| נשלח ב-1/4/2011 18:12 |
|
| |
נפטר געווארן הרה"ח ר' לייבוש רובינשטיין ע"ה
היינט איז נפטר געווארן דער אלעמען באקאנטער ר' לייבוש רובינשטיין אינעם עלטער פון 83 יאר, עס געדענקט זיך ווען נאך אלץ קליין בחור פלעגט ער ממש אונטערקריכן דעם טיש פון רבינו הקדוש רשכבה"ג בעל ויואל משה זצ"ל, ווי ער פלעגט זיך מיטשען אפצוכאפן און קענען אפשרייבן די הייליגע תורות פונעם רבי'ן, מען קען זאגן אז נאר אין זיין זכות זענען פילע תורות נישט פארגעסן געווארן. ווער עס האט בילדער פונעם חשובע נפטר אדער אינטערסאנטע אנעקטאדן זאל עס ביטע אריינשיקן אויף [email protected] איך וועל עס בל"נ ארויפשטעלן.
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 01/04/2011 18:48:39
|
|
|
|
| נשלח ב-1/4/2011 20:57 |
|
| |
דער נפטר האט די זכיה צו ליגן אינעם נייעם חלקה פונעם קרית יואל ביה"ח, סמוך ונראה צום ציון פון רבינו הק' זי"ע
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2011 21:30 |
|
| |
עס געדענקט זיך נאך וויאזוי דער נפטר ע"ה פלעגט יארן לאנג ארויפקלעבן די טישאס אין בית המדרש הגדול יעדען פרייטאג, געהאנגן "אשר יצר" סטיקערס ביי די סינקס, אויך פלעגט ער אכט געבן אויף קדושת המקום ווי ער פלעגט טעגליך אראפנעמען און אויסשניידן די אדווערטייזמענטס וואס פאסט נישט אריין אין א מקום קדוש, אפגערעדט פון דעם וואס ער פלעגט טיילן אסאך צדקה - אפגעזעהן פאר וועם - נישט געווען א זאך אז איינער זאל קומען פאר צדקה צי אים און ער זאל נישט געבן, ווי אויך פלעגט ער קומען אין בית המדרש מיט מסירות נפש ממש ביזן לעצטן טאג,
יהא זכרו ברוך
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2011 23:21 |
|
| |
ער האט געדארפט זיין א אדם גדול מאוד, ער האט געקלעבט אשר יצר סטיקערס אין ראדני..., דאס גיט צו פארשטיין פארוואס ער האט באקומען אזא חשוב פלאץ מאחורי הגדר, נעבעך נעבעך, מילא ר' אברהם הערש יאקאבאוויטש ע''ה האט מען געלייגט מאחורי הגדר טראץ וואס זיין ווייב ליגט אין בית החיים דקרית יואל, נו, בזכות פון זיין גרויסן חכם זיין בנו הבכור, אבער ר' לייבוש ע''ה האט מען אהין געלייגט נאר בזכות די אשר יצר סטיקערס. און די דזשיגאנס טרייסט זיך אז זיי האבן א "זכי" צו ליגן מאחורי הגדר, אפשר וועלן זיך די אהרונים רעגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2011 23:43 |
|
| |
די פאוינט איז אז ער איז געווען א פארצייטישער איד
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2011 05:24 |
|
| |
הרה"ח ר' לייביש רובינשטיין זצ"ל פורים תשע"א

|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2011 05:30 |
|
| |
רבינו שליט"א מספיד ביי די לויה
תוקן על ידי קעציל ב- 04/04/2011 05:32:24
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2011 06:38 |
|
| |
משהלע, די ביזט נעבעך א חסיד פון א רבי לרפו"ש וואס זיינע דרשות זענען פול מיט שטותים ווי שארטקאטס, גריללס, קאקאו (פאר קווינס), פיקטשערס (פאר די עזרת נשים), אראפגעלאזטע בערד, סעלפאון דזשאקס און פערפיום וכדומה פאר דעם פארשטייסטו ליידער נישט די חשובת פון כבוד בית המדרש, מזכה את הרבים, ברכת המצוות, זאגן א ברכה פון אינעוויינוג, ברכות פון תשב"ר און יראת שמים און אזוי ווייטער וואס דער טייערער נפטר ר' לייבוש האט זיך אפגעגעבן זיין צייט מיט דעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2011 08:00 |
|
| |
פדן, דו מיינסט טאקע אז ער פארשטייט נישט? נאר וואס דען, ער קען זיך נישט ערלויבן אז א אהרוני זאל זיך אפילו פאר איין רגע איינרעדן אז דער נייער חלקה פון בית החיים אין קרית יואל נעמט אריין אין זיך אויך חשוב'ע אידן, און נישט נאר מאנגא'ס און מחללי שבתות ל"ע. דעריבער וועט ער אויף יעדן טרעפן א חוזק, א עבירה און דערמיט האט מען דעם חלה דעקל איבערגעוויגן אז דער נייער חלקה איז דאך ממש א חלקת משוגעים ורשעים, עפ"ל.
|
|
|
|
|