ס'איז יעצט געקומען א ידיעה אז אין די נאנטע צייט וועט אי"ה שוין זיין צו באקומען דער ספר לב אהרן חידו"ת פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויף פרקי אבות.
די שיעורים פון רבין אויף פרקי אבות איז ברייט באקאנט איבער די וועלט, אין די לעצטע קרוב צו דרייסיג יאר האט רבינו שליט"א שוין פארגעלערנט פרקי אבות אין פארשידענע מקומות איבער די וועלט - דאס איז חוץ די קביעות'דיגע שיעורים בערך 4-5 מאל א יאר אין קרית יואל/וויליאמסבורג - מלא הדרכה לתורה ויר"ש.
יעצט קומט ארויס דער ערשטער באנד וואס ענהאלט אין זיך תורות אויף די משנה פון כל ישראל וואס מען לערנט פאר פרק, און אויף די ערשטע דריי פרקים.
דער ספר וועט טראגן דעם נאמען וואס כ"ק מרן רבינו שליט"א האט שוין מיט א צייט צוריק קורא שם געווען פאר זיינע ספרים, ספר לב אהרן
לויט ווי מען געט איבער איז מעגליך אז דער ספר וועט שוין זיין צו באקומען לכבוד יו"ט פסח הבעל"ט.
פרטים יבואו
תוקן על ידי וואלןסח ב- 05/04/2011 00:24:34
נשלח ב-12/5/2011 00:22
נע, ער האט דאך שוין א נאמען 'שפתי צדק'
על שם זיינע זיסע שמייכלען
נשלח ב-11/5/2011 23:36
זשיגאן גייט א נאמען געבן זיין ספר ברית יקותיאל וד"ל
נשלח ב-11/5/2011 19:36
נשלח ב-29/4/2011 18:26
באזאלצענס!!!!
דאס הייליג ספר וועט אי''ה באלייכטען יודישע הערצער, און פאר דיין געזינט, זע אז דיין געשיק דער גראבער מן הארץ זאל זיך זעצען לערנען, אזוי וועט אפשר ביי די 96 קענען ארויס געבן אזא הייליג חיבור, וואו זיין ברידער אהרן קדוש ה'
יעצט באקומען א אימעיל אז דער ספר לב אהרן איז שוין אינדרויסן פון דרוק ב"ה, מארגן פרייטאג וועט זיין אי"ה צו באקומען אין קרית יואל אין ביהמ"ד הגדול און ביים ציון הקדוש.
נשלח ב-14/4/2011 06:41
נשלח ב-14/4/2011 05:43
היינט איז ב"ה געקומען די פריידיגע בשורה אז דער ספר לב אהרן געפונט זיך שוין אין דרוק, און ס'וועט זיין אי"ה צובאקומען נאך פסח לרגל די יומא דהילולא פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.