טוען! דאס איז נישט די דרך פונעם רבי'ן ז"ל!.
אגב, ווען גייט אתרא קדישא מוחה זיין אויף די חילול "קברי ישראל" (בודאי) אין רחוב שמעון בן שטח?
תוקן על ידי FiveBoro ב- 28/03/2011 19:29:02
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 23:05 |
|
| |
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2011 01:08 |
|
| |
טוט'ס א טובה, האט'ס רחמנות אויף דעם אפגעריסענעם פייף בארא און ענטפערט'ס אים אביסל. ער איז אזויפיל משקיע אין תגובות שעות ארוכות זיצט ער און שרייבט לטובת מרן הגאון הגדול רבי אהרן יאקטער שליט"א מגדולי תלמידי החזו"א והגרי"ז מבריסק, און קיינער דא שפייט אפילו נישט צו זיין ריכטונג ? באמת נישט שיין. רבותי וועקט אייך אויף. מילא, דאס אז ער איז קוים ארויס פון די ווינדלען, און ווייסט ווייניגער וויפיל די טעקסי דרייווער'ס וואס פירן דעם עולם טעגליך קיין יפו, דאס איז נישט קיין סיבה אים אזוי צו פייניגן און זיך נישט וואוסנדיג מאכן פון אים, און פון זיינע לענגערע און שיינע באלד תגובות. עס איז דאך זייער מערקווירדיג זיין גרויסן ווייטאג וויינענדיג מיט זיינע קראקאדיל טרערן אויף חילול קברי ישראל, ווי ער ברענגט ארויס אין זיינע אלע תגובות זיין שרעקליכע ווייטאג איבער דעם מצב פון די איינצעלנע אידישע קברים צווישן די אלע גוי'אישע קברים, וועלכע זענען נעבעך נתחלל געווארן, מיט די שולד פון וכו'. אבער רבותי האט'ס רחמנות אויף א צובראכענעם איד, ער האט זיך אריינגעלייגט אין די פרשה פון יפו, ער ליינט דורך יעדע וואך ישר והפוך דעם איד און בלאט און גליון העדה, און ער שמירט דא אן דעם גאנצן פארום מיט גרויסע און קליינע אותיות, ביטע זייט מכיר אין די שווערע עבודה, און זייט מגיב כאטש מיט איין ווארט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2011 18:10 |
|
| |
צמח, איך האב נישט פארשטאנען וואס דו פרעגסט, פרעג איבער ביטע.
|
|
|
|
|