בית פורומים כל העולם כולו

א פלא: די בלאט נישט געפילט וויכטיג אריין צי לייגן די הכחשות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/4/2011 16:19 לינק ישיר 
א פלא: די בלאט נישט געפילט וויכטיג אריין צי לייגן די הכחשות

ס'איז אינטערסאנט צי זעהן ווי אזוי זאכן דרייען

פאר אפאר יאר צוריק זענען די זאליס געשטאנען ברום המעלה אין די אהרונים זענען געווען א ציקלאפטע פירמע
די אהרונים האבן געהייסן די חיות שלעגערס אין די זאליס האבן זענען געווען די מענטשן

למעשה די רעדל האט זיך געגעבן א שטארקע דריי

יעצט האבן די זאליס פרובריט צי מאכן אן איבערדרייעניש מיט די אריזאנע ווייץ אין זיי לייגן אריין גאנצטע ביילאגאס אין זייער צייטנונג דער איד

די אהרונים האבן באוויזן ארויס צישלאעפן א הכחשה פין די צוויי שענסטע רבנים גאונים וואס זיי שרייבן אז אברהם לויפער מיט די זאליס זענען שקרנים

די זאליס ווי זיי מען דרייט זיך פילן זיך גוט צי קלאפט אין טענה'ען ס'האט נישט מיט זיי נאר אברהם לויפער באצלט עס פאר דער איד

די אהרונים פין די אנערע זייט לאכן א גוטס פילן ניטאמאל וויכטיג צי ענטפערן אזוי קאנפידענט זענען זיי ס'איז מלאכתן נעשה ע"י אחרים
אין טייטלן אן פאר יעדן וואספארע לצים די זאליס זענען אלעס איז ביי זיי ביליג פאליטיק אין אפילו א יעדע ערנסטע גאון שרייט אז די זאליס זענען שקרנים וועלן די זאליס דיינים נאך אלץ שרייען אז ס'איז דא א פראבלעם אלעס וועגן אהרן ט"ב אין גארנישט מיט תורה אין באשפער

אין די גרעסטע פלא איז א אפילו זייהאבן געהאט אזאנע צוויי באמבע הכחשות ווי הרב הגאון ר' משה שטערנבוך מיט הרב הגאון ר' פישלעלע הערשקאוויטש וואס ביידע שרייבן זיי אז די זאליס זענען שקרנים
מיט אלעם זענען די אהרונים געניג שטארק אין עס נישט אריין געלייגט אין דער בלאט אןי מאכן זיך פלעין נישט וויסנדיג פין די זאליס

די וועלט דרייט זיך



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/4/2011 21:23 לינק ישיר 

מאטקע

די זאלאבאנצעס זענען אנשים שפילים עד למאוד, זיי זענען פון דאס נידריגסטע וואס כלל ישראל פארמאגט,
זיי זענען האס אנגעגסענע בר נש'ן, אן קיין טראפ מחשבה, ביטער אנגעווייטאגט פארוואס זיי מיזן זיך נעבאך שטיקן מיט זייער מן הארצ'ל, פארדעם האבן זיי פיינט רבינו שליט''א, פארדעם האבן זיי פיינט סאטמאר, פארדעם האבן זיי פיינט זיך אליינס, פיינט פיינט פיינט,

דעריבער טראכטען זיי נישט און גייען מיטן קאפ און וואנט, אן קיין שום חשבון!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 21:12 לינק ישיר 

גערעכט וואלן דא רעדט מען דאך פון אזאנע קהילות ווי פאפא, צעהלים, וויען (זייערע דיינים), נייטרא (שטראסער), קאשוי (רא"ח בלום),
דערנאך גאנץ אסאך פראמענעטע דיינים ורבנים, אשטייגער ווי רח"ל כ"ץ, הרב ברודא, ר' אלעזר הורוויץ פון ב"פ, ר' מענדל זילבער, ר' הערשל מיללער פון אראד ועוד ועוד
ווי איז דער שכל צי גיין שרייען חמץ גמור ביסט דאך שופך דם די אלע אידן, און די ווערן אוטאמאטיש אנגעווייטאגט אויף רז"ל און זיין פארטיי, איז  טאקע אזויפיל ווערט דער דמיון'דיגער שטויס פאר מהר"א און אנוויטאגען אזויפיל קהולות און רבנים אינמיטן וועג, איז טאקע נישט דארט איינער וואס זאל טראכטן אביסל טיפער???
אזא צהלים'ער רב אדער רא"ח בלום זענען דאך נישט קיין גיטע פריינט פאר מהר"א (קען זיין איצט שוין יא) פארוואס קומט זיך זיי צי מאכן פאר אוכלי חמץ בפסח אתמהה????? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 20:44 לינק ישיר 

די זאליס האבן א גרויסן פראבלעם
ווייל זיי האבן זיך נישט אנגעהויבן נאר מיט סאטמאר
זיי האבן זיך אנגהויבן מיט א שיינע פאר קהלות
מיר זענען שוין אימיונט צו ענקערע שקרים, און פון אונזער זייט איז אלעס איגנארירט
וואס עטליכע הייד פארק שרייבער טוען איז אירעלעווענט, למעשה מצד די קהלה, מצד דער בלאט, און מצד סיי וועלכע אפיצעלע ארגענעזאציע הערט מען נישט קיין ווארט, מען לאכט זיך אויס און פארטיג.

די אנדערע קהלות ווייסן נאך נישט ווי אזוי מען עסט אזא רדיפת הדת על לא דבר, די פרובירן עפעס צו טון, ביי הרב בראדי זענען נישט געווען קיין סאטמארער רבנים אדער דיינים.

הג"ר משה גרין איז אריבערגעקומען צום רבין על דעת עצמו, ווייל זיינע תלמידים האבן אים אנגעפרעגט.

וזה לעומת זה קוקט וואס טוט זיך ביי זייער לאגער, מבכור פרעה עד בכור השפחה, ווער ס'האט נאר א פעדער שרייבט און טייפט, ועם כל זה האט ארגון שיעורי תורה נישט געטראפן קיין איין רב וואס זאל זיין גרייט זיך ארויסצושטעלן אויף די פרעמדע גאס און מסביר זיין דעם איסור פון אריזאנע ווייץ
ביי זיך אין ביהמ"ד פאר די קעלבעלעך קען מען אלעס פארקויפן, אבער אויף די גאס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 20:33 לינק ישיר 

עס פרעסט דיר אז דער בלאט ענטפערט דיר נישט !
אוי טוט דאס וויי. שרייבטס נאך. מאכטס ענקער לישקע און ענקער רעבע פאר פורים!
און די אפישעל ארונים צייטונג פייפט אריין און זאגט: איר זענט נישט ווערט די טינט !

איר מאכט א גוטן דזשאב פאר אונז !

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 20:25 לינק ישיר 

אוודאי שרייבט נישט דער בלאט דערוועגן, דער רבי האט דאך געווארנט יעדעם איינעם אז וועגן אריזאנע ווייץ מעג נאר ער רעדן, מיר קענען קוים ווארטן אויף חול המועד, ווען מען זאגט -פאר אן ארוני דאס ווארט קאקוי, איז ווי ווי ווייזן פאר קו רויט, ווי קענט וועיט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 20:15 לינק ישיר 

דעם שבת האב איך געהערט פון א זלמוני רעדנדיג איבער די אריזאנע ווייץ, האט ער זיך מתמרמר געווען בזה הלשון:

"די מושחתים (ארונים) ווייסן גוט זייער השחתה, און זיי מאכן זיך מיטאמאל וויסנדיג! א מין חוצפה!"

אוי האט עס מיר געקאסט א שמייכל...

כה לחי פאר די בלאט! ענדליך געקומען צום שכל!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 20:05 לינק ישיר 

און דער מישמאשער/מעכעל אינדיג אוודאי נישט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 19:57 לינק ישיר 

כה לחי פאר דער בלאט
אברהם לויפער איז נישט ווערט דער בלאט זאל זיך באציען צו אים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 19:52 לינק ישיר 

איז דער בלאט אונטער א נייע פארוואלטונג?

שוין די צווייטע וואך, אין קיין איין ווארט פון די אריזאנע מים מלוחים מאוד,

גארנישט,

א יאר צוריק וואלט מען זיך נישט גע'חלומ'ט אז דער בלאט זאל ארויסלאזן אזא זאפטיגע זאך, צו צינאר לייגן די זאליס, און נישט מאכן א לענגס און א ברייטס דערפין,

כה לחי!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2011 00:19 לינק ישיר 

מלך די שרייבסט
יעדען טאג ווען איך בין אביסל דאוין, קום איך אריין אין כל העולם, אין איך גיב א קוק

איך מיין אז עס איז פארקערט, א יעדע טאג  קום איך אריין אין כל העולם, אין איך גיב א קוק

אין איך ווער אביסל דאון




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/4/2011 20:47 לינק ישיר 

דו ציסט איבער דאס שטריקל. ראה הוזהרת!


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/04/2011 00:09:28




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/4/2011 20:34 לינק ישיר 

לאכן א גוטס איז נישט דאס ווארט, אזויפיל מצה מעל פון פאריעריגע מצות, קומעדיגע יאר וועט מען האבן פיל מער, עס וועט זיין קניידלעך עד דלא ידע, ני, איז נישט ווערט מען זאל לאכן?

איך רייס מיך פאר געלעכטער ווי עטס גייטס פון זונען אראפ ווי דער לויפער פירט אייך אויף א רייד, יעדען טאג ווען איך בין אביסל דאוין, קום איך אריין אין כל העולם, אין איך גיב א קוק, א פרישע אשכול וואס איז מסביר ווי גוט די ארונים שטייען מיט זייערע אריזאנע וויצלעך, נאך ווי מען לאכט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/4/2011 17:21 לינק ישיר 

לאגיש כתב:
ס'איז אינטערסאנט צי זעהן וויאזוי זאכן דרייען

פאר א פאר יאר צוריק זענען די זאליס געשטאנען ברום המעלה אין די אהרונים זענען געווען א ציקלאפטע פירמע
די אהרונים האבן געהייסן די חיות שלעגערס אין די זאליס האבן זענען געווען די מענטשן

די וועלט דרייט זיך




א פלא, איך קוק דא צוריק אויף כל העולם כולו און איך זעה נישט קיינמאל דא אז "די זאליס זענען געשטאנען ברום המעלה אדער אז די אהרונים זענען געווען א ציקלאפטע פירמע"

אויך נישט אז "די אהרונים האבן געהייסן די חיות שלעגערס אין אז די זאליס זענען געווען די מענטשן".

איך מיין אז די וועלט דרייט זיך ווייטער אזוי ווי עס טוט שוין פון ששת ימי הבראשית, נאר יעצט פאר עפעס א סיבה דרייען זיך די אהרונים אויך  ;-)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א פלא: די בלאט נישט געפילט וויכטיג אריין צי לייגן די הכחשות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext