בית פורומים אידישע געדאנק

חיי שעה: דער אהרונישער "ניצחון" אויפן נייעם שוהל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/3/2011 23:49 לינק ישיר 
חיי שעה: דער אהרונישער "ניצחון" אויפן נייעם שוהל

עס איז אומגלויבליך אז נאך צוועלעף יאר פון לעבן אין עולם הפאנטאזיע און פראווען א חיי שעה, זענען נאך אלץ די אהרונים די זעלבע נארישע אינגלעך ווי פאר צוועלעף יאר צוריק, און פאר אביסל חיזוק לראות את הצאן, וועט מען פאברעצירן ספינס און דריידלעך, וואס קענען האבן דאס מערהייט א קיום אויף ווייניגער ווי פיר אין צוואנציג שעה, אלעס מיטן חשבון אז איינס מיט איינס איז א חלה דעקל, און אז די גאנצע וועלט קען מען פאפן אויף דעם שטייגער.

 

לאמיר אריבערגיין א שטיקל כראנאלאגישן באריכט ארום דעם בית המדרש הגדול והחדש אויף בעדפארד ווילסאן, דערנאך וועלן מיר זיך נעמען צו דעם גרויסן "געוואונס" וואס די אהרונים האבן נעכטן אפגעהאלטן.

 

פאריאר חודש אייר, האבן די אהרונים אונטערגעצינדן א פייער אינעם בית המדרש החדש. דער רעזולטאט דערפון איז געווען ווי זיי האבן זיך געוואונטשן, און די פייער דעפארטמענט האט פארמאכט דעם בית המדרש מיט א וועיקעיט ארדער, וואס מיינט אז קיינער טאר נישט אהין אריינגיין צוליב סכנה. ביז ווילאנג עס ווערט נישט פאראכטן אלע ווייעלעשאן'ס, וואס ציהט אריין אין ריזיגע סכומים, איז דער בנין געשלאסן. ווי שוין דערמאנט האבן דאך די אהרונים בכלל נישט קיין אינטערעס צו צושטערן יענעם, זיי זענען פשוט פארנומען בויען זיך אגאנצן צייט, און דאס זענען איינע פון די דוגמאות..

 

א שטיק צייט שפעטער האבן זיי באשלאסן אז אויב זיי האבן געקענט מיט דעם פייער אפשטעלן די באנוץ פונעם בנין, מסתם זענען זיי די בעלי בתים, כדרכם זענען די בעלי דמיון אריין אין עקסטאז מען האט אנגעהויבן פלאנירן וויאזוי מען נעמט איבער דעם בנין החדש. יצחק ראזענבערג האט איינגעשפאנט דעם חכם אינדיג און האט אים באאויפטראגט אז מהיום והלאה מוז ער נישט וואשן קיין דישעס אין ראוז קעסטל מיט די מעקסיקאנער, נאר ער איז באאויפטראגט איבערצונעמען דעם בית המדרש החדש. אינדיג האט גענומען פון ראזענבערג א בלענק טשעק און געטיילט ריזיגע געלטער פאר פאליטישען'ס, און ער האט פארקויפט פאר יצחק אז אלע ביינעזאם זענען מבטיח אז דער בית המדרש איז צוריק ביז אפאר וואכן, אנגעהויבן ביי דוד גרינפעלד און געענדיגט ביים מעיאר בלומבערג אליין.

 

 

דער הבטחה פון אינדיג איז געווען אזוי דערפרייענד אז נאך א האלבען יאר וואס דער דזשיגאן עם הארץ האט נישט געוואלט גריסן אינדיג צוליב זיין פארראט מיטן אינדארסירן אין בארא פארק דוד גרינפעלד און נישט לאזאר, וועם דזשיגאן האט געהאט פארשפראכן פאר די אגודה פירער צו אינדארסירן, אבער יעצט ווען אינדיג דעליווערט, האט אים ר' אהרן דאס ערשטע מאל ביי די ל"ג בעומר טיש געענטפערט לחיים. די שמחה איז געווען עד להפליא, יעדער האט שוין געזעהן אפענע זאכן, אז דער בית המדרש הגדול איז צוריק, אוון אויף שבועות וועט דזשיגאן מאכן היי יאר אן אויסנאם און איבערלאזן קרית יואל אריינקומען פראווען אין בעדפארד שול. יצחק ראזענבערג האט געמאלדן פישמאן אז דער ליעס אויף זיין לאט אונטערן געז סטעשאן, איז א פארגאנגענהייט ווייל ער האט שוין דעם נייעם שול. דער עם הארץ בעת זיין פייערדיגן טאנץ ל"ג בעומר ביי די פייער האט זיך אנגערופן צו שלום אליעזר אז איך האב קיינמאל נישט געוואוסט וואס א קליינע הדלקה קען אלס אנמאכן, רש"י זאגט אז איין ניצוץ פון יעקב פארברענט דעם גאנצו הויז פון עשיו, אבער אז מען קען מיט א הדלקה איבערנעמען דעם הויז פון עשיו דאס האב איך נישט געוויסט, קיינער האט נישט פארשטאנען וואס דער חכם מיינט, והיה שם חכם אחד ואלישע שמו און ער האט זיך אנגערופן דער רבי מיינט דעם קליינעם פייער אין די סוכה אויף בעדפארד, דעמאלס האט דער עולם אויסגעפלאצט און א געלעכטער און דער דזשיגאן האט הנאה געהאט פון זיין טיפזיניגער ווערטל.

 

דער קומענדיגער שריט האט יצחק ראזענבערג בעצמו אריינגעגעבן א בילדינג פערמיט מיט גענויע פלענער וויאזוי ער גייט בויען דעם בנין, ער האט זיך איינגעגעבן אלס ארגינעלער בויער פון דעם בנין, און ער פרישט נאר איבער זיין אלטן פערמיט, די חלה דעק האבן זיך ארומגעדרייט מיט א קאפ העכער ווי דעם ערשטן אלף שמות, זיי האבן זיך שוין ארומגעשלאגן צווישן זיך אויף די פאדערשטע זיצן, שלום אליעזר פרענקל מיט שלמה ווערצבערגער האבן זיך געשלאגן פאר וועם די זיצן באלאנגט צו פארקויפן, און דא זענען פנחס מיילעך מיט זיין זון דער דובר הקהלה שוין געקומען מיט טענות אז מען מוז זיי צוריקגעבן דעם שמשות און דעם נייעם בית המדרש, בערל פרידמאן האט שוין געזעצט קאמיטעען וואס זאלן זיך באפאסן מיט די אלע נייע סכסוכים. די איינציגע שאלה איז נאר געבליבן צי מען זאל ארויסווארפן די איינוואוינער פון 550 בעדפארד ווילאנג די אלטע רעבעצין לעבט צי מען זאל ווארטן אויף איר גיין צום עולם האמת.

 

קהל יטב לב האט זיך דערוויסט פון דעם פארלאנג פון ראזענבערג פאר א פערמיט און האבן אויך געפיילט א פערמיט פארלאנג, כדי די בילדינג דעפארטמענט זאל פארשטיין אז ראזענבערג איז נישט דער בעל הבית פון דעם בנין. קיין אנדערער וועג איז אין די בילדינג דעפארטמענט נישטא, זיי האבן נישט קיין געריכטן, וואו מען קען אריינגעבן טענות קעגן א פערמיט, אויב איינער האט טענות דארף מען גיין אין געריכט, דעריבער איז געווען דער איינציגער וועג צו מודיע זיין די בילדינג דעפארטמענט אז דאס איבערפרישן דעם פערמיט פון ראזענבערג איז נישט מער ווי א שטיקל צו בא'גנב'ן דעם בנין, דורך פיילן פאר א באזונדערע פערמיט אויפן זעלבן בנין, וואס ווי ערווארטעט האט דער בילדינג דעפארטמענט געשיקט א בריוו אז קיין שום פערמיט ווערט נישט געגעבן ביז ווילאנג מען באווייזט נישט אז מען איז בעל הבית. די ארונים האבן אפגעשריבן 6 דיקע בענדער פון באווייזן אז יצחק ראזענבערג האט געבויט דעם בנין און בערל פרידמאן האט אלעס אונטערגעשריבן אלס פרעזידענט, מען האט געארבעט יומם ולילה אפירצוקראצן אלטע בילס און קאנטראקט'ס, מען איז געגאנגען צו אלע קאנטראקטער'ס און געבעטן א בריוו אז זיי האבן געהאנדלט מיט יצחק ראזענבערג, און בשעה טובה ומוצלחת ובברכתו הגדולה של אותו דזשיגאן האט מען דעם בינטל געפיילט אין די בילדינג דעפארטמענט, והעיר הופער צהלה ושמחה.

 

זעלבסט פארשטענדליך אז קהל יטב לב האט אויך אריינגעגעבן באווייזן אז זיי זענען אין קאנטראל פון אלע בנינים, כדי יצחק ראזענבערג זאל נישט קענען באקומען קיין פערמיט, אבער עס איז נישט געווען זייער תכלית צו באקומען א פערמיט צו בויען ווייל פאר זיי איז גענוג געווען אז זיי פארקויפן פאטעטא'ס און ארענדשע'ס אויף פסח אין דעם שטח, זיי האבן ברוך השם וואו צו דאווענען זיי דאווענען נישט אין א גאראדש פאר 25 טויזענט דאללער א חודש ביים עק שטאט.

 

דער בילדינג דערפארטמענט האט לחרפתם ארויסגעווארפן דעם פערמיט פארלאנג, און די אלע הבטחות פון פאליטישען'ס וואס אינדיג האט כלומר'שט באקומען איז אלס געווארן אפגעשטיפט מיט א תירוץ אז אין די העכערע דעוויזיע פונעם בילדינג דעפארטמענט, וואס רופט זיך בי. עס. עי. דארט באקומט מען אלעס מיט קאנעקשאנס נישט מיט קיין געזעצן נישט לעגאל, און דער חיי שעה האט זיך פארלענגערט פאר נאך א האלב יאר, און אזוי אויך די טשעקס פאר אינדיג וואס האט געזאלט גיין צו פאליטישענס האבן ווייטער געפלאסן, און די יונגלעך האבן זיך געפריידט, אז שוין דאס יאר ראש השנה וועט דער רבי קענען ווייזן זיין בענדעידש אין דעם מקום וואס ער בענקט זיך אויפיל יארן מיט נאסטאלאגיע, און וועט זאגן דעם באקאנטן ווארעמע מדת יסוד דרשה פאר די זעקסטע הקפה דענץ אויף דעם שטח וואס מען האט נעבעך געגנב'ט פון אים אזויפיל יארן.

 

דער פיילינג ביי די בי. עס. עי. איז געמאכט געווארן בתוך שלושים פון די דעסישאן, ווייל נאר אין די דרייסיג טאג קען מען אפיעלן צו די בי. עס. עי., אבער מ'האט געארבעט פלייסיג יומם ולילה, און אזויווי דער צייטווייליגער בנין אויף פישמאן'ס לאט האט מען געקענט אין ווייניגער ווי דרייסיג טאג אויפשטעלן, אזוי האט מען די פאפירן צוגעשטעלט אין ווייניגער ווי דרייסיג טאג, און מ'האט דאס געהאלטן ווי א מיליטערישע סוד, אז די נישט גוטע זאלן נישט געוואויר ווערן פון דעם און אויך פיילן אפיעל פאפירן. אזוי האט מען ווייטער געפיטערט די קינדער אז עס איז דא באהאלטענע פלענער, מ'קען נישט רעדן, אבער דער נייער בית המדרש וועט זיין ביי אונז צוריק בקרוב.

דאס האבן דעם בית המדרש החדש ביי זיך האט געמינטערט די חברה צו נעמען איבערשרייבן נאך בנינים, אז עס איז געלונגען צו פארכאפן דעם נייעם בית המדרש מיט א קליינעם הדלקה, ווי דער דזשיגאן זאגט, קען מען דאך אודאי כאפן די נכסי הציבור ולהצילם מיד עושקם, אנגעהויבן מיט דעם קלענסטן שול אין וויליאמסבורג אויף סאוט אכט, און אזוי וועט מען ווייטער איבערנעמען איינס ביי איינס. אינמיטן חודש אלול האט מען איבערגעשריבן דעם סאוט אכט שול צו אברהמי רובין מיט משה יוסל ווערטהיימער, און שוין תיכף געפיילט ביי די בילדינג דעפארטמענט שינוים אינעם בנין כדי מען זאל נישט קענען צוזאמהעפטן דעם אלטן סאוט אכט שול מיטן נייעם פליגל, און די אינגלעך הייבן זיך אן צו סודות'ן אז עטליכע בנינים זענען שוין ביי אונז, אלס איז א סוד אבער מ'ארבעט מורא'דיג קלוג, ס'איז שוין מער נישט שלום לאנדא צייטן וואס מען האט געפייערט נצחון פאר די צייט, יעצט האלט מען אלעס בסוד.

 

די הנהלת הקהלה האט באשלאסן נישט צו בעטן קיין טעמפערערי פערמיט פאר די סוכה אזויווי אלע יארן, צוליב דעם וואס עס וועט קאסטן הון תועפת צו פארעכטן אלע סעיפטי זאכן וואס די בילדינג דעפארטמענט האט פארלאנגט נאכן פייער, און דערצו וועלן נאך די שמיני עצרת טאנצערס די אלעף שמאסניקעס צודרייט ווערן, ווייל זיי ווייסן דאך בסוד אז די בי. עס. עי. האבן צוגעזאגט פאר די פאליטישען'ס וואס האבן צוגעזאגט פאר אינדיגן אז די בנינים זענען שוין צוריק פאר יצחק ראזענבערג, און וועלן אודאי פרובירן אלע מסירות אדער מעשי אלימות דוגמת שמיני עצרת, בית יואל וסידור קידושין בקרית יואל, האט די קהלה ליבערשט געמאכט די סוכה אינדרויסן פון שטח און אפילו די אהרל'עך וועלן זיך דערמיט פרייען אז זיי האבן שוין אלע בנינים. וכך הוה די ארונים האבן שוין געמאכט פיקטשערס ווי אינדיג מיט לייבוש טייטלבוים קאנטראלירן דאס נייע בית המדרש, און די שמחה איז למעלה מן המשוער, עד כדי כך אז מ'קען שוין ארויסליעקן דעם גרויסן סוד אז סאוט אכט איז שוין דערנאך, און די מצה בעקעריי כמעט דערנאך, און ביז צוויי דריי וואכן איז אלעס צוריק צום אלטן אזויווי דעם ערשטן טאג חול המועד פסח תשנ"ט זעקס אזייגער פארטאגס. מ'האט שוין אפילו געלייגט דעם העדליין נייעס פון בלאט אז דער בית המדרש החדש איז שוין צוריק צו די אהרונים אלס א שכר פאר זייער גיין בערכאות די לעצטע צען יאר.

 

דער ערשטער פראסק וואס האט זיי געזאלט אויפוועקן פון דעם זיסן חלום האבן זיי געכאפט ווען זיי האבן דערזעהן אז דער סאוט אכט בית המדרש איז צוריק געגאנגען דעם זעלבן וועג וואו ער איז געקומען, און די ארונים דא אויפן פארק האבן זיך געשוואוירן אז דאס איז חיי שעה פון א טאג אדער צוויי, ס'וועט נישט בלייבן ביד עשקם, אבער ליידער האט זיך דער פלאן זייערער פון סאוט אכט זייער מיאוס אויסגעדרייט, און דערווייל האט שוין סאוט אכט בית המדרש ארויסגעווארפן די לעצטע פארבליבענע אהר'לעך, און צוזאמגעשמאלצן דעם אלטן שול מיט דעם נייעם פליגעל, און די ארונים האבן א

 

 עיקול פון געריכט אז זיי קענען גארנישט טון. אבער דאס אלעס קומט נעבעך נישט צו די ביטערע קאנסיקווענצן וואס דער סאוט אכט האט געברענגט ווען דער סכסוך איז אנגעקומען צום היימישן ריכטער דוד שמידט, מיט וועם שמואל ווידער האט אזוי טרומפירט, און ער האט זיך גענומען די מיה מסדר צו זיין דעם סכסוך בדין תורה, די ארונים וואונטשן זיך שוין היינט אז זיי וואלטן קיינמאל נישט געטון דעם שריט פון סאוט אכט וואס האט זיי אריינגעפירט אין א בלינד געסל מיט דעם שמידט, שוין 6 חדשים וואס ער לויפט זיי נאך אז זיי זאלן זיך שטעלן צו דין תורה, און זיי דארפן טרעפן תירוצים בוקר וערב, היינט איז דער רבי אין לאנדאן מארגן אין פאלם ספרינגס, היינט אין מעקסיקא מארגן אין באלטימאר, היינט אין פלארידע מארגן אין סיגעט, היינט אין ארץ ישראל ביז ענדליך שוין מודה געווען אז מ'האלט בשום אופן נישט גיין צו דין תורה איבער קרית יואל קהלה ומוסדות ורבנות וסידור קידושין, מיט א סקעדשועל פון פופצן תנאים קודם למעשה וויאזוי ר' אהרן וועט זיך שטעלן צו א דין תורה וכדו' ביז ענדליך האט מען שוין געבעטן דעם שופט זאל זיך אפשאקלען פון דעם עסק ווייל עס איז הלכה'דיגע זאכן. דער שמידט האט אויפגעדעקט די פאלטשע טרערן און וועכענטליכע רופן אין בלאט פון זייער ווילן גיין צו דין תורה, און די אהרונים באוויינען דעם נארישן שריט פון פרובירן צו גנב'ן סאוט אכט שול.

 

 

אבער דאס אלעס איז נישט צוגעקומען צו דעם פראסק וואס זיי האבן געכאפט ווען דער לאנג געווארטער טאג פון די הירינג ביי די בי. עס. עי. איז אנגעקומען. דעם סוד פון בי. עס. עי. האט דאך קיינער נישט געטארט וויסן, ויהי היום די חברה קומען צו די בי. עס. עי. און צו זייער שאק זעען זיי אז די לויערס פון די קהלה זענען אויך דארט. די ארונים זענען געווען אזוי גערעגט היתכן מען האט געלאזט וויסן די אנדערע צד פון דעם הירינג דאס איז דאך געוועם דער גרעסטער סוד פון די סענטערי באלד ווי דער אטאם, און לעגאל זענען זיי נישט קיין צד בכלל צו דעם פערמיט, נאר די בילידינג דעפארטמעט קען זאגן טענות אבער נישט א צווייטער, אבער די בי. עס. עי. זאגט אז אזויווי די קהלה קענען ווערן אפעקטירט פון דעם פערמיט ווילן זיי דוקא אז קהל זאל יא זיין דארט פארטרעטן, דער מיטינג האט זיך געענדיגט מיט א כעס'דיגען דרשה פון די ארונים'ס לויער.

 

דעם קומענדיגער טאג איז פארגעקומען א פובליק הירינג ביי די בי. עס. עי., א באס פון די סאמע גרעסטע קעפ האבן זיך אראפגעשלעפט קיין דאון טאון מענהעטן צו זיי א טייל און מיטלעבן מיט די אייגענע אויגן דעם היסטארישער טאג ווען דער עשוק איז ניצול געווארן מיד עושקו, און צוריקנעמען בעלות אויפן נייע שול. צום ערשט האט זייער באליבטער לויער קרעוועט אויפגעטרעטן, און זיי מבטיח געווען בשם דעם דזשיגאן עם הארץ עולם הבא אויב וועלן זיין שענקן דעם שול פאר יצחק ראזענבערג. דערנאך דער מסור ארי' לייב גלאנץ האט אויפגעטרעטן מיט א קול בוכים א שטייגער ווי הושענה רבה אין הופער קודם דעם משל, ער האט ביטערלעך געוויינט אז ער האט נישט וואו צו דאווענען, און די זאליס נוצן נאר דעם ביהמ"ד צו פארקויפן פאטעטא'ס מיט ארענדזשעס. נאך אים האט דער נייער שטערן, דער גיגאנטיש גרויסער מייסטער קאפ, וואס איז געווארן דער נייער חכם ביז צום נעקסטן פארלוסט, ברוך מרדכי גאלדבערגער, גענומען דאס ווארט. מיט די נאך שלאפעדיגע אויגן קומענדיג גלייך פון בעט ארויס, האט ער פון א פאראויס צוגעגרייטן צעטיל צוזאמגערעדט פייער און וואסער, דער קלימאקס איז געווען ווען דער חכם האט מיט פאטאס פארלאנגט פון די בי. עס. עי. חכמת שלמה, און נישט צושניידן דאס קינד, נאר עס שענקן די אהרונים גאנצערהייט. דערנאך האט דער לויער פון קהל אראפגעלייגט דעם אנדערן צד.

 

די ארונים האבן געהויבן פיס איז געזוכט דעם וועג ארויס פון דעם זאל. אבער זיי האבן געפייערט נצחון כדרכם, און האבן זיך ווייטער געסוד'סט צווישן זיך אז ארי' לייב גלאנץ האט די בי. עס. עי. אין טאש, און עס איז כתוב וחתום א געוואונס.

 

דא קומט דעם ביטערער טאג כ"ב אדר און מען דערוויסט זיך אז סאיז שוין גארנישט אזוי גלאנציג, דער בי. עס. עי. האט געשטימט אלע כאחד אז מען זאל נישט געבן פאר ראזענבערג דעם אזוי גערופענעם איבערפרישונג פון זיין ארגינעלער פערמיט. פארשטייט זיך אז די ליסטע פון די וואס זענען ארויף אויפן באשולדיגונגס באנק איז זייער גרויס, ווייל מ'האט נישט גלאזט די מאנרא טיעם נאר די וויליאמסבורג טיעם, און ווייל ברוך מרדכי גאלדבערגער איז נישט געווען אויסגעשלאפן, און ווייל מ'האט נישט געטארט לאזן גלאנץ רעדן, און ווייל מהאט נישט געטארט געטרויען דוד גרינפעלד און נאך א גאנצע ליסט פון צענדליגער שולדיגע. אבער דער עיקר איז מ'שיקט ארויס א מעסעדש פאר די נארנים אז די זאלי'ס האבן ביטער פארלוירן, זיי קענען נישט פארקויפן קיין פאטעטאס...




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 21:14 לינק ישיר 
קודם ברענג א טעיפ אז מיר וועלן האבן די נייע שוהל פאר סעד ועזר

theחדשות כתב:
משה'לע עס זעהט אויס האסט שוין פארגעסן ווען דזשיגאן אהרן טייטלבוים האט געוויינט אויפן באלעמער אין פישמאן לאט אז ער האט א BAND AID.

_________________



בילדער ביטע

_________________


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 21:10 לינק ישיר 

ספרינטער כתב:
משה'לע עס זעהט אויס האסט שוין פארגעסן ווען דזשיגאן אהרן טייטלבוים האט געוויינט אויפן באלעמער אין פישמאן לאט אז ער האט א BAND AID.

_________________



בילדער ביטע

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 20:57 לינק ישיר 

בילדער ביטע

theחדשות כתב:
אאופס, דא איז געשען א טעות. מיין רבי האט קיינמאל נישט אויסגעלאכט זיין טאטע, בשעת זיין אינגערע ברודער (נישט שלום אליעזר, אלזא איך לאס די געס פאר דיר) האט געשריבן אויף די וואנט פון די מקוה פון סיגוטע ביהמ"ד אין ב"פ I HATE MY DADDY

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 20:55 לינק ישיר 

אאופס, דא איז געשען א טעות. מיין רבי האט קיינמאל נישט אויסגעלאכט זיין טאטע, בשעת זיין אינגערע ברודער (נישט שלום אליעזר, אלזא איך לאס די געס פאר דיר) האט געשריבן אויף די וואנט פון די מקוה פון סיגוטע ביהמ"ד אין ב"פ I HATE MY DADDY

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 19:44 לינק ישיר 

משה'לע עס זעהט אויס האסט שוין פארגעסן ווען דזשיגאן אהרן טייטלבוים האט געוויינט אויפן באלעמער אין פישמאן לאט אז ער האט א BAND AID. האסט שוין פארגעסן ווי ער שפילט לאכעלע וויינעלע ביי די לוי' פון זיין הייליגען טאטען פון וועם ער האט אלע יארן אפגעלאכט, ער נעמט די ערענסטע מאמענטן און פארוואנדעלט דאס אויף פונקט דאס פארקערטע.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 18:16 לינק ישיר 

אוי ביסטו נעבעך מיקסט אפ, דער דזשיגאן עם הארץ הייסט נישט ר' אהרן, ער הייסט זלמן לייב, און איך הער עם קיינמאל נישט ווייל איך דריי מיך נישט אין ראדני, אגב, הער איך אז דארט אין ראדני רעדט ער אויך נישט אלץ פחד פון ערפינדן אפאר פרישע מאמרי חז''ל. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 18:09 לינק ישיר 

רעדסט פונקט אזוי זיס ווי דזשיגאן עם הארץ אהרן ט"ב.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 16:59 לינק ישיר 

ווען מען פארפיגט אויף א סקול דיסטריקט וואס באקומט פון די גאווערמענט אריבער 112 מעלאנעס איז 25 טויזענט דאלאר פינאץ!!!, ובפרט אז מען האט נאך בעלות אויפן בית החיים ווי רוב הציבור לאזט זיך קאסטן טבין ותקילין מען זאל האבן די זכי' צו ליגן במחיצת רבותינו הק' זי''ע, למעשה קומט אייך אן אסאך שווערער צו צאלן די רענט פאר ענקער פסח יריד אויף ראטלעדזש (וואס איך הער אז באמת איז דאס איינס מיט די ווילסאן סטריט בית המדרש...),  ווי פאר אונז די רענט פאר א גאנץ יאר, פון די זיצן אליין קומט איין אריבער 5 מאל די רענט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 05:52 לינק ישיר 

תכלית ווער דאווענט אין א געראזש פאר 25 טויזענט דאלאר רענט פלאס 16 פראצענטיגע עיסקא פאר המפואר מקוה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2011 05:24 לינק ישיר 

תכלית, קענען יעצט לייבוש טייטלבוים און נפתלי משה אינדיג נאכאמאל זיך אריינגיין פיקטשערן אין דעם שול, וואס איז שוין זיכער געווען ענקערס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 03:28 לינק ישיר 

תכל'ס, דו קענסט דארט פארקויפן פעטעטאס? אדער מאכן די נעילת החג צערעמאניע?
אודאי קענסטו והא ראי' אין די איד איז אפילו געשטאנען די נאך שבועות אז ענקער נעילת החג טיש איז געווען דארט... אזא פנים נעבעך

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 03:23 לינק ישיר 

שעפעלע, ביי די זאליס ווייסט קיינער נישט פון אזא צוזאג, ווייל זיי האבן דאס אפילו נישט געבעטן. די אהרונים וועלכע זענען געווען אזוי פארזיכערט מיטן געווינס, אזש זיי זענען געווען גרייט צו אפיעלן דעם דיזישען פון די בילדונג דעפארטמענט ביי די בי.עס.עי., ווייל דארט גייען זיי זיכער געווינען, זיי האבן געכאפט דעם פראסק, ווייל דער בי.עס.עי. שרייבט קלאר אז דאס געהער נישט צו יצחק ראזענבערג טראץ וואס ער האט גע'גנב'ט געלט אויף דעם פלאץ און די ניינציגער יארן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 01:13 לינק ישיר 

ספרינטער כתב:
ווער האט צוגעזאגט?? ווען??

_________________



איך ווייס נישט וואס דו פרעגסט, אבער אז דו פרעגסט ווער האט צוגעזאגט, דא האסטו די ענטפער:

צוויי מענטשן, דער איראקער פרעס סעקרעטאר און שואל פערלשטיין. און ביידע זענען געבליבן לוזערס אויף אייביג.
דער איראקער פרעס סעקרעטאר אז סאדאם כוסעין'ס מיליטער האט אוועקגעשטעלט א מעכטיגע ווידערשטאנד און די אמעריקאנער קענען נישט אריינקומען קיין איראק. און שואל פערלשטיין אז אלעס בלייבט ביים אלטן.

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 00:16 לינק ישיר 

ווער האט צוגעזאגט?? ווען??

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/4/2011 23:27 לינק ישיר 

אוי טוט דאס וויי. מ'האט צוגעזאגט אז אויף פסח גייט מען שוין דארט פארקויפן פאטעטאס, אבער ליידער וואס קען מען טוהן אז דער שופט וויל נישט פארשטיין אז אלעס בלייבט ביים אלטן און ער לאזט ענק נישט דארט אריין. שאול פערלשטיין האט שוין אפילו מסכים געווען צו פארקויפן דארט אריזאנע ווייץ, אבער נאדא, דער שופט לאכט ענק אין פנים.

אוי האבן ענק א צושטערטע א יום טוב. קיינער קויפט נישט אפ ענקער לגיונות בנוגע אריזאנע ווייץ, פארקויפן פאטעטאס קענען ענק נישט דארט. ס'איז צרות ווי א בארג

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > חיי שעה: דער אהרונישער "ניצחון" אויפן נייעם שוהל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext