בית פורומים אידישע געדאנק

פסק הלכה פון הגה"צ אבד"ק פאיע וחבר הבידץ שליט"א: אריזאנע מצות חמץ גמור!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/4/2011 18:11 לינק ישיר 
פסק הלכה פון הגה"צ אבד"ק פאיע וחבר הבידץ שליט"א: אריזאנע מצות חמץ גמור!

די וואך ביי די וועכענטליכע שיעור פון די חשובע דומ"ץ און סאטמארע ביהמ"ד אויף מורטעל עוו. ווי דער דיין האט פארגעלערנט הלכות פסח האט ער אויך ארויסגעברענגט אז די אלע וואס גייען צום שווער/שוויגער עסן אום פסח זאלן נזהר זיין נישט חלילה נכשל צו ווערן מיט עסן חמץ די אריזאנע מצות, נאר מען זאל אויסדריקליך זיך אליין באזארגען מיט אייגענע מצות!!
 
נאכן שיעור זענען עטליכע צוגעגאנגען צום דיין וויסענדיג אז ער שטייט אלץ ווייט פון פאליטיק און האבן געפרעגט פארוואס יעצט מישט ער זיך אריין, דער דיין האט זיי אלע געענטפערט "דאס איז נישט קיין פאליטיק - נאר הלכה"!!
 
ער האט געזאגט אז ער האט דאס איבערגעשמיעסט אויך מיט הגה"צ אבד"ק פאיע וואס ער אליין האט אויך שוין געפסקנ'ט פאר עטליכע וואס זענען אים געקומען פרעגן וואס זיי זאלן טון אז זייער שווער ניצט ארי-זאנע חמצ'דיגע מצות.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 08:09 לינק ישיר 

פון אישי: אן אהרוני האט געפרעגט ר' אברהם לויפער היינט אין ביהמ"ד: זאג נאר, דו האלסט טאקע אז די אריזאנע מצות איז חמץ? ‫ ‬‫פרעגט ער אים צוריק: איין מינוט, דו האלסט טאקע אז די סידור קידושין אין עטרת מאיר צבי איז א פסולע קידושין?‬ ‫ ‬‫זאגט ער ניין, ס'איז נאר פשוט חוצפה אבער יעדער ווייסט אז די קידושין איז כשר. זאגט אים ר' אברהם לויפער צוריק:‬ ‫ ‬‫דא האסטו דיין תירוץ אויב ווען ער שרייט אסור ווייסטו אז עס איז מותר, דאן ווען ער שרייט מהודר איז עס חמץ גמור!‬ ‫ ‬‫והיינו טעמא דמצות היינו טעמא דמונחת‬..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 07:34 לינק ישיר 

לכבוד מיינע טייערע ברודער זאלונים שתחי'

איך אלס אן ארוני האט אייביג געהאט א פראבלעם היתכן דער גאס און די רבנים בפרט קויפן אפ ענקערע שטותים, עס האט מיר שטענדיג געבאדערט אז זיי גלייבן בכלל א צענטל וואס ענק פארקויפן.

אבער ברוך השם, ענק האבן דאס בידים אוועקגעלייגט. יעדע נערמאלע רב דיין פון מאנסי, ב"פ, ווילאמסבורג סיי דער וואס עסט אריזאנע און סיי דער וואס עסט זיינע קהילה מצות ווייסט די פאקט וואס איז ברור כשמש בצהריים אז אין לאנג איילענד איז דא אסאך מער חששות און פראבלעמען פון אריזאנע. יעדע רעכטדענקעדיגע רב און דיין ווייסט אז די מצות איז נישט זאלציג אז ווען מ'עסט דאס שפירט מען א טעם מיט זאלץ אזש מ'לויפט גראד צו די סינק אויסצווואשן דאס מויל.

ווען ענק שטייען און שרייען חמץ, זאלציג וכו' זעהן זיי איין דאס וואס מיר שרייען שוין יארן לאנג אז ענק זענען שפוטע שקרנים און מ'קען ענק אויף גארנישט גלייבן. נישט קיין תורה, נישט קיין מציאות, נישט קיין פאקט, גארנישט. אלעס אבי אנקעגן דעם אהרן. דאס טוהן ענק יעצט פאר מיר דאס בעסטע סערוויס.

ווייל יעדע דיין אדער רב וואס וויל טאקע וויסן דעם אמת, נעמט א וויצל און קאסט דאס, און הפלא ופלא, פלא והפלא נישטדא קיין טעם פון זאלץ! ענק ווערן אטאמאטיש דאס וואס מיר ווילן שוין פאר יארן.

א גרויסן ייש"כ און ביטע טוט דאס ווייטער, ווייל נאך און נאך רבנים זעהן איין דעם אמת.

א פרייליכע ארוני

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2011 23:38 לינק ישיר 

כ'גלייב עס נישט,

אזא תירוץ פאסט ענדערש פאר יאסי בראך אדער שמשון גאלד,

איך קען גוט הרב מ'פאיע ער האט מער שכל און ערנסטקייט ווי דעם,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2011 23:25 לינק ישיר 

צעלימער רב האט נעכטן אנגערופן פאיע רב און געפרעגט היתכן ער זאגט אז די אריזאנע מצות זענען חמץ וויאזוי ער קען עס זאגן אין די צייט וואס צענדליגע אידן גרייטן זיך עס צו עסן אום פסח ר"ל האט די רב שליט"א געענטפערט קודם זאלסטו פרעגן ר' אהרן וויאזוי ער האט געקענט האלטן א דרשה אז אויף די לאנג איילענד ווייץ האט מען ארויסגענומען א היתר פון טאש און נאכדעם וועל איך דיר ענטפערן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2011 06:04 לינק ישיר 

הגה"צ ר' יחזקאל גאלד שליט"א אב"ד שערי חסד האט די וואך ביי שלוש סעודות זייער שארף ארויסגעטרעטן אנטקעגן די וואס באקן די מצות מיט אריזאנא ווייץ און געזאגט אז זיי שפילן זיך מיט אן איסור כרת! ער האט אויפגעפאדערט יעדן רעכדענקעדיגן איד נישט צו קויפן און נישט צו עסן די אזויגערופענע מצות אום פסח

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2011 02:38 לינק ישיר 

ספרינטער כתב:
ספרינטער, אז מען האט נישט וואס צו זאגן נעמט מען נישט דעם פעדער אין האנט.
איך האב נאר קוואוטירט וואס מען האט געענטפערט פאר משהלע ווען ער האט (אפילו לשיטתך) געענטפערט מער צום זאך ווי דיר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/4/2011 00:56 לינק ישיר 

טאץ_פרוכט כתב:
משה'לע, אז מען האט נישט וואס צו זאגן נעמט מען נישט דעם פעדער אין האנט.

 פארפאלן, גיט גענטפערט!!! די חמץ גמור ביים שווער איז מותר אויב די מצומחות פון לאנג איילאנד מישט זיך אויס ווייל ס'ווערט בטל בשישים!!! א קאפשטיק, פון א דזשיגאן חלה דעקל, ענטשולדיגט! א דזשיגאן מצה טאש!!!
יא!!! אז מען האט נישט וואס צו ענטפערן, נעמט מען נישט דעם פעדער אין די האנד, ווייל עס ברענגט נאר חרפות און בושות!!! קיפ אפ יור גוד ווארק!!! ענד דאנט יו עווער טשענדזש!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2011 00:50 לינק ישיר 
האסט מיר אפגעוואנדן

פריינדליך כתב:
ספרינטער, אז מען האט נישט וואס צו זאגן נעמט מען נישט דעם פעדער אין האנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2011 00:32 לינק ישיר 

טאץ_פרוכט כתב:
ספרינטער, אז מען האט נישט וואס צו זאגן נעמט מען נישט דעם פעדער אין האנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2011 23:07 לינק ישיר 

משה'לע עס דערקענט זיך שטארק אז די האסט א רבי א עם הארץ. ווי אזוי האט ענקער דזשיגאן געמעגט ווייטער עסן ביים סדר טיש נאכן טרינקן עפל סיידער?
 
אגב האסטו שוין גע'כשר'ט דיינע כלים פון די קאקאו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2011 22:51 לינק ישיר 

וואס טוט זיך אויב מ'גייט אויף צום טאטן אויף פסח?

און מעג איך פאלגן מיין רבין הגה"ק מקאשוי שליט"א וועלכער איז יא מקפיד דווקא אויף פאפא-אריזאנא ווייץ.


תוקן על ידי שיףרבי ב- 04/04/2011 22:55:21




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2011 22:38 לינק ישיר 

משה'לע, אז מען האט נישט וואס צו זאגן נעמט מען נישט דעם פעדער אין האנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2011 20:15 לינק ישיר 

לכבוד פסח וועלן מיר זיי רופן מצה דעקלעך, נישט חלילה חלה דעקלעך, וויאזוי האט דער חשובער דומ''ץ געפסקעט?, מאכטס אלע מיטן פינגער!, אויב גייט איר צו אייער שווער, און דער שווער איז רח''ל א אהרוני וואס עסט די חמץ'דיגע אריזאנא מצות, זאלט איר נישט נכשל ווערן מיט עסן די חמץ'דיגע אריזאנא מצות, נאר זיך מיט ברענגען אייגענע מהודערדיגע לונג איילאנד מצות, יא? אזוי האט ער געפסקעט? מורא'דיג מורא'דיג!!!, רבותי, איר הערט ווערטער?, קענסט גיין צו דיין שווער, און עסן ביי איין טיש ווי דער שווער עסט רח''ל חמץ ממש, און אלעס וואס דו דארפסט צו טון איז נישט עסן פון זיינע מצות, דאס אז דער טיש איז חמץ'דיג, די כלים זענען חמץ'דיג איז נישט מעלעריש, דער עיקר אז דו עסט לונג איילאנד מצות, רבותי איר כאפט וואס דא גייט פאר?

איך קען ביידע דיינים, סיי ר' אשר מאן און סיי ר' שלמה לייב וויינבערגער, און איך גלייב נישט אז זיי זאלן האבן געפסקעט אזא נארישן פסק, דאס פאסט פארן שארמאשער אדער אפילו ר זלמן לייב פיליפ, וואס זענען ל''ע קנאפע חכמים, אבער דער דיין מאן און ר' שלמה לייב זענען פיל קלוגער פון דעם,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2011 18:23 לינק ישיר 

הרה"ג ר' אשר מאנן שליט"א

kj1234 כתב:
ווער איז די דומ"ץ און סאטמארע ביהמ"ד אויף מורטעל עוו. ?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2011 18:21 לינק ישיר 

עס איז צום ערווארטן א גאנצער טוץ מיט אשכולות אין כל הנארוינים כולו אויף די חשובע דיינים שליט"א פארן האבן די חוצפה צו זאגן דעם דעת תורה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פסק הלכה פון הגה"צ אבד"ק פאיע וחבר הבידץ שליט"א: אריזאנע מצות חמץ גמור!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext