|
|
| נשלח ב-6/4/2011 04:24 |
|
| |
ספרינטער כתב: הגאון ר' דוד שמידל איז פארהייליגט און באגלייבט ביי אלע צדיקים הדור, דער צוויבל מיטן א.ג. צוואה און אהרן יוסל פריעדמאן זענען וועלט באקאנטע שקרנים אלזא וועם דארף מען גלייבן?
אלע ? אלע צדיקים? ווער זענען אלע? איך זאג דיר שוין צוויי ביי וועם נישט, הגה"ק בעל ברך משה זי"ע און הגה"ק רמ"א פריינד זי"ע גאב"ד ירושלים, אינטערסיר דיך וואס איז געווען אין יאר תשמ"ב (אפשר מ"ג) ווען דער ברך משה זי"ע איז געווען אין ארה"ק, ווי עס איז פארגעקומען א אסיפת הרבנים ווי די גרעסטע גדולי הדור האבן געוואלט ארויס קומען גאר שארף קעגען אים, צוליב זיין קרומע מהלך בנוגע די קברים, (יא ער איז א צדיק און קדוש ת"ח און יר"ש, אלעס ביז קברים, אזוי האבן געהאלטן די גדולי הרבנים)
|
|
|
|
| נשלח ב-6/4/2011 06:00 |
|
| |
פנחס יואל עס שטייט אין הקב"ה מביא תקלה ע"י צדיקים, אין אידיש מיינט עס דער באשעפער ברענגט נישט קיין שטרויכלונג דורך ערליכע אידן
מן הסתם די דזשיגאנע חסידים זענען נישט גורס די שורה
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-6/4/2011 18:35 |
|
| |
נארפאקטן - פנחס יואל: צוקער זיס אבער האט איר אפשר דאקומענטן וואס קען צייגן די ווארהייט פון אייערע ווערטער?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-6/4/2011 18:45 |
|
| |
וואס איז טאקע דער פשט אז דער ברך משה מיט דער רמ"א פריינד און אלע גדולי ישראל וואס האבן געהאט דעם אסיפת הרבנים מיט פנחס יואל און זיי האבן געוואלט ארויסקומען שארף קעגן דעם שמידלס קרומע דרכים האבן זיך געבראכן, פארוואס זענען די אלע מיטגעשטאנען נאך צוואנציג יאר מיט דעם געגנסטער, פארוואס האט דער ברך משה אינטערגעשריבן דעם קול קורא פאר אתרא קדישא נאכדעם,
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 04:10 |
|
| |
שארקאט פרעגט פארוואס זיי האבן זיך געבראכן,
געציילטע שעות נאך די אסיפה איז ארויף געקומען הרב סליאווייטשיק שליט"א צום ברך משה זי"ע און זיך גאר שטארק איינגעבעטען אז ער זאל זיך ארויסלאזן פון די גאנצע נושא, ווייל עס וועט נישט ברענגן קיין כבוד פאר קיינעם, צום סוף האט דער בעל ברך משה זי"ע מסכים געווען זיך אפצולאזן פון די נושא, בתנאי אז מען וועט ממנה זיין א וועד וועט וועט אויפשטעלן די גשרים וואס שטייט היינט אינעם בית החיים פון הישן אין צפת, (עס איז אויפגעשטעלט געווארן אדורך קדמונינו) אין אתרה קדישה וועט בלית ברירה מוזן שווייגען און אראפ לייגן די געווער.
נאכדעם וואס הרב סאלאוויטשיק האט מבטיח געווען פארן ברך משה זי"ע אז ער וועט זיכער מאכן אז הרב שמידל לאזט זיך אפ פון די גאנצע מערכה מיט צפת, האט דער ברך משה געלאזט וויסן פארן בי"ד אז ער דריידט זיך ארויס פון די נושא.
און וועגן די אינטערשריפט פונעם ברך משה אויפן קול קורא פאר אתרה קדישה ווייסטו די תירוץ בעסער פון מיר, גיב א קוק וועלכע יאר עס איז אינטערגעשריבן געווארן וד"ל,
קיינער איז מיט אים נישט מיטגעשטאנען די אלע יארן מיט זיינע פילע פילע מערכות, עס איז געווען א ווערטעל אין ירושלים ווען עס האט זיך אפגעטוהן די מערכה וועגן די קברים ביי "כביש שש" וואס דער היינטיגער גאב"ד ירושלים שליט"א האט זיך שטארק צוגעשטעלט צו די מערכה, האבן אלע ירושלימע דיך אוסגעדריקט אז דאס דער ערשטער רב אין עדה וואס מאכט זיך וויסענדיג פון אתרה קדישה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 04:15 |
|
| |
עס איז דא א באקאנט ווארט וואס דער רבי בעל ברל משה ז"ל האט זיך אויסגעדריקט ביי די אסיפה אין ארה"ק, יה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו, אויפטהון קען מען נאר אויב דער ציל איז שיתקדש שם שמים, אבער ביי ר' דוד שמידל איז דער "על ידינו" ליידער פאר דער "שיתקדש שם שמים" עכלה"ק
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 07/04/2011 06:26:51
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 06:40 |
|
| |
סאיז גראדע נישט באקאנט דעס ווארט, און עס איז אויך נישט באקאנט אז דער ברך משה האט געמאכט אסיפה בעת זיינע באזוכן אין ארץ ישראל, וואס איז גראדע יא באקאנט אז דער ברך משה האט געחתמ'ט אויף אלע מערכות פון אתרא קדישא, און יא ער האט געמאכט אסיפות בנוגע קברים קראבן אבער נאר מיט די ארבעט פון אתרא קדישא, עס איז דא בילדער פון א אסיפת הרבנים וועגן די קברים אין האמבורג דייטשלאנד, עס איז געווען דארט מהר"ש מבאבוב זצ"ל, מהר"מ מסאטמאר זצ"ל, ולהבחל"ח האדמו"ר מוויזניץ מאנסי און אויך האדמו"ר ממונקאטש, אויך זענען געקומען הרב אברהם פאם זצ"ל און הרב שמואל בירנובוים, זצ"ל, עס האט געהייסן בשעתו זייער א געלונגענע מערכה פון אלע היימישע גדולי ישראל פון אמעריקע, אויך יענע מערכה האט אנגעפירט אתרא קדישא, און טראץ וואס עס איז געווען אין אייראפע האט קיינער נישט געהערט פון דעם נאמען שלעזינגער, בשעתו האט שלעזינגער נאכנישט געוויסט אז ער איז דער ממונה אויף אייראפעישע קברים, אינאיינעם מיט דעם רעפארם ראביי שודריך פון פולין, אגב אז די דערמאנסט א ווערטל פון דעם ברך משה בעת אן אסיפה, האביך זיך דערמאנט א גוט ווארט איז באקאנט פון ברך משה ער האט געזאגט פאר זיין זון בעת ער האט זיך געואלט קרוינען אלס רב הצעיר בכל אתר ואתר, אז מען זאגט וכל העוסקים בצרכי ציבור באמונה הקב"ה ישלם שכרם, אבער די וואס זענען נישט עוסק באמונה די דארפן נישט ווארטן אויף הקב"ה ישלם שכרם ווייל זיי נעמען זיך אלעס אליין, דאס איז געווען אויף טעיפס,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 06:54 |
|
| |
קנאקעדיג האסטיך נאך נישט אויסגעלערנט ספעלן, די ווייסט ניטאמאל וויאזוי מען ספעלט אתרא קדישא, און די ווייסט פרטים פון אסיפה אין ארץ ישראל, מיט קרוב צו דרייסיג יאר צוריק ווען די ביסט נאך נישט געווען אויף דעם וועלט בכלל, די מערכה פון צפת איז געווען בשנת תשנ"ד, און עס האט נישט געהאט מיטן ברך משה, אדער ברל משה ווי פנחס יואל רופט אים, ר' משה שטרנבוך האט געוואלט אינאיינעם מיט שמואל אליהו דער ציוניסטישער רב הראשי אויסארבעטן א היתר צו איבערמאכן דעם צפת'ער בית החיים, כדי עס זאל ווערן א טוריסט ארט, ר' משה שטרנבוך וואס איז נאך דעמלאס געווען היבט ניי אין ירושלים, ער איז קוים אומפארטירט געווארן פון אפריקע האט געמיינט אז שמואל אליהו איז אן ערליכער מענטש, און ר' דוד שמידל האט פארפירט אז ער איז א מורא'דיגער קל און מקען מיט אים נישט ארבעטן, און נאר ער האט געהאט די רעכטן אויף די בתי חיים אין צפת צוליב זיין ראלע אלס רב הראשי פון צפת, ר' משה האט געשתדלט ביים ברך משה אז ער זאל אים צוהעלפן און הייסן רב שמידל מיטארבעטן מיט שמואל אליהו און לויט ווי מען האט דעמאלס גערעדט האט דער ברך משה אים געזאגט אז ער וויל זיך נישט מישן אין דעם עסק בכלל, אבער קיין אסיפות איז קיינמאל נישט געווען, און קיין סאלאווייטשיק האט נישט געקענט דעם ברך משה פארדרייען קיין קאפ, ער איז געווען א שטארקער מענטש ווען ער האט געהאט עפעס אפגעמאכט, און בדרך אגב די חתימות פון ברך משה אויף אתרא קדישא קול קורא'ס איז סאך עלטער פון דיר, עס איז פון די מ יארן ווייל עס האט נאך חתימות פון וואוידעסלאווער רב וואס איז נסתלק געווארן תשמ"ז,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 18:57 |
|
| |
קנאקעדיג
ביזסט געכאפט געווארן מיט א ליגענט.
א. די מערכה פון צפת, איז פארגעקומען תשנ"ד, און די שרייבסט פון אסיפת הרבנים תשמ"ג
ב. דער ברך משה האט קיין אסיפת הרבנים נישט געהאט תשמ"ג איבער אתרא קדישא, אדרבה און תשמ"ג געווען אן עצרת אין רחבת מאה שערים איבער די חילולי הקברים אין "עיר דוד", ווי דער מנחת יצחק צוזאמען מיט הגאון ר' דוד שמידל האבן אויפגעטראטן מיט דברי מחאה.
ג. תשנ"ד ווען דער ברך משה איז געקומען קיין ארץ ישראל, איז ער דאן געווען שארף קעגן די רענאוואציעס אין צפת, און האט גארנישט געהאט קעגן הגאון ר' דוד שמידל שליט"א.
ד . דער ירושלימ'ער רב רמ"א פריינד האט גארנישט געהאט קעגן הג"ר ר' דוד שמידל שליט"א, און האט אים שטענדיג מעריץ געווען, און ווען ר' דוד פלעג עם באזוכן פלעג מען שטענדיג זיין די קעגענזייטיגע הערצה פון איינעם צום צווייטן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 19:07 |
|
| |
איך האב איצט געזען אז דער שפל אהרן יוסל פריעדמאן האט באקומען א הוראה פון בן ציון לאוב, צו שרייבט אז ר' אלי' קויפמן וואוינט מיט גוי'טע.
סתם פאר אינטערסאנקייט, צו ווייסן זיי שוין מיט ווען ר' אהרן וואוינט איבער 40 יאר, ווער זיין ווייב ר' סאסשע אריז, זאלן זיין קודם איבערהערן די באוואוסטע "שובבי"ם טעיפ'ס" פון סאסשא.
צווייטענס, דער ר' אהרן האט אויפגענומען דער מומר לתיאובון מייקל שודריך, וואס אפילו די ציוניסטישע "רבנות הראשית" האט גע'פסל'ט זיינע "גיירות" זייענדיג א רעפארמער, וואס ביי עם איז דער פופסט פארהייליגט, וועלכער גייט כסדר אריין אין א קאטוילישע טיפלא, מיט דעם האבן זיי נישט קיין פראבלעם, אבער מיט די פראבלעמען פון ר' אלי קויפמאן ספראווען זיי זיך.
|
|
|
|
|